ביסטו א פּעסימיסט?

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
1,007
רעאקציע ראטע
4,567
פארעכנסטו זיך פאר אן אָפּטימיסט וואס ״זעהט אלעס מיט רויזע ברילן״, אדער ביזטו א פּעסימיסט וואס טרעפט אלעמאל וואס איז ראָנג, און מענטשן טענה׳ן אז דו זעהסט אלס מיט שווארצע ברילן?

לעצטנס האב איך אויסגעפינען אז אפילו איך פאררעכן זיך פאר אן אפטימיסט, איז עס גארנישט אזוי פשוט, צו זאגן אויף איינעם אז ער איז איינס אדער די צווייטע! ווייל ביידע חלקים ליגט אין אלע פון אונז, און ביי יעדן שפילט זיך עס נאר אויס אנדערש

(דיסקלעימער: ווען איך רעד פון אן אפטימיסט מיין איך נישט חלילה די מענטשן וואס קלעבן ארויף א שמייכל און שלינגען און שווייגן, דאס רוף איך צודריקט)

מיין ברודער איז פונקט פארקערט פון מיר. איך פלעג טראכטן: ער טרעפט אלעמאל אויף וואס צו קאמפּלעינען!
מיין טעות איז אבער געווען אז אין אונזער חינוך האט מען איינגעבאקן
that pointing out what’s wrong
איז א שלעכטע זאך 😂
כאילו זיך צומאכן די אויגן און בלינדערהייט זיך לאזן פייניגן איז נישט א פּעסימיסם.

איך פאררוף זיך אן אַפטימיסט, אבער ווען זאכן גייען בארג אראפ פארליר איך די מוט אנצוגיין, ווידער מיין ברודער איז מלכתחילה נישט אין א פאנטאזיע בּאָבּל אז אלעס איז גלענצענד און געשמאק, און אנשטאט דעם רישט ער זיך אז אויף דעי וועלט לעקט מען נישט קיין האניג, אבער דארפסט נאר זעהן זיין אפטימיזם ווען מ׳שטויסט זיך אָן אין אן obstacle

מ׳טראגט די קינדער חול המועד צו א פלאץ און אלעס גייט קאפויער, ווייל מ׳קומט אן און ס׳איז under construction - מ׳האט נעבעך פארגעסן צו מאכן זיכער אויב זיי זענען נישט פארמאכט…

מיינע קינדער זעען מיר צוזעצט, אבער מיין ברודער פארלירט זיך קיינמאל נישט! ער געבט נישט קיינמאל אויף און קומט גלייך מיט א רייע עצות און פרובירט אויס יעדע ווילדע געדאנק וואס פאלט אים נאר איין - צו קענען לעזן די פראבלעם וואס מ׳טוט יעצט מיט די קינדער זיי אונטערצוהאלטן

יעדער לאכט פון האלב פון די נישט פראקטישע המצאות, אבער סוף כל סוף רעדט מען זיך צונויף, און מ׳קומט אויף מיט א געוואלדיגע פלאן נאר א דאנק דעם וואס ער איז נישט אזא ״פּעסימיסט״!

ווען זאכן ווערן שווער און ער שטויסט זיך אָן אין שטערונגען ווערט ער נישט מיואש. אין זיין מח איז קלאר די באגריף אז פון יעדע ירידה קען ווערן אן עלי׳.

You see what i mean?
ביידע זעמער אָפּטימיסטס אין אנדערע אופנים

ס׳דא נאך אסך וואס מ׳קען ארומרעדן אין דעי נושא, אבער דערווייל וועל איך עס לאזן דא

What do you think?
איך וואלט זייער מכיר טובה געווען צו הערן
 
לעצט רעדאגירט:
כ'האב אויפגעוואקסן אז אן אפטימיסט מיינט
1. דער וואס זעהט געווענדליך נאר די גוט'ס [ווי ר' זושא מהאניפאלי וואס זעהט נישט די שלעכט'ס. אדער ווי דער קדושת לוי וואס טרעפט א לימוד זכות אויף די טונקעלע זייט פונעם מטבע].
2. אדער דער וואס זעהט אלעס אבער פאקעסירט אויף די פולע האלב פונעם גלאז. (הכרת הטוב)

[אפשר גאר זעהט ער אלעס און איז אין פּיעס מיט אלעס בביטול גמור צום אין סוף וואס איז און טוהט אלעס אזוי ווי דער בעש"ט 😘]
--

אויף אקספארד דיקשענערי שטייט ס'האט מיט האפענונג אויפן עתיד און (-ווייל) ער גלייבט אז דעם וועלט איז בעצם גוט.

op·ti·mist
noun
1.
a person who tends to be hopeful and confident about the future or the success of something.
"only an eternal optimist could expect success"
2.
PHILOSOPHY
a person who believes that this world is the best of all possible worlds or that good must ultimately prevail over evil.

איינמאל מ'האלט שוין דא. אז די פיליזויפיע פונעם אפטעמיסט איז סך הכל אז דעם וועלט איז בעצם גוט, מיז די פונקטליכע מהלך המחשבה שוין נישט זיין די זעלבע, נאר משם יפרד להרבה ראשים.
--
אגב אן אפטעמיסט קען אמאל זיין סטאק אין זיינע אומרעליסטישע האפענונג, נישט פון א פלאץ פון ברייטקייט נאר פון גרויס פחד פון זאכן וואס קענען גיין ראונג. ער האט אזוי מורא פונעם רע אז ער מוז טראכטן ווי א בת היענה מיט אפלאגעטישע חשבונות פארוואס אלעס איז בעצם גוט.

(מאכט סענס? אויב נישט, איז דאס איז לכבוד די קרעפל פשעטל פארן קומעדיגן יום טוב)
 
אגב אן אפטעמיסט קען אמאל זיין סטאק אין זיינע אומרעליסטישע האפענונג, נישט פון א פלאץ פון ברייטקייט נאר פון גרויס פחד פון זאכן וואס קענען גיין ראונג. ער האט אזוי מורא פונעם רע אז ער מוז טראכטן ווי א בת היענה מיט אפלאגעטישע חשבונות פארוואס אלעס איז בעצם גוט.

(מאכט סענס? אויב נישט, איז דאס איז לכבוד די קרעפל פשעטל פארן קומעדיגן יום טוב)
א גרויסן דאנק פאר׳ן אריינגיין בעיון און מיטטיילן אלע זייטן וויאזוי דו קוקסט דערויף

די אויבנדערמאנטע שטיקל איז מיין פעיוועריט פּאַרט

איך בין נישט איינשטימיג מיט די געצוימטע דעפינישן וואס אקספארד האט געגעבן, אוודאי טעכניש גערעדט איז יענץ ריכטיג אבער ס׳נעמט ארום אסך א גרעסערע פארנעם ווי יענע זאץ ערקלערט לענ״ד

כ׳וועל דיר מסביר זיין וואס איך מיין

איך גלייב אז אָפּטימיזם איז די יכולת צו ניצן דעם כח הדמיון און זיך פארשטעלן עפעס וואס עקזיסטירט נאכנישט כדי עס צו ברענגען מכח אל הפועל into reality

ס׳איז א superpower מיט וואס מיר זענען אלע געבוירן אבער נישט אלע קינדער האבן באקומען די געלעגנהייט עס צו אנטוויקלען (ווען אין סערווייוול-מאוד ווערט אפט די מח rigid און פראקטיש און קען זיך נישט ערלויבן אריינצוגיין אין קיין כח הפאנטאזיע ווייל ס׳איז צו שטארק פאוקעסט אויף די געפאר פון וואס דו דארפסט זיך באשיצן

That said, איז קיינמאל נישט פארלוירן דער כח. און ווי נאר א מענטש קען זיך ערלויבן אפצואטעמען און לעבן אין בעסערע אומשטענדן ווי די גייסט פילט safe קען מען פראקטיצירן עס צו ניצן (ווען דו ליינסט א ביכל און דו דארפסט זיך אריינלייגן אין די מעשה, אדער אין א גרינגערע אין עטוואס ווייניגער הילפבארע וועג: וואטשן א פילם א.ד.ג.

די פוינט איז, יעדן׳ס כח הדמיון ארבעט בעסט אין אן אנדערע פארנעם (ווי אין די עקזעמפל פון מיין ברודער, ביי אים איז עס אחר המעשה ווען זאכן גייען מיט׳ן לינקן פיס. ביי מיר איז עס מלכתחילה ווען איך פלאן די טאג א.א.וו.)
 
לעצט רעדאגירט:
The Optimistic Child
איז א ביכל וואס כ׳האב געליינט יארן צוריק וויאזוי צו אנטוויקלען אפטימיסטישע קינדער וואס האבן resilience נישט אויפצוגעבן האפענונג ווען ס׳גייט נישט גוט,

דער מחבר, Dr. Martin E. Seligman טענה׳ט אז א שטארקע סיבה פארוואס אזויפיל סועסיידס קומען פאר היינט מער ווי אין די זעכציגער יארן איז ווייל מ׳לעבט אין א באקוועמע וועלט ווי מענטשן האבן נישט די געלעגנהייט צו דעוועלאָפּן די הנאה וואס קומט פון הזורעים בדמעה ברנה יקצורי- ער באשולדיגט Positive Psychology אז די עצות וואס זיי געבן צו shower קינדער סתם אין די וועלט אריין מיט קאמפלימענטן טוט נישט קיין גוטס. די הלוך ילך פון ״געבן פאר יעדן א באלוינונג אין סקול״ נישט קיין חילוק אויב זיי האבן אריינגעלייגט מיה צו חזר׳ן פאר דעם פארמעסט, לאזט קינדער איבער מיט א פאלשע מעסידש אין לעבן: אז זיי דארפן ווארטן אז די גוטע זאכן זאלן קומען צו זיי אָן השתדלות. די צרה איז אז מיט דעם צוגאנג וועלן זיי קיינמאל נישט האבן די הנאה (וואס ער רופט flow) וואס קומט נאכדעם וואס מ׳דערגרייכט א גרויסע ערייכונג נאכדעם וואס מ׳האט שווער געארבעט דערויף

ער זאגט Flow איז די גרעסטע antidote פאר דעפרעסיע. און אויב מיר ווילן העלפן אונזערע קינדער זאלן מיר זיי געבן ווי מער מעגליכקייטן זיך צו איבערצייגן אז זיי האבן די יכולת צו דערגרייכן גוטע זאכן אין זייער טאג טעגליכן לעבן

ווען א קליין קינד מוטשעט זיך ארויפצוקריכן אויפ׳ן coach, אויב וועסטו אים סתם אויפהייבן און ארויפלייגן יעדעס מאל, קען עס אוועקנעמען די געלעגנהייט פאר אים זיך אויסצולערנען עס צו טון אליין און ענדשויען די דערגרייכונג. אנשטאט עס צו טון פאר אים, קענסטו אים געבן חיזוק, און נאכדעם פייערן זיין הצלחה ווען זיין פלאג ברענגט פירות…

אזוי אויך אויב דיין קינד וויל שפילן מיט די plug outlet און די עלטערן זאגן ניין! ס׳איז א סכנה

אויב פארשטייען זיי די וויכטיגקייט פון resilience וועלן זיי נישט בייז ווערן ווען די קינד געבט נישט אויף זיין שאיפה

די עלטערן וועלן וויסן, ווען דאס קינד רוקט אוועק דעם קאוטש וואס מ׳האט אהינגעשטופט כדי צוצודעקן די outlet וועלן זיי נישט מיינען אז דאס קינד איז חוצפה׳דיג - פארקערט
זיי וועלן נתפעל ווערן ווי וואונדערליך creative זייער קינד איז, און וויאזוי ער האט אזא כח הרצון נישט אויפצוגעבן!

אנשטאט צו שרייען אויפ׳ן קינד, קענען זיי פרובירן מסיח דעת זיין דאס קינד מיט עפעס אנדערש און עס פארשפילן (דרך אגב דעי עקזעמפל האט ער געגעבן יארן צוריק, היינט איז דא א סימפּל solution: outlet covers וואס איז שווער פאר א קינד אראפצונעמען)

סך הכל, מיט דעם צוגאנג ערלויבט מען א קינד צו דעוועלאפּן א קאנפידענטס אין זיך און זיין יכולת בייצוקומען שוועריקייטן

קינדער יארן זענען די פונדאמענט פאר זייער גאנץ לעבן און מיט אונזער הילף און חיזוק
קענען מיר זיי העלפן בויען א שטארקייט אין זיך - אז נישט קיין חילוק וואס קומט זיי אונטער אין לעבן דארפן זיי נישט פילן מיואש

די מעסידש וועט זיין איינגעבאקן אין זייערע ביינער און זיי וועלן וויסן פון ערפארונג: אז זיי קענען טרעפן א וועג ארויס פונ׳ם פלאנטער און זיי קענען דורכמאכן אלסדינג בשלום
 
לויט די באדייט פון אפטימיזם וואס דער דיקשינערי געבט, קומט אויס אז אין געוויסע פעלער וואלט געווען אן אפטימיסטישע אקט צו האבן אן אזוי גערופענע פעסימיסטישע outlook

צ.ב.ש.
אלס קינד האט דער מנהל אונז דערציילט ערב תשעה באב די משל פון Plato (אוודאי נישט געזאגט בשם אומרו)

א משפחה איז אריינגעווארפן געווארן דורכ׳ן הערשער פון לאנד אין א טיפע גרוב אונטער די ערד. דורך די קליינטשיקע לעכער פון די גראטעס אויבן פלעגט א שטריק אראפנידערן מיט אביסל טריקן ברויט און וואסער יעדן טאג, און אזוי האבן זיי אפגעלעבט אין די וויסטע טונקלקייט און אומעטיגקייט יארן לאנג. אין אנהייב האבן זיי באוויינט זייער ביטערע גורל יעדן טאג, אבער מיט די צייט האבן זיי זיך צוגעוואוינט צום שרעקליכן מציאות און נאר געקענט פארציילן זייערע קינדער פון א וועלט אויבן וואו ס׳דא א הערליכע זון וואס שיינט, און א בלויע הימל און גרינע גראז. די קינדער האבן ניטאמאל געהאט די מעגליכקייט זיך פארצושטעלן פון וואס די עלטערן רעדן ווייל אלעס וואס זיי האבן געוואוסט איז די גרויע הארטע ווענט פונ׳ם קעלער און די שווארצע בלאטיגע ערד.

אין א שיינעם טאג האבן די חברה פון אויבן אריינגעשיינט א פלעשלייט און די קינדער האבן דערזעהן שאטנס אויף די וואנט און זיך גענומען זינגען און טאנצן אז ענדליך האט מען דערלעבט די גוטע צייטן און די ״זון״ שיינט שוין פאר זיי. די עלטערן האבן זיך צוכליפעט און געיאמערט מיט בכיות ווי ווייט זיי זענען שוין פארקראכן אז די קינדער רעדן זיך גאר איין אז דאס איז די זון פון די הערליכע וועלט וועלכע זיי האבן אזויפיל יארן שוין געהאפט ווידעראמאל צו קענען זעהן.

ס׳שוין א לאנגע צייט צוריק וואס כ׳האב עס געהערט ממילא זייט מיר מוחל אז כ׳געדענק נישט קלאר יעדע פרט אבער די געפיל ליגט מיר נאך אזוי גוט אין די ביינער ווען די מנהל האט דאס פארגליכן צו די שמחה וואס מ׳האט אין גלות ווען מ׳האט אביסל גוטס און מ׳כאפט נישט אז דאס איז נאר א שאטן פון די הערליכע צייטן וואס מיר ווארטן ווען מ׳וועט זוכה זיין צו די גאולה און די זון וועט אויפשיינען פאר אונז אינ׳ם יום שכולו טוב

וואס וויל איך ארויסברענגען דא? אויב דאס קינד וואלט געשטרעבט יעדן טאג צו זיין ״אפטימיסטיש״ אז מארגן קען מען אפשר ווערן אויסגעלייזט און כסדר זיך set up for disappointment- אויפצושטיין די נעקסטע טאג אינגאנצן אנטוישט אז ער איז נאך אלס סטאָק אינ׳ם גרוב, קלערסטו אז דאס איז באמת א פּאזיטיווע זאך? אדער גאר פארקערט!

די זעלבע קען מען זאגן פאר מענטשן אין געוויסע מצבים וואס זיי פילן זיך אין קייטן & ס׳דיפּרעסינג און זיי באקומען נאך קריטיק פון ״אלעס ווייסער״ וואס זאגן אז ״מ׳דארף זיין אפטימיסטיק״

אויב זייער מח ווייסט גוט דעם אמת, אז זיי זענען טיף אין דרעק, און אז זיי האבן נאכנישט סופּאָרט, קען נישט קיין געמאכטע פאזיטיווקייט אויסנארן זייער שכל - גארנישט פארגרינגערט נישט ווען מ׳דינייט די מציאות.

פארקערטע תוצאות קומען פון דעם: דעפרעסיע.

אמת׳ע אפטימיזם איז נישט: איינרעדן זיך אז שווארץ איז ווייס,
נאר ווען מ׳טרעפט וועגן זיך צו דערהאלטן ביים חיות און וואספארא אופן ס׳קען פארגרינגערן אינמיטן ווען ס׳פילט ווי חושך ואפילה

האפנטליך וועלן אלע אידן אויפגעראכטן ווערן מיט א לעכטיגן חנוכה און קענען פילן די אמת׳ע טעם פון האפענונג און ליכטיגקייט - ס׳זאל נישט זיין א פאלשע אפטימיזם וואס פארערגערט, נאר גאר א נייע שטראל פון איבעראשנדע הילף - אזא סארט וואס דערלייכט דאס הארץ,
און last אסך לענגער ווי 8 טעג!
 

בייגעלייגטע פיילס

  • D11847EB-EEC7-4342-92ED-AC942A682FBD.jpeg
    D11847EB-EEC7-4342-92ED-AC942A682FBD.jpeg
    58 KB · געזען: 3
לעצט רעדאגירט:
I love that
Thank u for sharing
It really hits the spot

ווייסט וואס זיי זאגן:
א חכם קען מיט עטליכע ווערטער זאגן די תמצית הדברים פון וואס איך פרוביר צו זאגן מיט עטליכע שורות 😄
 
פון דער אנדערע זייט לויט די Law of attraction ארבעט עס פארקערט נישט די מציאות איז משפיע אויף די אפטימיזם אדער פעסימיזם נאר די סטעיט פון די מענטש איז משפיע אויף די מציאות. אן אפטימיסטישע מענטש וועט ציען צו זיך גוטע און פאזיטיווע זאכן
 
אויב איינער קען זעהן גוטס אין א פארקאקטע מצב איז ער נישט קיין אפטעמיסט, ער איז סתם א בעל החלומות, די זעלבע מיט איינער וואס טראכט אז ס׳גייט ווערען גוט, ער חלומט סתם אוועק.
ווי איך זעה אפטעמיזם קומט אריין איז לגבי נעמען אויף זיך דער עול עס צי מאכען גוט, בשעת דער פעסימיסט זעהט עס מיט רעכט אז עס איז אנגעקאקט און קען זיך נישט ארויסזעהן פון זיין אנגעקאקאכץ, וועט דער אפטעמיסט טוהן א יעדע זאך ארויס צי זעהן פון די מצב.
 
כ'האב גראדע געהאט א לענגערע שמועס מיט א חבר דערוועגן, יענער איז א גוטמוטיגער יונגערמאן און ער דערציילט מיר אז ער האט פרובירט מחזק צו זיין איינעם ביי די ארבעט אז יענער זאל נישט אויפגעבן.
ווייל ס'נישט געגאנגען גוט פאר אים - מיינט עס נאכנישט אז ס'קען נישט דאס נעקסטע מאל זיין בעסער!
אפשר איז דא א ליגנט ביי אים אין קאפ כאילו ער איז א בטלן און ער טויג נישט,
אבער אזוי לערנען זיך מענטשן - נאר דורך דורכפאלן
דאס איז נישט א סימן חלילה אז ביזט א שלימזל, פונקט פארקערט:
קענסט זיך געבן קרעדיט פאר'ן האבן די קוראזש צו טרייען!

און אוודאי זענען אלע גרעסטע מוצלחים אין די וועלט נישט געווארן סוקסעספול איבערנאכט,
זיי האבן געהאט ריזיגע דורכפעלער אבער האבן זיך נישט אפגעשטעלט דארטן..

איך האב פרובירט מסביר זיין מיין חבר די געדאנק וואס מ'האט דא ארומגערעדט אז פעסימיזם איז פשוט אן אינפארמירטער אפטימיסט,
אבער אים איז געגאנגען אין לעבן אז יענער זאל זיך נישט פילן געפאלן ביי זיך און נישט אויפגעבן זיין הצלחה

ס'דא אבער נאך א וויכטיגע נקודה וואס איינער האט מיר לעצטנס מעורר געווען- וואס נישט יעדער כאפט:
אויב דו זעהסט א מענטש האט אויפגעגעבן, מיינט עס לאו דוקא אז יענער דארף חיזוק ווערטער, אמאל איז גאר פארקערט אז ער וועט פילן כאילו אנדערע פארשטייען נישט זיין דילעמא אז ער האט פשוט פארלוירן די מוט פאר א גוטע סיבה!! קיין שום מענטש אויף דער וועלט האט נאכנישט מצליח געווען מיט א גרויסע דערגרייכונג אינגאנצן אליין - מיר אלע דארפן אנקומען צו הילף. און פארשטייט זיך, ווען א מענטש האט נישט גענוג שטיצע און ער טרעפט נישט די ריכטיגע הילף פאר זיינע שוועריקייטן וועט זיין מח מאכן א לאגישע חשבון: ס'האט נישט קיין זין זיך צו מאטערן און אויסגעבן כח וואס ער האט נישט מער, אויב זיין בעטערי איז אויסגעברענט וועלן ווערטער אליין גארנישט אויפטון, נאר אויב איינער קען טאקע זיין דארט פאר אים און פארגרינגערן דעם לאסט אין א וועג וואס ער קען דערהייבן צו טרייען נאכאמאל...
 
Back
Top