שמייכעל
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2025
- מעסעדזשעס
- 302
- רעאקציע ראטע
- 1,103
- פונקטן
- 213
שכוח פאר די אלע וואס ענטפערן און לייקן. כאטשיג איך שטום נישט איין מיט אייך, געט איר צו גאר אסאך צום שמועס דא, הויפטזעכליך צו ר' שאול קליין און זיין פאדקעסט.
א. איך שרייב טאקע דא מיט א ניק, אבער די זעלבע זאך האב איך קודם אפגעשריבן פאר ר' שאול, אין אימעיל מיט מיין עכטן נאמען. שרייבט אויך צו אים אויף זיין אימעיל אדרעסע sklein44 @ aol . com - אן די ספעיסעס, ער איז דאס שטארק מכיר טובה, און ענטפערט אייביג לענין.
ב. איך שרייב נישט דא מיט מיין עכטן נאמען, נישט ווייל איך האב מורא פון אייער מיך באשמוצן פערזענליך, אז איך נעם די צד פון די טעראריסטן, ווייל איך זאג דעם אמת. נאר מיינע קינדער מוזן נישט ליידן פאר מיין זאגן דעם אמת. אין ארבייט און אין וויליאמסבורג אויפ'ן גאס, אדער אין בית המדרש און אפילו ביי מיר אינדערהיים, בין איך גענצליך שטיל! נאר דא וואג איך זיך צו רעדן דעם אמת, אבער בלויז אונטער א ניק נאמען, ווי געזאגט, נישט צו שאטן מיינע קינדער'ס פריוואטע לעבן; זיי זענען דאך נישט שולדיג אז איך האב זיי געבוירן.
ג. כלפי הרב סאמעט שליט''א, האבן מיר שוין איבערגעקייט, אז מ'טאר נישט גלייבן די נארישע קינדערישע רכילות ולשון הרעס, וואס די באהאלטענע ניקס פארקויפן דא קעגן ר' שאול קליין. זיין קעיס איז אויף גוגעל געהעריג דאקומענטירט. ער איז שוין געזיצן 20 יאר און יעדער קען תשובה טאן! כל שכן אזא חשובער איד ווי ער. מילא בין איך יא מכיר טובה ר' שאול קליין אז ער האט אים באפרייט!
ד. קיינער איז נישט אזוי מכבד ר' שאול קליין דא אין דעם שנירל ווי מיר, אסך זאגן דא אז זיי האלטן נישט פון אים, און טייל זאגן, אז זיי האלטן אפשר יא פון אים, נאר זיי הערן אים נישט אויס... אבער דער שנירל איז מיוחד צו דעבאטירן ר' שאול קליין'ס פובליק לייפ, מילא איז נישט קיין טענה אז מיר טארן נישט אריין רעדן דא, ווייל מיר האבן נישט אונזער אייגענער נאמען ווי אים. ער איז א פובליק פיגור, און מיר זענען פשוטי המון עם, נישט מער ווי איינפאכע קרעמלער.
ה. ביטע זיך האלטן לענין פון ר' שאול קליין, און נישט גיין פערזענליך, אז איך בין א טעראריסט, אדער אנאנים, אדער אז הרב סאמעט דארף זיצן אין תפיסה זיין גאנץ לעבן, ווייל דו ווייסט פון עפעס א קינדערישער לשון הרע, וואס קיינער גלייבט דיר נישט סיי ווי סיי. - דא איז ר' שאול קליין'ס שנירל. ביטע זיך האלטן דערצו. נישט דאס פארדרייען ווייל דו דארפסט אביסל 'צומת לב', ''עטענשען'', ווייל דאס ווייב דיינער, האט דיך היינט אריינגעגעבן א פסק. אדער דיין ''באס'' האט דיך היינט אנגעשריגן, וכדו'. - גאנץ קרעמל דארף נישט מיטהאלטן אייערע פערזענליכע שלעכטע גוסטעס.
א יישר כוח למפרע.
לעצט רעדאגירט: