- זיך איינגעשריבן
- מאי 16, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,087
- רעאקציע ראטע
- 3,065
- פונקטן
- 443
הײנט גײט מען רעדן פון נקודות. פארװאס? װײל װי מער איך װער עלטער, װי מער איך לײען החכם @אין הכי טאקע'ס מאמרים און װי מער איך מיש ענגליש, ײדיש און היבּרוּ אין מײנע אײגענע ארטיקלען, זעה איך װי נוצליך נקודות זענען.
הגם טאקע אױב װיל מען פונטקליך נאכגײן די רוּלס של השתשמושם דארף מען סטיקן צו שרײבן נאָר אין עברית אבער װאס אַן אמת װיל איך טאקע נאר נוצן קאָמפּאָנענטס דערפון אבער אפילו דאך, כדי צוװיסן װי-אזױ זײ צונוצן ברױך מען װיסן די רוּלס.
נאך א סיבה פארװאס איך װיל הײנט שרײבן װעגן שװאס (שװאים מכאן ואילך) איז װײל בשעת'ן נאכקוקן די טאפיק אין ויקיפדיה איז מיר נולד געװארן עטליכע שאלות װאס איך פארשטײ נישט, ספעציפיש װעגן שװא געיה און שװא מרחף, און ממילא װיל איך פרעגן די חושיבע מיטגלידער װי @איזי פאזען און @פעדער אױב זײ קענען מיר זײ מסביר זײן.
פֿײנעלי, רוב זאכן װאס איך שרײב האב איך געזען אױף װעריעס ויקיפדיה בלעטער און אױף יוטיוב װידעאוס (פאר זאכן װי 'נקודות' ברױך מען אסאך מאל װאטשן און הערן א װידעאו כדי עס געהעריק צופארשטײן) ובמילא שרײב איך נישט פונקטליך פון װעמען איך האב יעדע זאך געזען; אלזא זײט מיר נישט חושד אין פּלײגְ'ריזם (שױן, איר זעט שױן װאו איך גײ דערמיט..). ובזה החלי.
פארװאס? װײל דער שװא נע שטאמט פון דאס אז במקורו איז דא געװען אונטער דעם אות, א תנועה (נע) אדער װאָקאַל (vowel), נאר אצינד פארכאפט מען עס (חטף). אבער דער שװא נח (מל' חַנִײה) רירט זיך נישט. עס איז שטענדיג דער זעלבער. עס טױשט זיך נישט מיט אינפלעקשְן אדער דיקלענשְן (ד.ה. װען מען טױשט די פארעם פון א װארט כדי צו טױשן למשל די גוף, די טענס\זמן אדער מספר (יחיד ורבים) פון די װארט. מער װעגן דעם שפעטער).
איז װאס מײן איך דא? מקורו בתנועה? לײג א מינוט די שאלה אין א זײט, מען װעט עס שױן אט אױסשמועסן.
איז יעצט אז מיר פארשטײען אז ס'איז דא צװײ מינע שװאים און מען זאגט זײ ארױס אנדערש (נֶהֶגים או מבוּטאים בצורה שונֶה), איז קודם לאמיר פרעגן אזױ: פאר'ן שרײבער זענען דאך בײדע די זעלבע נקודות, זײ זעהען בײדע אױס א פּלײנע שװא, איז אפי' לאמיר שױן זאגן דער שרײבער װײסט װען עס איז א נע און װען א נח, װי-אזױ װײסן אבער די לײענער, װען עס צולײענען א שװא נע און װען א שװא נח?
איז עברית איז נישט אזא לײכטע שפראך, און זי פארלאנגט פון די לײענער גרױסע ערװארטונגען אין די באקאנטשאַפט פון די שפראך און אירע כללים. איז לאמיר צוטרעטן.
(איך זאג 'געדענקט' אבער באמת, פון חדר װײסן מיר נאר װעגן די 'בכפת'. אבער װער ס'קען די ענגלישע בוכשטאבן װײסט אז די ג און די ד זענען אױך בכלל װײל די ג קען אדער סאַוּנדְן װי א הארטע G אדער װי א סאָפֿט J, און די ד קען סאַונדן אדער װי א הארטע D אדער װי די סאפט TH (ספעציעל אזױ-װי די אמעריקאנע חסידים זאגן איר ארױס - כמעט װי א Z סאַוּנד); און די תימנים האלטן טאקע די חילוקים.
למעשה אבער, אין מאדערנע עברית, בנוגע דגש קל, האלט מען נאר די 'בכפת' און נישט די ג און ד. און װער עס װײסט, אנשטאט, נוצן זײ די ג' פאר א סאפט J און ת' פאר א th. שױן דאס איז אזא דײַגרעשאָן)
א דוגמא אין עברית איז די שּׁ אין מִתְנַשֵּׁף אדער די כּ אין הַכְּלָבִים. און עס שטימט אױך מיט דער 'דגש קל' רול װײל די אותיות װאס מען דארף דרוקן אדער דאפלען װעלן במילא אױך אלעמאל פארמאגן א דגוש קל. אזױ פארשטײ איך.
יעצט די רוּל פון דגש חזק האט אַן עקסעפּשְן. אױב רעדט מען פון די אותיות װעלכע הײסן עיצורים גרונײם, דאס זענען די אותיות װאס װערן ארױסגעזאגט פון די האלדז, מיט א קלאנג אדער אָהן א קלאנג, און זײ זענען אהחע"ר, לײגט מען אין זײ נישט קײן דגש חזק (אױך לײגט מען נישט אונטער זײ קײן שװא נע נאר אנשטאט לײגט מען א שװא צוזאמען מיט די רעלעװענט נקודה, פאָרעמענדיג א חטף, למשל: מְאַחֲלִים, הִתְבַּהֲרוּ. חוץ אױב די רעלעװענט נקודה איז דער שװא נח. אבער דאס רירט שױן אָן דער שװא מרחף און כאמור בין איך דערװײל נישט קלאר אינדעם.)
דער 'צורת היסוד' פון א נאוּן איז דער לשון יחיד און דער לשון זכר פון דער נאוּן אבער אָהנע-צוגעטשעפעטקײטן (נפרד) - װאס הײסט אין עברית 'יחיד נפרד' װערסוס 'צורת יחיד נסמך'. לדוגמא:
"ספר" (יחיד הנפרד) און נישט "בית הספר" אדער "ספרו" (צורת היחיד הנסמך),
"בית", און נישט "ביתו" אדער "בית הספר",
"ילד" און נישט "ילדו" אדער "ספר הילד".
נאכדעם װײסט מסתמא יעדער אז אין עברית איז דא לשון עבר, לשון בינוני (א פעולה אדער מצב װאס ציהט זיך נאכאנאנד) און לשון עתיד. מערקט, לשון בינוני איז אנדערש פון הװה אבער ס'איז רילײטעד. װײל ס'קען זײן אז מען רעדט פון א פעולה אדער מצב װאס גײט שױן נישט אָן יעצט אבער ס'איז אמאל אָנגעגאנגען פאר א לענגערע שטיקל צײט. א משל:
נאכדעם איז דא מאָוּד װאס איז א גראַמאַטישער פֿיטשער פון א װערבּ װעלכע װערט גענוצט אױסצודרוקן מאָדאַלעטי, למשל באפעהל (קאָממענד\ציװי), װארענונג, רעקאָמענדאַציע אדער פארבּאָט.
דער מדבר איז 1סט פערסאן. דער נוכח איז די סעקאנד פערסאן און דער נסתר איז די 3רד פערסאן אדער גוף שלישי.
מערקט אז דער 'נסתר' איז אױך לשון יחיד (נסתר, נישט נסתרים) און אױך לשון זכר (נסתר און נישט נסתרת).
סײ (זאג) למשל איך האב א נאַוּן (א שם אדער שם עצם).
צו געפינען די צורת היסוד פון א נאוּן איז, װי געשמועסט, צוטרעפן די לשון זכר און די לשון יחיד פון דער נאַוּן אבער װען עס איז פאר זיך און נישט מחובר צו עפעס אנדערש: אין בלשנות'דיגע שפראך: עס איז נישט אינפֿלעקטעד אדער דיקלענטשד: די מערסט בײסיק פארעם, אזױ װי מען געפינט זי אין די דיקשענערי.
לדוגמא:
אַדְמָתֵנוּ -> אֲדָמָה
וּכְשֶהִגַּעְתִּי -> הִגִּיעַ
מִתְקַשְּׁרִים -> הִתְקַשֵּׁר
מיר האבן פריער געשמועסט אז 'נסתר' איז גוף שלישי, זמן איז טענס, און דרך איז מאָדאַלעטי (מודוס).
צו געפינען די צורת הנסתר (אדער 3רד פּערסאָן) פון א װערב (פועַל) - בשעת'ן האלטן (keep) די װארט אז זי זאל פארבלײבן אין די זעלבע טענס און אין די זעלבע מאָוּד - איז צו אינפלעקטן די װארט פון נוכח\ת\ים\וֹת (גוף שני) צו נסתר (גוף שלישי) אדער פון מדבר\ת\ים\ות (גוף ראשון) צו נסתר, װֿײַהלסט (בשעת'ן) אָנהאַלטענדיג די ארגינעלע זמן און דרך פון דער װערבּ.
לדוגמא:
הִצְלַחְתִּי -> הִצְלִיחַ (בנײן הפעיל)
שָׁלַחְתִּי - שָׁלַח (בנײן פָּעַל)
נַעֲשְׂתָה -> נַעֲשָׂה (בנײן נפעל)
עס זענען דא פינף רולס װאס מען ברױך פֿאַלױען כדי זײ צוקענען פונאנדערשײדן.
עס איז דא צופרי, נאכמיטאג און בײנאכט.
די צװײ עקסעפּשְנס דארף מען געדענקן:
סאױ אפאר שנעלע דוגמאות:
װען דו האסט א װארט פארנט פון דיר, א נאַוּן אדער א װעֶרבּ (שם, שם-עצם אדער פועַל) װאס פארמאגט א שװא ערגעצװאו אינמיטן פון די װארט, און דו װילסט װיסן צו ס'איז א נע אדער נח.
און יעצט קוק אױב די נקודה אונטער די זעלבע אות בײ יענעם װארט, איז אױך א שװא אדער עס איז עפעס אנדערש (א קמץ אדער א פתח - דהײנו א תנועה\װאָקאַל)?
אױב איז עס אױך א שװא, הײסט דאס אז מקורו פון דעם שװא איז 'באפס תנועה' װײל א שװא נח איז נישט קײן תנועה, דאַן לײג דאָ בײ דײן װארט, אױך א שװא נח אונטער דעם אות.
אױב אבער איז די נקודה אונטער דעם זעלבן אות בײ יענעם װארט, עפעס אנדערש, א קמץ, א פתח א.א.װ., דעמאלס איז מקורו פון דעם שװא בתנועה, דאן לײג א שװא נע אונטער דעם אות.
אצינד לאמיר װײזן עטליכע דוגמאות. א דוגמא פאר אײן שװא נח אינמיטן פון די װארט:
א דוגמא פאר אײן שװא נע אינמיטן פון די װארט:
לדוגמא:
נאַוּן (אײן שװא בסוף - מקורו באפס תנועה): הָלַךְ
װערבּ (צװײ שװאים בסוף): כָּתַבְתְּ -> כָּתַב (ה'תְּ היא אות האחרונה של המילה והבְ מקורו באפס תנועה)
יעצט אױב די װארט אױף װאס דו קומסט דַן זײן, פארמאגט א שװא תיכף בײם אָנהױב פון די װארט - אונטער די ערשטע אות - דאן איז דער מקור במילא אײביג תנועה, און שטענדיג לײגט מען אונטער דעם א שװא נע.
לדוגמא:
טענקס פֿאָר יוּר אַטענְשְן (שװא נח ואחריו שװא נע) אָן די מעטטער.
הגם טאקע אױב װיל מען פונטקליך נאכגײן די רוּלס של השתשמושם דארף מען סטיקן צו שרײבן נאָר אין עברית אבער װאס אַן אמת װיל איך טאקע נאר נוצן קאָמפּאָנענטס דערפון אבער אפילו דאך, כדי צוװיסן װי-אזױ זײ צונוצן ברױך מען װיסן די רוּלס.
נאך א סיבה פארװאס איך װיל הײנט שרײבן װעגן שװאס (שװאים מכאן ואילך) איז װײל בשעת'ן נאכקוקן די טאפיק אין ויקיפדיה איז מיר נולד געװארן עטליכע שאלות װאס איך פארשטײ נישט, ספעציפיש װעגן שװא געיה און שװא מרחף, און ממילא װיל איך פרעגן די חושיבע מיטגלידער װי @איזי פאזען און @פעדער אױב זײ קענען מיר זײ מסביר זײן.
פֿײנעלי, רוב זאכן װאס איך שרײב האב איך געזען אױף װעריעס ויקיפדיה בלעטער און אױף יוטיוב װידעאוס (פאר זאכן װי 'נקודות' ברױך מען אסאך מאל װאטשן און הערן א װידעאו כדי עס געהעריק צופארשטײן) ובמילא שרײב איך נישט פונקטליך פון װעמען איך האב יעדע זאך געזען; אלזא זײט מיר נישט חושד אין פּלײגְ'ריזם (שױן, איר זעט שױן װאו איך גײ דערמיט..). ובזה החלי.
שתי שװאים
יעדער װײסט אדער שפירט אז עס זענען דא צװײ סארטן שְװאָס. לאמיר נעמען א משל, די װארט 'יכְתְּבוּ'. דער שװא אונטער די תּ איז דער געװענליכע שװא װאס מיר אלע קענען פון חדר, און דאס רופט מען אין עברית א שװא נע (מל' תנועה) און דער שװא אונטער די כ איז װאס הײסט א שװא נח. מען זאגט עס נישט ארױס נאר ס'װערט ארײנגעכאפט מיט די אותיות ארום.פארװאס? װײל דער שװא נע שטאמט פון דאס אז במקורו איז דא געװען אונטער דעם אות, א תנועה (נע) אדער װאָקאַל (vowel), נאר אצינד פארכאפט מען עס (חטף). אבער דער שװא נח (מל' חַנִײה) רירט זיך נישט. עס איז שטענדיג דער זעלבער. עס טױשט זיך נישט מיט אינפלעקשְן אדער דיקלענשְן (ד.ה. װען מען טױשט די פארעם פון א װארט כדי צו טױשן למשל די גוף, די טענס\זמן אדער מספר (יחיד ורבים) פון די װארט. מער װעגן דעם שפעטער).
איז װאס מײן איך דא? מקורו בתנועה? לײג א מינוט די שאלה אין א זײט, מען װעט עס שױן אט אױסשמועסן.
איז יעצט אז מיר פארשטײען אז ס'איז דא צװײ מינע שװאים און מען זאגט זײ ארױס אנדערש (נֶהֶגים או מבוּטאים בצורה שונֶה), איז קודם לאמיר פרעגן אזױ: פאר'ן שרײבער זענען דאך בײדע די זעלבע נקודות, זײ זעהען בײדע אױס א פּלײנע שװא, איז אפי' לאמיר שױן זאגן דער שרײבער װײסט װען עס איז א נע און װען א נח, װי-אזױ װײסן אבער די לײענער, װען עס צולײענען א שװא נע און װען א שװא נח?
איז עברית איז נישט אזא לײכטע שפראך, און זי פארלאנגט פון די לײענער גרױסע ערװארטונגען אין די באקאנטשאַפט פון די שפראך און אירע כללים. איז לאמיר צוטרעטן.
הקדמה
איז קודם, פאר איך גײ צוריק רעדן װעגן די שװאים דארף מען מקדים זײן עטליכע פונקטן.דגש קל
1) אין עברית, געדענקט יעדער פון חדר (האפענטליך), זענען דא אותיות מיט אדער אָהן פינטלעך אינמיטן פון די אות. די אותיות זענען 'בגד כפת'. מיט א פינטל (דגוש אדער דגש) אינעװענדיג איז די אות האַרט, װי מען רופט עס, און אָהן דער דגש איז עס װײך. דער דאזיגע פינטל װערט אין עברית אָנגערופן 'דגש קל'.(איך זאג 'געדענקט' אבער באמת, פון חדר װײסן מיר נאר װעגן די 'בכפת'. אבער װער ס'קען די ענגלישע בוכשטאבן װײסט אז די ג און די ד זענען אױך בכלל װײל די ג קען אדער סאַוּנדְן װי א הארטע G אדער װי א סאָפֿט J, און די ד קען סאַונדן אדער װי א הארטע D אדער װי די סאפט TH (ספעציעל אזױ-װי די אמעריקאנע חסידים זאגן איר ארױס - כמעט װי א Z סאַוּנד); און די תימנים האלטן טאקע די חילוקים.
למעשה אבער, אין מאדערנע עברית, בנוגע דגש קל, האלט מען נאר די 'בכפת' און נישט די ג און ד. און װער עס װײסט, אנשטאט, נוצן זײ די ג' פאר א סאפט J און ת' פאר א th. שױן דאס איז אזא דײַגרעשאָן)
דגש חזק
נאכדעם איז דא װאס הײסט א 'דגש חזק'; דאס איז װען מען װיל דענאָוֹטְן אז מען דארף לאנג און שטארק דרוקן אױף א קאָנסענענט (א עיצור). כמעט װי זי זאל װען סאַוּנדן װי א געדאָפּלטע אות (און אין ענגליש װעט מען טאקע פיהלע מאל דאפלען דעם אות, אזױ-װי אין רעבּבּיט און קיטטען (חתלתול): דאכצעך עס הײסט די דאָבְּל מידיעֶל קאָנסענענט אדער רעבביט ז'ענערלײַזײשאָן רוּל).א דוגמא אין עברית איז די שּׁ אין מִתְנַשֵּׁף אדער די כּ אין הַכְּלָבִים. און עס שטימט אױך מיט דער 'דגש קל' רול װײל די אותיות װאס מען דארף דרוקן אדער דאפלען װעלן במילא אױך אלעמאל פארמאגן א דגוש קל. אזױ פארשטײ איך.
יעצט די רוּל פון דגש חזק האט אַן עקסעפּשְן. אױב רעדט מען פון די אותיות װעלכע הײסן עיצורים גרונײם, דאס זענען די אותיות װאס װערן ארױסגעזאגט פון די האלדז, מיט א קלאנג אדער אָהן א קלאנג, און זײ זענען אהחע"ר, לײגט מען אין זײ נישט קײן דגש חזק (אױך לײגט מען נישט אונטער זײ קײן שװא נע נאר אנשטאט לײגט מען א שװא צוזאמען מיט די רעלעװענט נקודה, פאָרעמענדיג א חטף, למשל: מְאַחֲלִים, הִתְבַּהֲרוּ. חוץ אױב די רעלעװענט נקודה איז דער שװא נח. אבער דאס רירט שױן אָן דער שװא מרחף און כאמור בין איך דערװײל נישט קלאר אינדעם.)
צורת היסוד
א נאַוּן אין עברית הײסט א שם אדער א שם-עצם. א װעֶרבּ הײסט א פּוֹעַל.דער 'צורת היסוד' פון א נאוּן איז דער לשון יחיד און דער לשון זכר פון דער נאוּן אבער אָהנע-צוגעטשעפעטקײטן (נפרד) - װאס הײסט אין עברית 'יחיד נפרד' װערסוס 'צורת יחיד נסמך'. לדוגמא:
"ספר" (יחיד הנפרד) און נישט "בית הספר" אדער "ספרו" (צורת היחיד הנסמך),
"בית", און נישט "ביתו" אדער "בית הספר",
"ילד" און נישט "ילדו" אדער "ספר הילד".
טענס אדער זמן
נאכדעם װײסט מסתמא יעדער אז אין עברית איז דא לשון עבר, לשון בינוני (א פעולה אדער מצב װאס ציהט זיך נאכאנאנד) און לשון עתיד. מערקט, לשון בינוני איז אנדערש פון הװה אבער ס'איז רילײטעד. װײל ס'קען זײן אז מען רעדט פון א פעולה אדער מצב װאס גײט שױן נישט אָן יעצט אבער ס'איז אמאל אָנגעגאנגען פאר א לענגערע שטיקל צײט. א משל:
- הוא גר בירושלים - ער װױנט יעצט אין ירושלים - איז סײ הװה און סײ בינוני.
- הוא היה גר בירושלים - ער פלעגט װױנען אין ירושלים - איז בינוני אבער ס'איז נישט יעצט. ס'איז אמאל געװען. עס איז עבר + בינוני. די 'היה' איז װאס מאכט עס זײן ל' עבר.
מודוס (מאָוּד) אדער דרך
נאכדעם איז דא מאָוּד װאס איז א גראַמאַטישער פֿיטשער פון א װערבּ װעלכע װערט גענוצט אױסצודרוקן מאָדאַלעטי, למשל באפעהל (קאָממענד\ציװי), װארענונג, רעקאָמענדאַציע אדער פארבּאָט.
גופים
צום לעצט איז דא גופים. אין ענגליש הײסט עס פױרסט פּערסאָן, סעקאנד פערסאן און 3רד פערסאן. אין עברית איז עס גוף ראשון, שני ושלישי. גוף שלישי הײסט אױכעט 'נסתר'.דער מדבר איז 1סט פערסאן. דער נוכח איז די סעקאנד פערסאן און דער נסתר איז די 3רד פערסאן אדער גוף שלישי.
מערקט אז דער 'נסתר' איז אױך לשון יחיד (נסתר, נישט נסתרים) און אױך לשון זכר (נסתר און נישט נסתרת).
זוכן דער צורת היסוד פון א נאַוּן
סײ (זאג) למשל איך האב א נאַוּן (א שם אדער שם עצם).
צו געפינען די צורת היסוד פון א נאוּן איז, װי געשמועסט, צוטרעפן די לשון זכר און די לשון יחיד פון דער נאַוּן אבער װען עס איז פאר זיך און נישט מחובר צו עפעס אנדערש: אין בלשנות'דיגע שפראך: עס איז נישט אינפֿלעקטעד אדער דיקלענטשד: די מערסט בײסיק פארעם, אזױ װי מען געפינט זי אין די דיקשענערי.
לדוגמא:
אַדְמָתֵנוּ -> אֲדָמָה
וּכְשֶהִגַּעְתִּי -> הִגִּיעַ
מִתְקַשְּׁרִים -> הִתְקַשֵּׁר
זוכן דער צורת הנסתר פון א װערבּ אבער באותו זמן ובאותו דרך
מיר האבן פריער געשמועסט אז 'נסתר' איז גוף שלישי, זמן איז טענס, און דרך איז מאָדאַלעטי (מודוס).
צו געפינען די צורת הנסתר (אדער 3רד פּערסאָן) פון א װערב (פועַל) - בשעת'ן האלטן (keep) די װארט אז זי זאל פארבלײבן אין די זעלבע טענס און אין די זעלבע מאָוּד - איז צו אינפלעקטן די װארט פון נוכח\ת\ים\וֹת (גוף שני) צו נסתר (גוף שלישי) אדער פון מדבר\ת\ים\ות (גוף ראשון) צו נסתר, װֿײַהלסט (בשעת'ן) אָנהאַלטענדיג די ארגינעלע זמן און דרך פון דער װערבּ.
לדוגמא:
הִצְלַחְתִּי -> הִצְלִיחַ (בנײן הפעיל)
שָׁלַחְתִּי - שָׁלַח (בנײן פָּעַל)
נַעֲשְׂתָה -> נַעֲשָׂה (בנײן נפעל)
שװא נע ושװא נח
און יעצט צוריק צו די שװאים:עס זענען דא פינף רולס װאס מען ברױך פֿאַלױען כדי זײ צוקענען פונאנדערשײדן.
- א שװא אָנפֿאַנג פון די װארט איז א שװא נע.
- א שװא אין די סוף פון א װארט איז נח.
- צװײ שװאים רצופים אינמיטן פון די װארט, איז דער ערשטער שטענדיג נח, און דער צװײטער שטענדיג נע.
- אײן שװא אינמיטן פון דער װארט איז א שװא נע נאָר אױב דער מקור פון דער נקודה איז א תנועה.
- א שװא אונטער א אות װאס איז געפינטְלְט מיט א 'דגש חזק' איז א שװא נע.
וסימנו
צו געבן א סימן האב איך געזען אײנע עקספּלײנט עס אױף יוטיוב אזױ:עס איז דא צופרי, נאכמיטאג און בײנאכט.
צופרי - אָנהױב טאג\װאָרט | נאכמיטאג - אינמיטן טאג\װאָרט | בײנאכט - סוף טאג\װאָרט |
שװא נע - מען שטײט אױף (מל' נע) | שװא נח, שװא נע - מען לײגט זיך צו, מען שטײט אױף | שװא נח - מען לײגט זיך און מען בלײבט שלאפן (מל' מנוחה) |
די צװײ עקסעפּשְנס דארף מען געדענקן:
- אז אױב איז עס אײן שװא אינמיטן די װארט ומקורו בתנועה, איז עס א שװא נע.
- אױב איז עס אונטן פון א אות מיט א דגש חזק אינעװײניג פון די אות איז עס אױך א שװא נע.
סאױ אפאר שנעלע דוגמאות:
- א שװא אָנהױב װארט איז למשל מְדַבְרים.
- א שװא סוף װארט איז למשל כָּתַבְתְּ.
- 2 שװאים אינמיטן די װארט האט מען שױן געהאט יכְתְּבוּ -> מֻכְתָּב (הגם דער ערשטער, דער שװא נח, איז נישט אלעמאל לײכט צו פונאנדערשײדן הײנטיגע צײטן)
- 1 שװא אינמיטן פון די װארט ומקורו באפס תנועה נִכְנָסִים -> נִכְנַס
- 1 שװא אינמיטן פון די װארט ומקורו בתנועה כַּבְּדוּ -> כַּבֵּד!
הסבר
יעצט די זאכן האבן סיבות. ס'איז נישט סתם און האפענטליך מיט די הקדמות װאס מיר האבן געמאכט װעסטו ליבער לײענער עס בעסער פארשטײן:װען דו האסט א װארט פארנט פון דיר, א נאַוּן אדער א װעֶרבּ (שם, שם-עצם אדער פועַל) װאס פארמאגט א שװא ערגעצװאו אינמיטן פון די װארט, און דו װילסט װיסן צו ס'איז א נע אדער נח.
- אױב איז עס נאַוּן: זוך אױף דער יסוד פון די װארט, װאס מיר האבן שױן אױבן ערקלערט איז די ל' זכר און ל' יחיד ונפרד פון דער נאוּן.
- אבער אױב איז עס א װערבּ: זוך אױף דער 3רד פּערסאָן, ויחיד פון די װארט (אדער צורת הנסתר), אבער װאס פארמאגט די זעלבע טענס און די זעלבע מאָוּד פון דײן װערבּ.
און יעצט קוק אױב די נקודה אונטער די זעלבע אות בײ יענעם װארט, איז אױך א שװא אדער עס איז עפעס אנדערש (א קמץ אדער א פתח - דהײנו א תנועה\װאָקאַל)?
אױב איז עס אױך א שװא, הײסט דאס אז מקורו פון דעם שװא איז 'באפס תנועה' װײל א שװא נח איז נישט קײן תנועה, דאַן לײג דאָ בײ דײן װארט, אױך א שװא נח אונטער דעם אות.
אױב אבער איז די נקודה אונטער דעם זעלבן אות בײ יענעם װארט, עפעס אנדערש, א קמץ, א פתח א.א.װ., דעמאלס איז מקורו פון דעם שװא בתנועה, דאן לײג א שװא נע אונטער דעם אות.
דוגמאות:
אצינד לאמיר װײזן עטליכע דוגמאות. א דוגמא פאר אײן שװא נח אינמיטן פון די װארט:
נאַוּן: (מקורו באפס תנועה)
מֻכְתָּבִים -> מִכְתָּב.
סִדְרוֹתֵיכֶן -> סִדְרָה
װערבּ (זעלטן):
נִכְנָסִים -> נִכְנַס (מיר האבן דאס שױן פריער געהאט)
אבער באמת באנו לשװא מרחף ואותיות גרוניות -> איך בין נישט קלאר אינדעם, װעלן מיר עס לאזן פאר שפעטער.
א דוגמא פאר אײן שװא נע אינמיטן פון די װארט:
נאוּן: (מקורו בתנועה)
כּוֹתְבִים -> כּוֹתֵב
װערבּ:
לוֹמְדִים -> לוֹמֵד
הִלְבַּשְתֶּן -> הִלְבִּיש
כַּבְּדוּ -> כַּבֵּד!
א דוגמא פאר א שװא נח, נאכגעפאלגט בּײ א שװא נע (רצופים), אװאו מען זאגט אז דער ערשטער שװא שטענדיג א נח און דער צװײטער שטענדיג א נע:
װערבּ: (דער ערשטער שװא איז מקורו באפס בתנועה און דער צװײטער בתנועה)
יִלְבְּשׁוּ -> יִלְבַּשׁ
יִלְמְדוּ -> יִלְמַד " "
יכְתְּבוּ -> יִכְתֹּב " "
מִתְקָרְבִים -> מִתְקָרֵב
תִּגְזְרוּ -> יִגְזֹר
װידעראום אױב פארמאגט די װארט א שװא צום סוף פון די װארט דאן איז דער מקור װידער סײװי אײביג באפס תנועה און דער שװא איז נח.לדוגמא:
נאַוּן (אײן שװא בסוף - מקורו באפס תנועה): הָלַךְ
װערבּ (צװײ שװאים בסוף): כָּתַבְתְּ -> כָּתַב (ה'תְּ היא אות האחרונה של המילה והבְ מקורו באפס תנועה)
יעצט אױב די װארט אױף װאס דו קומסט דַן זײן, פארמאגט א שװא תיכף בײם אָנהױב פון די װארט - אונטער די ערשטע אות - דאן איז דער מקור במילא אײביג תנועה, און שטענדיג לײגט מען אונטער דעם א שװא נע.
לדוגמא:
גְּדוֹלָה -> גָּדוֹל (מקורו בתנועה)
שװא מרחף ושװא געיה
אין די נעקסטע הודעה װעל איך רעדן פון נאך צװײ סארטן שװאים װאס איך פארשטײ נאכנישט גענױ װי-אזױ זײ ארבעטן און איך װעל פארשטעלן די פונקטן װאס זענען מיר שװער אודותם. אפשר װעלן אײנע פון די חכמי הקרעמְל מיר קענען דערלײכטן די אױגן װעגן זײ. אױך װעט מען רעדן פון א סימן װאס קען אָנדײטן װען די אות פריערט פארמאגט א שװא נח אונטער זיך - דער דגש קל.טענקס פֿאָר יוּר אַטענְשְן (שװא נח ואחריו שװא נע) אָן די מעטטער.
לעצט רעדאגירט: