דער סיסטעם און די אויפשטייג פון זעלבסטמארד

שטירן, לייבן, בערן, אקסן, אלע חיות הקודש דרייען זיך ארום אן קיין קאפ, צוליב די פילע נשמות פון אונזער היימישע געזעלשאפט וועלכע באגייען זעלבסטמארד, און דער מלאך המות - שרו של עשו - האט זיי אלע צוגעגנבט. כִּ֣י אֲמַרְתֶּ֗ם כָּרַ֤תְנֽוּ בְרִית֙ אֶת־מָ֔וֶת - נישט ביי אונז, אבער ליידער וְכֻפַּ֤ר בְּרִֽיתְכֶם֙ אֶת־מָ֔וֶת.

עס איז קלאר ביי פילע אז די אויסשטעל פון אונזער געזעלשאפטליכע סיסטעם איז א דירעקטע סיבה פארוואס מענטשן ליידער באגייען זעלבסטמארד און נישט בלויז צוליב עפעס א פרטיות'דיגע עולה א רב צי עסקן האט אפגעטון. אין די ארטיקל מאך איך מיין קעיס דערצו.


ניין, ניין, ניין, איך וועל נישט פארשלאגן אז ''די גאנצע סיסטעם דארף גיין''. קען זיין אז אפילו ווי אזוי עס איז יעצט איז נאך אלס יוטוליריסטיש בעסער ווי אן אנדערע געזעלשאפט, אדער אפשר קען מען איר פארעכטן מיט בלויז קליינע ענדערונגען. איך קום דא פשוט גיבן מיין מיינונג פארוואס אונזער סיסטעם האט אין זיך די שעדליכע פעטענציאל צו לאזן אירע מיטגלידער מיט א געפיל אז זיי האבן נישט מער אויף וואס ארויסצוקוקן, מער ווי פון א פשוט'ע דזאו וועלכע האט פלוצלינג פארלוירן זיין ארבעט צי זיין ווייב פון צוואנציג יאר.


ווען עס קומט מגדיר צו זיין וואס די סיסטעם איז, מיין איך אז מען קען עס מגדיר זיין אלס פארקערט פון אינדיווידואַליזם - מען לייגט די עיקר דגוש אז די ''כלל'' זאל גרייכן די מאקסימים פעטענציאל, ענדערש ווי אז יעדער יחיד זאל גרייכן זיין אייגנע גרעסטע פעטענציאל.

עס מיינט אבער נישט אז די אינדיווידואַלן וועלכע זענען אינאיינעם די סיסטעם, פילן נישט 'יעדער איינער' א מוראדיגע גיטע געפיל ווי זיי גיבן צו ביישטייערן צו די גרויסע אידאל. ער מיז נישט האבן קיין שום ציל אין לעבן, בלויז אויפשטיין, מקוה, דאווענען, גיין אין ישיבה כולל צי ארבעט - יעדער צו וואו די סיסטעם שיקט אים - מנחה, מעריב, שטיפן די ווייב, געבוירן בנים ובנות, שיקן די קינדער אין די באשטימטער מוסד ווי מען לערענט זיי ווי חשוב זייער חלק אין אידשקייט (ליין: סיסטעם) איז, און פון די גדיים ווערט תיישים וועלכע זענען חוזר חלילה, כמכחול בשופפרות לצדיקים.

ווי טוביה דער מילכיגער דריקט זיך אויס: “א דאנק די תורה, ווייסט יעדער מענטש וואס ער איז, און וואס גאט דערווארט פון אים’’.

יעדע גרויסע באשלוס אין לעבן, וואס אין די אלגעמיינע וועלט מאכן מענטשן בדרך כלל די החלטה דורכגעטראכט, ווערט אבער געמאכט בי אינז אן די ריכטיגע מענטשליכע צוגאנג, וויבאלד דאס איז וואס ‘’גאט דערווארט פון אים’’.

חתנה האבן? נישט קיין שאלה צי מען איז בכלל גרייט אדער מען האט געטראפן די ריכטיגע פּאָר (עכ’’פ לויט די קריטעריע וואס מאכט אויס אין שלום בית), נאר ווייל די תורה זאגט עַל־כֵּן֙ יַֽעֲזׇב־אִ֔ישׁ אֶת־אָבִ֖יו וְאֶת־אִמּ֑וֹ וְדָבַ֣ק בְּאִשְׁתּ֔ו. קינדער? נישט קיין פראגע צי מען איז עמאנציאל גרייט דערפאר אדער מען האט די עקענאמישע מעגליכקייט דערפאר, נאר ווייל די תורה זאגט, און אלס נקמה אינעם דייטש. א קאריערע? נישט קיין שאלה פון פלאנען פאר די צוקנופט אדער טון עפעס וואס מען האט ליב צי מען איז שטאלץ דערמיט, נאר די תורה זאגט וְשִׁנַּנְתָּ֣ם לְבָנֶ֔יךָ, און די גאנצע וועלט איז דאך הֲבֵ֤ל הֲבָלִים֙ און גארנישט בלייבט נישט בְּכׇ֨ל־עֲמָל֔וֹ שֶֽׁיַּעֲמֹ֖ל תַּ֥חַת הַשָּֽׁמֶשׁ, חוץ תורה תורה תורה.

די חידוש פון די סיטעם, צי זאגאר אן אפענע נס, איז אז בדרך כלל, האלט זיך עס. עס זענען דא צענדליגע טוביה מילכיגער’ס וועלכע פילן באמת ווי זיי פירן גאט’ס וועלטן מיט אים ארויסהעלפן מיט זייער קליינע חלק. זיי זענען צופרידן, זייער’ע ווייבער און קינדער זענען צופרידן. זיי מיזן נישט זיין קיין עשירים, זיי מיזן נישט באמת מצליח זיין, נאר א 9 - 5 ארבעט, און ווילאנג זייער'ע קינדער קענען די פרשה צעטל, אדער דער רב פון ביהמ''ד לאכט פון זיינע 'ווערטלעך', איז מען גליקליך און צופרידן.

די בראך אבער פאסירט ווען א מיטגליד פון דער סיסטעם טרעפט זיך איין טאג אן די מוטאוואציע פון זיין פון די בויער’ס פון די הערליכע סיסטעם. צי זאל עס זיין דורך דעם וואס עס כאפט זיך אריין א ווערעמל פון אפיקורסות און זעט איין אז גאט, אויב זאל ער בכלל עקזעסטירן איז בכלל נישט אינטערעסירט צי ער שטרייפט די שווארצע באקסלעך אדער ניצט זיין פאון שבת קודש. אמאל קען גאר זיין אז ער גלייב אין גאט און אפילו אין די אידשע תורה, אבער ער אנערקענט אז א געוויסע עספעקט פון די חינוך איז אומענטשלעך: מען דארף יא חתנה האבן פאר ליבע, יא מאכן 'משפחה פלאנונג', און יא גיבן די קינדער א חינוך. עס קען זיין אז צוליב אן אנדערע סיבה אנערקענט ער אז ער האט מער נישט קיין צוקנופט אין די מאדאל, ווייל ער איז אריינגעפאלן מיט הני כלבי דחציפין - א ביטש פון א ווייב, אדער ער ווערט געוואר אז ער איז געי. זיין גאנצע וועלט פאלט אים איין.

עס קען אפילו זיין א פערציג יעריגע אינגערמאן, וועלכע האט יארן געלעבט מיט א שמחת החיים, פון די נאטורליכע געשמאק וואס קומט ווען א מענטש שפירט פארפילט (וואס אין די סיסטעם מיינט בלויז ביישטייערן דערצו), ער איז אפילו נאך א מאמין בה' און אינעם רבי זאל זיין געזינט און פעט, אבער פלוצלינג פארלירט ער זיין דזאב, און די גאנצע יֵצֵ֣א אָדָ֣ם לְפׇעֳל֑וֹ - טאג איין טאג אויס שטעלט זיך אפ, און ער בלייבט אן זיין חלק אין די סיסטעם וועלכע האט אים מאטעוועזירט ביזן טיפניש פון נשמה און די. ען. עי.

עס שטייט אין מדרש: בְּשָׁעָה שֶׁאָמַר רַבִּי יוֹאֵל נאָך א בַּיֵבִי נאָך א בּיֵבִי, מִיָּד עָנְתָה כְּנֶסֶת יִשְׂרָאֵל וְאַךְ אֶת דִּמְכֶם לְנַפְשֹׁתֵכֶם אֶדְרֹשׁ. עס איז דא א שיעור וויפיל א מענטש קען זיין א ראבאט, אפילו דער ראבאט פילט גיט מיט זיך. וואס האט פלוצלינג פאסירט די לעצטיגע יארן? פשוט, די מציאות זינט די אינטערנעט איז אז מענטשן לערנען איבער רעליגיע און גאט און צעווארפן זייער אויפגעבויטע אמונה היורד עד הנשמה. וואס איז עס אנדערש פון דזאו וועלכע פארלירט אמונה און יהושע קריסט? ווייל אנדערש ווי אונזער פרעקטעצירונג פון רעליגיע, לייגן קריסטן (און אפילו מוסלומינער אין א געוויסע זין) א דגיש אויף נאטורליכע מאראל און מענטשליכקייט (יומענעטעריזים). זייער מענטשליכע באשלוסן אין לעבן, ווי מיט וועם צו פּאָרן, קינדער און קאריערע, האט גארנישט מיט זייער'ע רעלעגיעזע אויסקוק, און ווען דזאו'ס אמונה צעפאלט, זענען זיינע מענטשליכע געברויכן אין טאקט. משא''כ דוד'ל וועלכע האט קיינמאל נישט חתנה געהאט פאר ליבע, געהאט קינדער נאר ווייל געבורט-קאנטראל איז אסור, און ארבעט בלויז 'צו איינהאלטן די כתובה', בלייבט אן די אמונה מיט א ביטש וועם ער דערלייד נישט, קינדער מיט וועם ער האט נישט קיין שפראך, און אן ארבעט וואס חושי הארכי קען אויך טון. ווען דוד'ל טרעפט זיך ביי די 25 מיט א ווייב און דריי קינדער, אן קיין שום אויסקוק און טעם צו לעבן, איז טייל מאל זעלבסטמארד וואס קומט אים אין געדאנק.

צדיקים האבן געטייטשט: שיט שׁוֹטֵ֤ף כִּי־יַֽעֲבֹר֙ - אויב די שיט גיסט זיך איבער, דאן - וְכֻפַּ֤ר בְּרִֽיתְכֶם֙ אֶת־מָ֔וֶת.
 
לעצט רעדאגירט:
סברות קען איך אויך זאגן, וואס טוט זיך מיט פרוף אדער דאטא?
אפשר פארקערט? אינטערנעט איז וואס מאכט באמת חרוב דעם דור, און די פאר אידן וואס לעבן נאך איז אלעס בלויז אדאנק דעם סיסטעם?...
 
די הנאה פון זעהן איינעם שרייבן גענוי ווי אזוי מ'פילט איז אומבאשרייבליך! 🙏
יעדע גרויסע באשלוס אין לעבן, וואס אין די אלגעמיינע וועלט מאכן מענטשן בדרך כלל די החלטה דורכגעטראכט, ווערט אבער געמאכט בי אינז אן די ריכטיגע מענטשליכע צוגאנג, וויבאלד דאס איז וואס ‘’גאט דערווארט פון אים’’.

חתנה האבן? נישט קיין שאלה צי מען איז בכלל גרייט אדער מען האט געטראפן די ריכטיגע פאָר (עכ’’פ לויט די קריטעריע וואס מאכט אויס אין שלום בית), נאר ווייל די תורה זאגט עַל־כֵּן֙ יַֽעֲזׇב־אִ֔ישׁ אֶת־אָבִ֖יו וְאֶת־אִמּ֑וֹ וְדָבַ֣ק בְּאִשְׁתּ֔ו. קינדער? נישט קיין פראגע צי מען איז עמאנציאל גרייט דערפאר אדער מען האט די עקענאמישע מעגליכקייט דערפאר, נאר ווייל די תורה זאגט, און אלס מלחמה אינעם דייטש. א קאריערע? נישט קיין שאלה פון פלאנען פאר די צוקנופט אדער טון עפעס וואס מען האט ליב צי מען איז שטאלץ דערמיט, נאר די תורה זאגט וְשִׁנַּנְתָּ֣ם לְבָנֶ֔יךָ, און די גאנצע וועלט איז דאך הֲבֵ֤ל הֲבָלִים֙ און גארנישט בלייבט נישט בְּכׇ֨ל־עֲמָל֔וֹ שֶֽׁיַּעֲמֹ֖ל תַּ֥חַת הַשָּֽׁמֶשׁ, חוץ תורה תורה תורה.
די צעווארפסט מיר דא די גאנצע זאך וואס איך האב לעצטענס אנגענומען, אז די סיסטעם האט געהיידזשעקט די תורה, און די תורה פאר זיך אן קיין סיסטעמאטשע אגענדע איז כלו טוב...
 
סברות קען איך אויך זאגן, וואס טוט זיך מיט פרוף אדער דאטא?
אפשר פארקערט? אינטערנעט איז וואס מאכט באמת חרוב דעם דור, און די פאר אידן וואס לעבן נאך איז אלעס בלויז אדאנק דעם סיסטעם?...
די הייליגער רבי ר' נחמן די חכם פון לב טהור טענהט די זעלבע איז אמעריקע פאר לב טהור, ס'מאכט חרוב.

ווילאנג מ'מיינט אז אינדערויסן איז ערגער איז גוט.
 
די הייליגער רבי ר' נחמן די חכם פון לב טהור טענהט די זעלבע איז אמעריקע פאר לב טהור, ס'מאכט חרוב.
 
לא זאת היתה כוונתי. כ'האב געמיינט אז דו ביסט נישט מסכים מיט זיין טענה.
 
צי איך בין מסכים אדער נישט איז אומרעלעוואנט.
עקזעקטלי דאס איז מיין נקודה: סברות קען יעדער זאגן, אפילו נחמן... קרעמל מעג זיין קלוגער דערפון...
 
סברות קען איך אויך זאגן, וואס טוט זיך מיט פרוף אדער דאטא?
א סברה איז היפש א שטארקע זאך ווי מ'זעהט און גמרא, אז ווען מ'האט א סברה דארף מען נישט קיין פסוק,
אפשר פארקערט? אינטערנעט איז וואס מאכט באמת חרוב דעם דור, און די פאר אידן וואס לעבן נאך איז אלעס בלויז אדאנק דעם סיסטעם?...
וואס הייסט פארקערט?? ער האט גערעדט פון די סיסטעם עספעקט וואס מאכט מענטשן פארלירן טעם און לעבן, ער האט נישט גערעדט פון אינטערנעט..
קען זיין אינטערנעט איז אויך א פעקטער, אדרבה עפן א שניר מיט א סברה פארוואס אינטערנעט מאכט אידן זיך נעמן דאס לעבן
 
סברות קען איך אויך זאגן, וואס טוט זיך מיט פרוף אדער דאטא?
די דאטא וועט דיך נישט העלפן. אסאך מענטשן זענען נעבעך אויפ'ן וועג צום בריק, און דאטא גייט זיי נישט העלפן, און ס'איז קנאפ א נפק"מ צו די סיסטעם איז "עכט" שולדיג צו נישט.

די איינציגסטע נפק"מ להלכה ולמעשה איז צו יענער איז באקוועם ווי ער געפונט זיך אדער נישט.

אויב די פלאץ ווי ער איז יעצט איז עם ענק גייט ער בארג אראפ, אז מ'וועט מינימום אדרעסירן זיין ענקשאפט וועט ער זיין אויפן בארג ארויף צו זיין א לעבעדיגער געזונטער מענטש.

#comfortable

אפשר פארקערט? אינטערנעט איז וואס מאכט באמת חרוב דעם דור, און די פאר אידן וואס לעבן נאך איז אלעס בלויז אדאנק דעם סיסטעם?...
אינטערנעט האט נאך קיינמאל נישט חרוב געמאכט קיין שום מענטש. אינטערנעט איז ניטאמאל ביכולת צו חרוב מאכן א מענטש. אז א מענטש האט שפאלטן און זיך, ער הייבט אן אינטער צו ברעכן דינט אינטערנעט ווי א דיסטרעקשאן צום לעבן ווייל ס'פילט אן אומבאקוועמע לעכער פון לעבן.

לאו עכברא גנבא אלא חורי
 
ס'איז יתכן אז אמאל זענען פראצאנטואל געווען די זעלבע צאל זעלבסטמערדער ווי היינט, נאר דעמאלט האט מען געהאט מיר יראת שמים און מורא געהאט צו טון אזאנס קעגן די תורה.
היינט האט דער עולם די תורה אין באד ממילא איז בעק טו דיפאולט סעטטינגס.

בד"וו, ס'איז דא אן אויפשטייג אין זעלבסטמארד פעלער אין גאנצן לאנד די לעצטע פאר יאר.

ס'איז ייתכן אז איזולאציע איז פון די גרעסטע גורמים.
 
Back
Top