עס מאנט וויינט און פארפירט, עס מאכט מיך אינגאנצן פארשמירט
א ווארימע נעסט זיך געשאפט אין מיין הארץ, א וואטש טאוער
עס באדערט ווען עס גייט מיר שלעכט, אבער אויך ווען עס גייט מיר גוט, עכט
קריטיקירט אויף טריט אין שריט, ער האט צי מיין מח דירעקט ציטריט
איך פארגין איהם נישט צי זעהן אביסל געגארטע נחת, וואס גייט מארגן זיין א שטר חוב פאר נאך א טוץ
געב מיר נישט דעם דאלער, נאכדעהם קוקסטו אין מיין הויזן דורך וואשינגטאן'ס אויגן
איך שלאג מיך מיט איהם,ער קומט מיר אין חלום, אבער בהקיץ כ'קען איהם נישט קוקן אין פנים
ווען איך טשעפע מיט זאכן ער האט די געזונט געגעסן, א חרב חדה העכער מיין קאפ זיצט
ער שפרענקלט שולד געוויסנביסן, אזש עס נעמט אוועק די טעם פון לעבן
ווען מ'גייט לעשות צרכיו, ווי יוספ'ן מיט געוואלד ער וויל מיך שלעפן, ווי ביסטו פארפארן
מיין טייערע תכשיט'ל, די האסט פארגעסן פארוואס די ביסט אויף דעי וועלט, טוב מותי מחיים ווען איך זע דיין התנהגות אדער בעסער געזאגט איך גיי דיך הרג'נען
אויב אזוי לחש'נט מיר דעי נביאה, לך לך פאר דאנעטוועגן, אנטלויף ראטעווע דיין לעבן
פונדערווייטענס עס גייט טאקע גרינגער, אבער עס באדערט מיר פארוואס בכלל א פנים, צי לאכן פון הונטער
איין שיינע טאג א ווארימע גריס, עס וויל מיר כאפן, דיין טאטע ער זארגט פאר דיר ער וויל וויסן צי די ביסט מסודר
בינעך טאקע אזוי שלעכט, פארוואס געדארפט אנטלויפן ער מיינט נאר מיין טובה
איין מינוט די בלוט קימט אין קאפ, דאס איז נישט מער ווי א געמיינע ק.ג.ב. אגענט
ער גייט מיר נאכלויפן ימים און יבשות, אבי איך זאל א גוטע טאג אין לעבן נישט האבן
ער מיינט נעבעך אז דאס טויט איז די אמת'ר לעבן, און אז נערוועזיקייט דאס איז די אקסידשין
איך דריי מיך מיט א דילעמא, מעג איך הרג'נן א טאטע, אויב פאר מיר איז דאס לעבן
אבער די נעסט איז שטערקער ווי לעבן אין טויט, כ'ווייס נישט וויאזוי מ'קומט עס ביי
ער האט איינגעפלאנצט אין מיר א קערל, א פארשלאפן צעל צי דערמאנען זיין צוואה
אנא מפניך אברח, דאס איז עס מיין טאטע האט געבוירן אן אינוואליד, און עס גייט איהם אין לעבן אז ער זאל זיצן נעבן איהם אין שול און קיינמאל זיך אויסלערנען שטיין
ווייל אזוי בינעך פארזיכערט גיי איך כאטש מיט מסורה, און אפשר צי אויסטרעטן א וועג האט ער מורא, ווייל זיין טאטע האט איהם אויך נישט אויסגעלערנט גיין
דיסקלעימער: רויע רויע ווערטער, כ'דארף עס נאך מסדר זיין, מיין טאטע לאזט נישט יעצט....

לעצט רעדאגירט: