- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 339
- רעאקציע ראטע
- 1,478
עס מאכט זיך אפט ביי אונזערע קרעמל סטיל מענטשן וואס ווען זיי הייבן אן צווייפלען אין די ווירדן וואו זיי זענען אריינגעצוואונגען געווארן ביים געבורט, טרעפן זיי זיך פלוצלונג אין א פאראדאקס צווישן סקעפטיסיזם און בלינדע צוטרוי.
דאס מאכט זיך בעיקר ביי אזעלכע מענטשן וואס פון נאטור אויס זענען זיי מער נאאיוו, גלייבנדיג אלעס וואס מען פארקויפט זיי, געטרויענדיג מענטשן'ס הבטחות, שיטות און אויסערליכע מאסקעס. זיי גלייכן נישט צו צווייפלען אין די ריינע כוונות פון אנדערע, נוצנדיג א תמימות'דיגע "ער האט דאך אזוי געזאגט! פארוואס זאל ער זאגן ליגנט?" כדי זיך ארויסצודרייען פון דארפן נישטערן טיפער.
קוקנדיג טיפער, קענען זיין עטליכע אונטערליגנדע סיבות וואס זאלן מאכן א מענטש זיך אזוי אויפפירן. צי זיי זענען באמת גאר שוואכע סקעפטיקער, און נוצן בלינדע צוטרוי אלס פארטיידיגונג נישט צו דארפן נוצן אט דעם געצייג אין וועלכע זיי זענען נישט אויסגעצייכנט. אנדערע זענען פשוט פויל צו מהרהר זיין נאך מענטשן, און פארלאזן זיך אז רוב מענטשן זענען טאקע תוכו כברו, און ממילא איז א שאד די ענערגיע צו צווייפלען אין יעדן'ס כוונות.
די אונטערשטע שורה איז, אז אט די מענטשן געטרויען געשליפענע סעילסלייט מיט זייער לעבן, גלייבן בלינדערהייט סיי ווער עס שטעלט אן א זיכערע מינע, זענען זיך גענצליך מבטל צו איינער וואס באווייזט אפצוקויפן א ברעקל פון זייער טראסט, און די רעזולטאטן שפעטיגן נישט צו קומען.
פריער אדער שפעטער, בריען זיי זיך אפ מיט איינעם אדער עפעס וואס איז נישט געווען ווערד די צוטרוי וואס זיי האבן געשאנקען יענעם/דערצו, און זיי ווייסן נישט וויאזוי דאס צו עסן. געוויסע פארלירן גענצליך טראסט אין אלעם, אנהייבנדיג לעבן אין פאראנויע, און אנדערע - ווי אסאך ניקים דא אויף קרעמל - זענען מחליט אז זייער טעות איז בלויז געווען דאס וואס זיי האבן געטראסט דעם ראנג זייט פונעם ספעקטרום, און דער 'אמת' אדער די 'אמת'דיגע' מענטשן געפינען זיך ערגעץ אנדערש.
אצינד הייבן זיי אן חוקר זיין, נישטערן און גראבן מיט דארשט כדי צו טרעפן די אויפריכטיגע דענקער און דעה זאגער, און באגייען ווייטער דעם זעלבן טעות ווי בעפאר, נאר מיט אנדערע מענטשן און שיטות.
רעדנדיג פון מיר פערזענליך, איז דאס געווען ווען איך האב אנערקענט אז מיינע עלטערן פיטערן מיר שיטות און השקפות וואס זיי האבן קיינמאל נישט עכט דערכגעטוהן, און גלייבן דערין בלויז ווייל זייער ענקזייעטי און אומזיכערקייט האט זיך גענויטיגט אין א מהלך החיים וואס פארשטאפט אלע לעכער פון זייער שוואכע נפש.
דאס האט מיר - אלס נאאיווע טיפ וואס איז בטבע גענויגט צו גלייבן און טראסטן אלס און אלעמען - געגעבן א טרייסל, און איך האב מיך גענומען זוכן און פארשן וואו עס געפינען זיך די יעניגע וואס זייערע שיטות זענען יא באזירט אויף אייגענע שטעלונגען און חקירות.
און דא איז וואו איך האב געמאכט דעם גרייז. אנשטאטס פאררעכטן מיין נאאיווע בליק, און ווערן אן אמת'ער סקעפטיקער, האב איך סך הכל געשיפט מיין תמימות אין א צווייטע דירעקציע, און אנגעהויבן גלייבן די שיטות פון ניקס וואס האבן מיר אויסגעזען 'קלוג', אדאפטירן בלינדערהייט די ארגומענטן פון מיכאל אברהם, פאלן פאר יעדע זאץ וואס אלפא האט געלאזט פאלן, ווערנדיג גענצליך בטל ומבוטל פאר מי אני'ס גאונות, פארלוירן פאר יצחק לאווי'ס שיטות, און אזוי ווייטער און ווייטער, ביז עס איז געקומען אויף מיר דער צווייטער אנטוישונג.
נישט אז איינער פון זיי האט מיר אויסגעשפילט מיט עפעס, נאר איך האב מיך אליין אויסגעשפילט מיט'ן נעמען זייערע רייד אלס תורה מסיני. ס'טייטש, ווי קען קען מיכאל אברהם מאכן א טעות? ער האט דאך דאס דורכגעטוהן!
און דא איז וואו איך בין יעצט.
סטאק. פארצווייפלט. געלעמט. נישט וויסנדיג צי איך זאל ווערן אן אמת'ער סקעפטיקער וואס נעמט באמת גארנישט אן מיט בלויז טראסט. צי בין איך בכלל ביכולת צו פירן אזא סארט לעבן? אפשר גאר זאל איך צוריקגיין פון וואו איך קום, און יא גלייבן מיינע עלטערן בלינדערהייט? וואס איז דען א חילוק צי איך גלייב מיינע עלטערן, צי מיכאל אברהם?