הרב/נית עבי שטיין הבתש''ק מפאלטיטשאן תליט''א רעכטס, מיט זאהראן מאמדאני לינקס, אן אנדער רב/נית אינדערמיט איך קען ניט איר נאמען.
*
די פרישער חצי שיעור פאדקעסט פון דע וואך פרשת בלק תשפ''ה איז איינגעטיילט אין 4 חלקים:
1. קודם ענטפערט ר' שאול פארוואס ער האט צוזאמגעלייגט קלויזנבארגער רב מיט פעד-עקס פאריגער וואך, עפעס זייער א נארישער סיבה, וואס איך האב נישט פארשטאנען געהעריג, אבער ''בעסיקלי'', איז דאס צוליב די נאציס, וואס האבן צוזאם געשעטלט די מלחמה איבערלעבער אין ניו יארק מיט פרייע אידן און גוים צוגלייך, הארט נאכ'ן מלחמה צו וואוינען צוזאמען דאן.
2. דערנאך רעדט ער ארום פון זיין נחת. עס קומט זיך אים א מזל טוב פאר'ן אפשערן א 'טווערסקעלע' אור-אייניקל, און ער איז געווען דער איינציגסטער עלטער זיידע וואס האט נאך געהאט כוח זיך צו באטייליגן ביים חאלאקע אין מאנסי ביי זיין זוהן דער לויער, כאטש ס'איז אים אנגעקומען שווער. איך ווינטש אים פיהל נחת, בהרחבת הדעת, און ס'זאל אים טאקע יא אנקומען גרינג.
3. דערנאך איז דער דריטער הויפט חלק פונעם פאדקעסט ווי
ר' שאול פארענטפערט זיך האלב-וועגס, אבער מיט ''העיט'', אויפ'ן פאריגן וואך אפרוף פון מיר, דהיינו, ער זאגט אז ער גייט פארלייענען א אי-מעיל פון איינער וואס האט בלויז באקומען א פערדער גרעיד חינוך. כאילו מיר באקומען עפעס סיי וואס העכער פון דעם אין אונזערע מוסדות. איך וואלט געזאגט אויף מיר, אז איך האב אפילו נישט קיין פוירסט גרעיד חינוך. סא איי געס איך דארף דאנקן ר' שאול אז ער האט מיר געגעבן א פערדער גרעיד דעגרי...
ער לייענט צום סוף נישט מיין אי-מעיל, נאר לייגט דעיס אריין אין א זייער א חשובער אפרוף, פון א שרייבער, וואס האט געשריבן די זעלבע זאך ווי מיר, נאר שענער מער בכבודיג אראפגעלייגט. אז ר' שאול איז מגזם אין זיינע צרות ישרא' ווען ער וויינט אז ער מאכט פון אונז פאציענטן פאר זיין חינוך מיוחד טעראפיע ביזנעס...
ער ענטפערט יענעם בריוו, וואס איז מסתם פרי דימיונו, אבער לייגט אראפ אז יענער פאציענט איז גאר אין אן אנשטאלט איצט, דאס נעמט אויף האלב פונעם פאדקעסט. דערמיט איגנארירט ר' שאול דע טענה מייינער, אז רוב קינדער וואס ער האט געהאט אין חדר עזרה פון סאטמאר, זענען רייכער און נארמאלער קלוגער און בעסער, ווי אים אליינס היינט צוטאגס, כאטש ער האט זיי אויך געמאכט פאר פאציענטן, ווי משה מנהל האט געוויינט צום בייראך מוישע דאן.
4. דערנאך איז דער פערטער סוף חלק ווי ער רעדט ווי א קינד, אדער בעסער געזאגט ווי אן אלטער שייסער וואס ער איז, אז זאהראן מאמדאני איז אן אנטיסעמיט, און א קאמוניסט, ביידע שקרים וכזבים אויסגעזויגן פון זיין פינגער, סתם צו באשמוצן א מענטש וואס גייט ווארשיינלעך זיין מעיאר פון ניו יארק סיטי, ווי עס קוקט אויס איצט, אלעס כדי זיין פאדקעסט זאל ווערן פאפולער.
איך וועל פרובירן אפשלאגן זיינע שקרים, נישט ווייל איך האלט איינער גלויבט דאס, נאר ווייל איך בין מכיר טובה ר' שאול פאר זיין פדיון שבוים פאר יענקי עסטרייכער והרב מרדכי יצחק סאמעט שליט''א. ווי אויבן געשריבן, ווי אויך שעץ איך זיין חינוך מיוחד ארבייט מיט אונז און אונזערע קינדער, כאטש איך שטים נישט איין מיט'ן אונז און זיי מאכן פאר גאנצטע פאציענטן, עד כדי כך אז ער טוהט אונז און זיי שטאפן מיט דראגס ה''י.
כאטש ר' שאול ''לעיבעלט'' מיך אלץ פערדע גרעידער און סקיצאפרעניק מיט משוגענער, און עס איז ביטערע בושות ווייל מיינע קינדער הערן אים אויס. דאך האב איך זייער אסך דרך ארץ פאר אים ווייל, ער איז עלטער ווי מיר, א בא בימים ווי ער ווארט שוין אויפ'ן מלאך המוות גרייט און ''קאנטענט'' צו שטארבן, א זקן א בן שמונים וואס קען זיין מיין זיידע באלד; ער איז דאך א תלמיד מרביה''ק מסאטמאר הויוא' משה זי''ע! סא איז דאס אזא זכי' אז ער פארשעמט מיך צוליב דעם וואס איך ענטפער דא אין אין אימעיל בדרך כבוד:
א. זאהראן מאמדאני האט קיינמאל נישט געזאגט אז מען דארף 'גלאבעלייזן דעם אינטיפאדא', מ'האט אים געפרעגט וואס ער זאגט דערצוה? האט ער ארויסגעברענגט די ליידן פון די פאליסטינער. זאהראן מאמדאני איז א אידן פריינט ווי ער האט געקעמפט פאר אידן צוזאמען מיט הרב/נית עבי שטיין תליט''א שוין לאנגע יארן צוריק, איידער ער האט נאך געחלומ'ט פון ווערן מעיאר, ווען זיי האבן צוזאמען געלערנט אין קולאמביע אוניווערסיטעט. ער האט טאקע באקומען דאס מערסטע אידישע שטימען נאך קואמא.
ב. מיט דעם וואס קואמא און ר' שאול זאגן זיין נאמען פאלש, ווייזט דאס זייער שנאה און פחד פון דעם קומענדיגן מעיאר על פי דרך הטבע. זאהראן איז א פרומער מוסולמענער, אבער נישט קיין אראבער, ווי זיי ווילן אים אראפלייגן. נאר א אינדיאנער אפשטאמיגער, וואס איז געבוירן אין אפריקע, און איז אן אמעריקאנער אימיגראנט ווי רוב פון אונז אידן.
ג. דאס וואס ר' שאול זאגט אז רוב אידן זענען רייך, דאס איז א פאלשער אנטיסעמיטישער שקר, קרית יוא' איז די ארימסטער פלאץ אויף די וועלט און אין היסטאריע. אמת מיר האבן טאקע ר' יואלי לאנדא, נישט זיין נעפיו, נאר דער פון קרית יוא' טאקע, וואס וואונט היינט אין וויליאמסבורג. און נאך גאר רייכע מענטשן, אבער ס'רוב וויליאמסבורג בארא פארק פלעטבוש און סטעטן איילענד וכו' אידישע געגענטער, איז נישט רייך, נאר זייער ארים!... איי מיר וואוטן פאר טראמפ און די רעפובליקאנער ווי איצט פאר קואמא דער רייכער קאנדידאט? איז דאס צוליב אונזער ''בייעס'' וואס קומט פון פשוטע עמי הארצישע ראסיזם קעגן די שווארצע אראבישע און ספאנישע ארימקייט ארום אונז, וואס מיר האלטן זיך בעסער פון זיי.
ר' שאול זאל פרעגן ר' משה דוד נידערמאן און די ראפעפארט משפחה, דער טאטע ר' יונה מיט'ן זוהן ר' סענדער, וויפיל ארימקייט און סאציאלע פראגראמען געלטער פון די רעגירונג מיר דארפן ליידער צוקימען. וועט זיך די האר פון זיין קאפ אויפשטעלן. מיר קענען נוצן ביליגע גראסייערייען ווי בינגא און קעי.אר.עם. זייער וויכטיג.
ד. ר' שאול מישט אויס סאציאלע דעמאקראטישקייט מיט קאמוניזם, מיר אין וויליאמסבורג האבן ביידע, אי די סטעיט סענאטור, מרת זשוליע סאלאזאר, און דעם אסעמבלי פרוי, מרת עמילי גאלאגאר, אלץ סאציאלע דעמאקראטן ערוויילטע פאליטישע פארטרעטער, אין אלבאני.
ה. און דאס וואס ער וויינט אז די היימישע ריעל עסטעיט פליפער און דעוועלפערס גייען ליידן פון מאמדאני'ס פרירן די רענט, איז נאר א ברכה, ווייל ווער עס ווייסט, וויאזוי יואלי לאנדא נישט זיין נעפיו, נאר דער פון קרית יוא' וואס וואוינט היינט אין וויליאמסבורג, איז רייך געווארן, איז דאס נאר פון שווינדל, וויאזוי ער האט משחד געווען ביל דיבלאזיא אים צו לאזן פליפן דעם ריווינגטאן האויז, ווי אויך די אנדערע נוירסינג האומס טאקע דא אין וויליאמסבורג דיקאלב קארנער נארדסטרענד. ווי ער האט געהארגעט די אלטישקע לייט דארטן דאס צו מאכן פאר גאר טייערע לוקסוסדיגע הייזער, אבער איך בין נישט קיין מסור, איך זאג בלויז אז דאס איז אויך געווען די פראבלעם פון קואמא, ער האט גענומען געלטער פון נוירסינג האומס ביי קאווי''ד צו לאזן אונז אויסהארגענען, ברוך שפטרנו!
ו. ר' שאול גייט צוריק צו אקטאבער 7 ווי ער זאגט איבער דעם שקר פון די ציונים אז די אראבער האבן גערעיפט אידן, דאס איז שוין אסאך אפגעוואנדען, ר' שאול לייגט צו דעם נייעם שקר, אז איזראעל האט ווידיאויס וואס זיי ווילן נישט צייגן פאר די וועלט...
ז. ר' שאול ענדיגט צו זיין חצי שיעור פאדקעסט אז ער האט פרובירט אויסצוציען עס פאר א שעה מיט א האלב, ווייל דער עולם פארט אין קאנטרי. זאלן מיר האבן וואס צו הערן. אבער ער איז זייער מיעד פון באקן אזויפיל קינדערישע שקרים וכזבים און פארשפרייטן אזויפיל נארישע ציונות. מילא איז ער ''שארט'' מיט א צען מינוט.
ח. איך האב נאך אלץ ליב ר' שאול, און איך ''ענקארעדזש'' אייך אים אויסצוהערן, ער רעדט זייער רואיג געשמאק און קלוגער ווי סיי וועמען יעדן איינעם אויף קול מבשר ואידיש24.קאם!
ט. ועפילאג;
טוהט אייך אן אייגענער הנאה און הערט אים אויס;
איר וועט מיך נאר דאנקן און לויבן!
Yiddish 24 | חצי שיעור - הרב שאול קליין
י. והוספה:
איך מוז דא איבערבעטן ר' שאול אז איך וואג זיך צו מחלק זיין מיט אים;
אבער אין חולקין כבוד לרב במקום שיש חילול השם יתברך!
זיין ציונות צו העצן קעגן גוים אין גלות איז קעגן זיין אייגענע רבי'ס שיטה הקדושה.
הגם איך בין צו אינג צו געדענקן רביה''ק הויא' משה זי''ע;
ווייס איך אז ער האט נישט געהאלטן פון רעדן אזוי פרעך קעגן פאליטיקער אין גלות.