עד שתכלה מלכות הזלה

שפן הסופר

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2025
מעסעדזשעס
111
רעאקציע ראטע
635
פונקטן
113
לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו הערן א דעבאטע איבער די עבירה פון האבן א מדינה פאר ביאת המשיח.
צווישן די טענות פון די וואס האבן געהאלטן אז אז ס'איז אן איסור איז געווען א מאמר חז"ל אין מסכת סנהדרין צח. "אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הזלה מישראל".

די מאמר איז אן אפט געהערטע טענה אין די סאטמארע קרייזן, און דער ספר ויואל משה ברענגט עס טאקע אין זיין הקדמה.

יעדעס מאל איך הער די טענה שפרינג איך ממש פון די הויט...

איך וואלט זייער געוואלט אז א סאטמארער תלמיד/חסיד זאל מיר איינמאל פאר אלעמאל מסביר זיין וויאזוי מען קען נוצן אזא גמרא.

יעדער וואס קוקט נאר אריין אין די גמרא זעהט גלייך אז דאס איז בסך בכל א קללה, גארנישט אנדערש ווי די באקאנטע "אין בן דוד בא עד שתכלה פרוטה מן הכיס".
צו מיינט דאס אז די אלע סאטמארע בעלי בתים זענען מעכב די גאולה וויבאלד זיי האלטן פרוטות אין זייער כיס?!

איך קען באמת נישט פארשטיין וויאזוי מען קען נוצן אזא גמרא צו שרייען אז מען טאר נישט האבן קיין מלכות...
צו האלטן די סאטמארע אז מיר ברויכן מהדר זיין אין די "חוצפה יסגי" כדי צו מקרב זיין די גאולה??? (אייגענטליך אפשר טאקע יא... 🤪)

כ'וועל מיך פרייען אויף א תירוץ.
 
סאטמערע רבי איז נישט געווען קיין נאר, ער איז דאך יא געווען א תלמוד חכם און ער האט געוויסט אז זיין גאנצע שיטה האט נישט קיין האפט. אבער ער האט געהאלטן אז ציונות גייט חרוב לייגן ארטעדאקסישע יודנטום מילא מוז מען לוחם זיין דערמיט אלל די וועי, וועגן דעים האט ער אנגעהויבן זיכן גמרות און פסוקים ווי ער קען אריינטייטשן זיין שיטה. אזוי די אונגערישע באטשיס זאלן נישט כאפן אז עס הייבט נישט אן צו קלעבן.
 
Back
Top