איך האלט אויך אז עס איז צו גראפיש.
נישט אזוי ווייט "וואס" זי רעדט, נאר "ווי אזוי" זי רעדט.
מען קען זאגן "די מצוה", וואס דאס איז צו פרום. מסכים. מ'קען אויך זאגן האבן ס*קס, אינטערקאורס, וכדומה. דאס וואלט געווען נארמאל. און נאכדעם קען מען נוצן די 4-אותיות ווארט וואו אימער מעגליך, דזשאסט ווייל פארוואס נישט... צו ווייזן וואספארא חזיר איך קען זיין, בפרט אין די היימישע אידישע שפראך...
איי וואס גייט מיר עס אן? ווייל איך האלט אז פעגי האט דערמיט פארלוירן די לעצטע געלעגנהייט אויפצוטון וואס זי האט געקענט אויפטון. רוב "אויפגעקלערטע" מענטשן דארפן נישט אזוי ווייט צוקומען צו איר, די עצות וואס זי געבט איז דא גענוג אויף אנדערע פלעצער אויפן אינטערנעט. די גאר פרומע וואלטן ממילא נישט געגאנגען צו איר, ניטעמאל ווייסן זיי צו זאגן פון איר. בלייבט איבער א ריזיגע גרעי עריע פון כלל ישראל וואס מוטשעט זיך אין די ענינים, זיי קענען נישט גיין צום לאקאלן דיין פרעגן גראפישע שאלות, און זיי בלייבן סטאק פאר'ן לעבן. פאר די אלע וואלט פעגי געווען א ישועה!
אבער מיט איר יעצטיגע אינטערוויאו מיט די נידריגע וואולגארישע שפראך האט זי פארלוירן א ריזיגע פראצענט פון די לייט-גרעי חלק פון כלל ישראל.