בין איך א געלונגענער חוקר, צי פשוט נאאיוו?

מרחשון

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 12, 2024
מעסעדזשעס
339
רעאקציע ראטע
1,478
עס מאכט זיך אפט ביי אונזערע קרעמל סטיל מענטשן וואס ווען זיי הייבן אן צווייפלען אין די ווירדן וואו זיי זענען אריינגעצוואונגען געווארן ביים געבורט, טרעפן זיי זיך פלוצלונג אין א פאראדאקס צווישן סקעפטיסיזם און בלינדע צוטרוי.

דאס מאכט זיך בעיקר ביי אזעלכע מענטשן וואס פון נאטור אויס זענען זיי מער נאאיוו, גלייבנדיג אלעס וואס מען פארקויפט זיי, געטרויענדיג מענטשן'ס הבטחות, שיטות און אויסערליכע מאסקעס. זיי גלייכן נישט צו צווייפלען אין די ריינע כוונות פון אנדערע, נוצנדיג א תמימות'דיגע "ער האט דאך אזוי געזאגט! פארוואס זאל ער זאגן ליגנט?" כדי זיך ארויסצודרייען פון דארפן נישטערן טיפער.

קוקנדיג טיפער, קענען זיין עטליכע אונטערליגנדע סיבות וואס זאלן מאכן א מענטש זיך אזוי אויפפירן. צי זיי זענען באמת גאר שוואכע סקעפטיקער, און נוצן בלינדע צוטרוי אלס פארטיידיגונג נישט צו דארפן נוצן אט דעם געצייג אין וועלכע זיי זענען נישט אויסגעצייכנט. אנדערע זענען פשוט פויל צו מהרהר זיין נאך מענטשן, און פארלאזן זיך אז רוב מענטשן זענען טאקע תוכו כברו, און ממילא איז א שאד די ענערגיע צו צווייפלען אין יעדן'ס כוונות.

די אונטערשטע שורה איז, אז אט די מענטשן געטרויען געשליפענע סעילסלייט מיט זייער לעבן, גלייבן בלינדערהייט סיי ווער עס שטעלט אן א זיכערע מינע, זענען זיך גענצליך מבטל צו איינער וואס באווייזט אפצוקויפן א ברעקל פון זייער טראסט, און די רעזולטאטן שפעטיגן נישט צו קומען.

פריער אדער שפעטער, בריען זיי זיך אפ מיט איינעם אדער עפעס וואס איז נישט געווען ווערד די צוטרוי וואס זיי האבן געשאנקען יענעם/דערצו, און זיי ווייסן נישט וויאזוי דאס צו עסן. געוויסע פארלירן גענצליך טראסט אין אלעם, אנהייבנדיג לעבן אין פאראנויע, און אנדערע - ווי אסאך ניקים דא אויף קרעמל - זענען מחליט אז זייער טעות איז בלויז געווען דאס וואס זיי האבן געטראסט דעם ראנג זייט פונעם ספעקטרום, און דער 'אמת' אדער די 'אמת'דיגע' מענטשן געפינען זיך ערגעץ אנדערש.

אצינד הייבן זיי אן חוקר זיין, נישטערן און גראבן מיט דארשט כדי צו טרעפן די אויפריכטיגע דענקער און דעה זאגער, און באגייען ווייטער דעם זעלבן טעות ווי בעפאר, נאר מיט אנדערע מענטשן און שיטות.

רעדנדיג פון מיר פערזענליך, איז דאס געווען ווען איך האב אנערקענט אז מיינע עלטערן פיטערן מיר שיטות און השקפות וואס זיי האבן קיינמאל נישט עכט דערכגעטוהן, און גלייבן דערין בלויז ווייל זייער ענקזייעטי און אומזיכערקייט האט זיך גענויטיגט אין א מהלך החיים וואס פארשטאפט אלע לעכער פון זייער שוואכע נפש.

דאס האט מיר - אלס נאאיווע טיפ וואס איז בטבע גענויגט צו גלייבן און טראסטן אלס און אלעמען - געגעבן א טרייסל, און איך האב מיך גענומען זוכן און פארשן וואו עס געפינען זיך די יעניגע וואס זייערע שיטות זענען יא באזירט אויף אייגענע שטעלונגען און חקירות.

און דא איז וואו איך האב געמאכט דעם גרייז. אנשטאטס פאררעכטן מיין נאאיווע בליק, און ווערן אן אמת'ער סקעפטיקער, האב איך סך הכל געשיפט מיין תמימות אין א צווייטע דירעקציע, און אנגעהויבן גלייבן די שיטות פון ניקס וואס האבן מיר אויסגעזען 'קלוג', אדאפטירן בלינדערהייט די ארגומענטן פון מיכאל אברהם, פאלן פאר יעדע זאץ וואס אלפא האט געלאזט פאלן, ווערנדיג גענצליך בטל ומבוטל פאר מי אני'ס גאונות, פארלוירן פאר יצחק לאווי'ס שיטות, און אזוי ווייטער און ווייטער, ביז עס איז געקומען אויף מיר דער צווייטער אנטוישונג.

נישט אז איינער פון זיי האט מיר אויסגעשפילט מיט עפעס, נאר איך האב מיך אליין אויסגעשפילט מיט'ן נעמען זייערע רייד אלס תורה מסיני. ס'טייטש, ווי קען קען מיכאל אברהם מאכן א טעות? ער האט דאך דאס דורכגעטוהן!

און דא איז וואו איך בין יעצט.

סטאק. פארצווייפלט. געלעמט. נישט וויסנדיג צי איך זאל ווערן אן אמת'ער סקעפטיקער וואס נעמט באמת גארנישט אן מיט בלויז טראסט. צי בין איך בכלל ביכולת צו פירן אזא סארט לעבן? אפשר גאר זאל איך צוריקגיין פון וואו איך קום, און יא גלייבן מיינע עלטערן בלינדערהייט? וואס איז דען א חילוק צי איך גלייב מיינע עלטערן, צי מיכאל אברהם?
 
וואס איז דיין ציל מיטן ווערן אן אמת'ע סקעפטיקער? דו ווילסט אנקומען צו "דע אמת" און בויען דיין מהלך חיים לויט דעם? דו האלטסט אז ביי די סארט פילאסאפישע און מעטאפיזישע עניינים גייסטו אמאל אנקומען דערצו?
 
מיין לייפ סטארי איז די זעלבע
נאר איין חילוק מיינע עלטערן האב איך קיינמאל נישט געגלייבט די עיקר איז אנדערע אדאלטס ווי רביס און רעדנערס.
ישר כח פארן ארויסגעגעבן
 
@מרחשון, we love you! דאס איז נומער 1.

צו דיין פוינט, קודם האב איך הנאה אז דו האלסט שוין ביים תכלית הידיעה שלא נדע.. :)

אבער ערענסטע גערעדט, ס'שיינט ווי דו קאנפלעיטס אביסל 'טראסט' מיט 'בעלאנגינג', פון איין זייט ווילסטו פשוט באלאנגען צו א געוויסע גרופע און זיין א טייל פון עפעס א גערעסערע מיינדסעט ווי דיין אייגענע - דאס האט דיר געפירט צו אננעמען בלינדערהייט דיין טאטע/מאמע און שפעטער די חוקרים וועמען דו באזוכסט, און דאס איז היבש נאטורליך פון א הומעניסטישע פערספעקטיוו.
צו דעם קומט אבער צו די געדאנק פון 'טראסטן' יעדע ווארט זייערע אלס 'אמת' און נישט קענען אפטיילן צווישן וואס מאכט דיר פילן גוט און וואס דו האלסט באמת איז ריכטיג אנצונעמען. מיט די צייט וועט די חילוק ווערן קלארער האפענטליך.

אויף א טיפערע שטאפל קען מען אפשר זאגן, אז דו גייסט אדורך א שטיקל פסיכאלאגישע קריזיס, וואס איז גראדע א סימן פון מעטשוריטי.
מעלאני קליין וואלט באצייכנט דיין ערשטע פאזיציע אלס די סקיצויד-פאראנויד פאזיציע, ווי אלעס איז שווארץ און ווייס. דיינע עלטערן זענען גערעכט און גוט און מיט דעם ענדיגט זיך די שמועס.
קומט די עלטערע ווערסיע פון דיר און הייבט אן פרעגן קשיות און טרעפן לעכער, זוכט ער זיך א צווייטע 'גוד גיי' אין וועמען אנצוהענגען די טראסט, און עס נעמט דיר אריין אין מער אן 'איידעאליזאציע' פאזיציע, וואו יעדער פון וועמען דו האלסט ווערט איידעאלייזד אלס דער נייע הערא אא"וו. ס'איז אבער אין עסענס נאך היבש ענליך צו די ערשטע פאזיציע ווי אלעס איז אדער אינגאנצן שווארץ אדער ווייס, נישטא קיין פלאץ פאר (די שרעקעדיגע קאליר) גרוי.
ווערט מען נאך אביסל ערוואקסן און מ'אנערקענט אז ס'קען דאך ווידער נישט זיין וויאזוי מ'מיינט, הייבט זיך אן די 'דעפרעסיוו פאזיציע' צו דעוועלאפירן, און מ'הייבט אן מאכן שלום מיטן געדאנק אז זאכן זענען מעורב טוב ורע, זאכן זענען נישט אינגאנצן גענויגט אויף איין וועג גוט - שלעכט, אמת - שקר, ריכטיג - אומריכטיג. די וועלט איז אויף א ספעקטרום און צומאל זענען זיך משפחת שווארץ און משפחת ווייס אפי' משדך אינאיינעם.
ס'איז נישט אזא בא'טעמ'טע פאזיציע אנצונעמען און צו לעבן מיט, ווי אויך האט עס אסאך צוטון מיט וועלכע גיסטע מ'געפינט זיך מאמענטאל. אבער אינעם ברייטערן בליק איז עס זייער גוט אז דו שטייסט ווי דו שטייסט!

און אויף נאך א טיפערע שטאפל קען מען שפעקילירן אז דו האסט בארירט א נערוו ביי מיר וואס האט מיר געטריגערט (מעגליך אז איך שטיי אויס צו 'פארלירן' א חסיד...) האב איך געמוזט יעצט אריינצוקומען ווי א חכם, אנשטאט פשוט סימפאטיזירן און וואלידירן דיינע געפילן אלס עפעס וואס מיר גייען אלע אריבער עט סאם פוינט אין לעבן..🤓

וואס זיכער איז, הער נישט אויף פרעגן און סקעפטיצירן דיין - און יעדער פון אונז'ס - נאאיוויטעט! בהצלחה!
 
וואס איז דיין ציל מיטן ווערן אן אמת'ע סקעפטיקער? דו ווילסט אנקומען צו "דע אמת" און בויען דיין מהלך חיים לויט דעם? דו האלטסט אז ביי די סארט פילאסאפישע און מעטאפיזישע עניינים גייסטו אמאל אנקומען דערצו?
וואס איז מיין ציל? ווייס איך דען? וואס איז דיינס?...
מיין מהלך החיים ווענדט זיך לכאורה נישט אין וועלכע סארט אמת איך וועל אנטרעפן, ווייל אפילו אויב איך וועל מיך איבערצייגן אז אידישקייט פארמאגט נישט קיין שום האפט, וועל איך פארט בלייבן אינעם קולטור און לעבנסשטייגער, (עכ"פ לויט מיין יעצטיגע, פראגמאטישע פילאזאפיע...).

וואס באדערט מיר אבער יא, איז מיין נאאיווע נאטור, לעומת מיין דראנג נאך עכטע חכמה (לאו דווקא דער אולטימעט 'אמת'), וואס האלטן אין איין קלעשן.
 
@אלפא רעדט טיערע דיבורים. (העי, רעדט ער טאקע? אפשר ביסטו נאך פארט פארקויפט פאר אים?... לאז געמאך!)

אויב איך פארשטיי גוט, צוטיילסטו דער אונטערליגנדע גורם צו מיין יעצטיגע פאזיציע אין צווייען. ערשטנס, איז פארהאן דער געברויך פון בילאנגינג, וואס טרייבט מיר צו אננעמען עפעס א שיטה וואס איז גרעסער פון מיינע שוך, אפילו ווען איך בין נישט אינגאנצן דערביי, און צווייטנס, איז פארהאן דער שווארץ-ווייס פראבלעם, וואס ערלויבט מיר נישט צו שטיין אין א ספעקטרום אן וואס איך זאל פליען צו די צוויי זייטן.

וואו קומט תמימות אריין אין בילד? צי אפשר האלסטו אז עס קומט טאקע נישט אריין?
 
וואס איז מיין ציל? ווייס איך דען? וואס איז דיינס?...
מיין מהלך החיים ווענדט זיך לכאורה נישט אין וועלכע סארט אמת איך וועל אנטרעפן, ווייל אפילו אויב איך וועל מיך איבערצייגן אז אידישקייט פארמאגט נישט קיין שום האפט, וועל איך פארט בלייבן אינעם קולטור און לעבנסשטייגער, (עכ"פ לויט מיין יעצטיגע, פראגמאטישע פילאזאפיע...).

וואס באדערט מיר אבער יא, איז מיין נאאיווע נאטור, לעומת מיין דראנג נאך עכטע חכמה (לאו דווקא דער אולטימעט 'אמת'), וואס האלטן אין איין קלעשן.
איז וואס איז די צווייפל? נעם דיך חקרנ'ן פלייסיג

איך האב פארשטאנען פון דיינע ווערטער אז די זארגסט זיך וועלכע עפעקט עס וועט האבן אויף דיין לעבן
 
אפשר בין איך אביסל נאיוו, אבער איך זע דא א מענטש וואס איז קלוגער פונעם אלגעמיינעם סיסטעם מענטש, און איז גענוג געזונט עס נישט ארויס צובלאקן פון קאפ, דיינע סטראגעלס זענען העכסט נארמאל און עס ווייזט אויף קלוגשאפט.
 
נישט וויסנדיג צי איך זאל ווערן אן אמת'ער סקעפטיקער וואס נעמט באמת גארנישט אן מיט בלויז טראסט. צי בין איך בכלל ביכולת צו פירן אזא סארט לעבן? אפשר גאר זאל איך צוריקגיין פון וואו איך קום, און יא גלייבן מיינע עלטערן בלינדערהייט?
איינמאל מ'הייבט אן פרעגן אפילו די קליינע קשיות אריינגערעכענט צו "בין איך קלוג אדער נעריש, בין איך א חוקר אדער (נעבעך) נאאיוו" איז נישטא א וועג צוריק. וועסט מער נישט ווערן פארגלייבט אין שיטות סתם אזוי. א מענטש קען אייביג "תשובה טון" אבער דאס קומט נישט בלויז פון (צוריק) טוישן געוויסע גלויבונגען.

אין אמתן איז רוב מאל נישטא וואו צוריקצוגיין וויבאלד דאס וואס דו גלייבסט יעצט האסטו/וואלסטו אייביג געגלייבט נאר איז געווען פארשלייערט אונטער די מאסקע פון אינדאקטרינאציע און אונטערדריקונג.

איך פלעג טראכטן אויב ס'וואלט זיך מיר געלוינט צו זיין ווי מיין צווייטע שיעור פשוט חברותא פון שיעור ג', אן קיין שום דעגות, איז אריינגעטוהן אין תורה און יראת שמים אגאנצן טאג. נאך אלעם זעמער דאך ביידע אין ישיבה און פירן זיך מיט א חרדישע לעבן. קען איך האפנטליך זיין מער ענדליך צו אים (and enjoy life).

אבער דאס איז נישט ווער איך בין אדער ווער איך בין אמאל געווען און כ'האב בכלל נישט באלאנגט צו זיין אין ישיבה און שפילן א געצוואונגענע פאלשע לעבן.

Realize and recognize who you really are and not who people want you to be and know that there could be nothing wrong with YOU
 
@מרחשון האסט מיר געמאכט טראכטן.. אפשר האב איך אויך א שטיקל בייעס ווען איך ליין זאכן דא און קרעמל... אפשר ווער איך אויך אפגעקויפט פון געוויסע ניקים בלינדערהייט,

איך וויל דאך אוועק לויפן פון נאכטאנצן בלינדערהייט עפעס..

אבער ווען איך האב געזען דאס⬇️ נחמתנו
רעדנדיג פון מיר פערזענליך, איז דאס געווען ווען איך האב אנערקענט אז מיינע עלטערן פיטערן מיר שיטות און השקפות וואס זיי האבן קיינמאל נישט עכט דערכגעטוהן, און גלייבן דערין בלויז ווייל זייער ענקזייעטי און אומזיכערקייט האט זיך גענויטיגט אין א מהלך החיים וואס פארשטאפט אלע לעכער פון זייער שוואכע נפש.
דיינע עלטערן האבן דיר כאטש געפיטערט שיטות און השקפות,
ביי מיר האט קיינער גארנישט געפיטערט,

איך טראכט אלס א שאד פונקט ווען מיין קאפ האט זיך אויפגעמאכט האב איך געהערט פון "קרעמל"...

קיינער האט נישט פונקט דאלמאטס מיר געקענט אריינקאלן מיט די "ריינע אמונה"?

למעשה איז דא געווען מיין ערשטע סטאנציע ווי איך טרעף תירוצים אויף זאכן,

צי ס'איז אינגאנצן אויסגעהאלטען מיטן אמת ווייס איך נישט, אבער "תירוצים" איז עס,

סא יא.. ווען @אלפא (איך זאג נאר אים ווייל די האסט אים געמענשענט) זאגט עפעס א גוטס וואס לייגט זיך אויפן שכל וועל איך עס נעמען מיט ביידע הענט,

און אויב מיין טאטע וועט אריין קומען מיט א ניק און גוט אפפרעגן @אלפא וועל איך עס אויך אפקויפן,

אבער טאטי געדענק, ס'ארבעט שוין נישט ביי מיר, "אזוי האב איך דיך מחנך געווען?" "ווען די רבי זכרונו לברכה האט געלעבט האט מען געפילט דעם באשעפער"
 
Back
Top