דאס לעבן און שאפן פון פּעגי גרינפעלד

100%.
זי זאגט אין איהר אינטערוויו מיט נחי אז עס איז א שפיהל מיט פייער און אז עס איז נישט כדאי פאר איעידעם. וויבאלד זי איז אפן צי העלפן דעיע וואס האבן, אדער ווילן האבן דעיע לייפסטייל, מיינט נישט אז זי promote עס.
בבחנינת דא איז דא אייער קיינער זאל ח״ו נישט ווארפן
 
בבחנינת דא איז דא אייער קיינער זאל ח״ו נישט ווארפן
איך קוק עס ענדערש אהן ווי די בחינה פון "דאס איז א risky lifestyle וואס ארבעט זיך אויס פאר געוויסע, און איך בין גרייט צי העלפן ווער עס האט עס אויסגעוועהלט".

אונז זענען אפט ציגעוואונט צי אפטייטשן זאכן און א black and white וועג, אבער זאכן זענען מער קאמפליצירט. דעיס קוק איך ארויף וועגן פעגי אז זי האט די ברייטקייט צי ארויסברענגען ביידע זייטן.

ביידע קענען זיין אמת.
1. open marriage איז א risky choice און מען זאהל זיין אדורעכגעטראכט פאר מען לויפט אהין.
2. עס ארבעט פאר געוויסע און איך בין דא צי העלפן דעיע וואס לעבן אזוי.
 
פעגעלע האט דאס יעצט ארויסגעלייגט, ס'איז לכאורה איר טאכטער,

די ערשטע מאל איך זעה איר, ס'מיר א חידוש, איך האב נישט געוויסט אז זי איז ביי די מאמע'ן.. @לייביש הכהן די קענסט די סטארי דא?

אידער וועי, אזוי קוקט אויס א מאמע וואס געבט פאר די טאכטער וואס זי האט נישט באקומען, מיט א שמחה! כל הכבוד!!

1749762188606.webp
 
לעצט רעדאגירט:
Wow, איך האב נישט געכאפט אז סאיז ער, איך האב מורא זי איז טיף אריינגעפאלן.
 
Wow, איך האב נישט געכאפט אז סאיז ער, איך האב מורא זי איז טיף אריינגעפאלן.
בכלל נישט, איך בין מעיד אז די לאוו צווישן זיי איז עד לב השמים, און אפי העכער דערפון! ס׳איז א פּארל איינס אין די וועלט!!
 
זי האט א בוי-פרענד ער הייסט הרב יואל פאלקאוויטש, א ריזן תלמיד חכם, א טאהש׳ער תלמיד.
מיין שאלה איז געווען "געווען" דהיינו ווער איז איר ערשטע מאן געווען...

אגב גרייט זי זיך צו הייראטן ר' יואל
 
קיינער זארגט זיך נישט פאר איר פרנסה זי איז א סינגעל מאם, און זי דארף נישט אייער פאר פסח לויט ווי איך פארשטיי...

נאר וואס דען?

מיי עפיניען.. מענטשן אזוי ווי מיר, זענען געווארן זייער אנטוישט פון די קינדערישקייט ווי אזוי דעי אינטערוויא איז ציגעגאנגען...

מיר פערזענדליך גייט עס נישט אן.. איך האב עס געוואשט מיט פאפקארן..

אבער זי פארקויפט אז זי סערווירט טאקע אזאכע מענטשן ווי מיר, וואס זענען אביסל אויפגעקלערט און דעי ענינים, און די ווייב איז נישטא צום האבן..

יעצט אבער פיל איך זייער גילטי צי שלעפן מאן בית רחל ווייב צי אזא איינעם, איך פיל ווי ס'גייט זיין א שטיקל ביטרעיל כלפי מיין ווייב..
(יא @ברק הכחול האסט גוט געהערט... אפשר איז עס גאר דיין קרעדיט!!)

צום 100סטען מאל!! די פריידא וויזל אינטערוויא איז געווען סאך מער ריאינשארינג פאר מיר צי שלעפן מיין ווייב פאר א סעשאן!!

נחי איז טאקע אסאך שילדיג און דעים!! אבער פעגי וואלט אים געמעגט אביסל צירוקשטעלן און פלאץ!!
1749838300102.png


סיי נחי איז סינגל סיי פרידע וויזל און סיי די דאזיגע טעראפיסטקע... און זיי געבן אונז עצות פאר שלום בית....!

ר' אביגדור מילער פלעגט טאקע אייביג האקן אויף טעראפיסטן אז זיי פארערגערן נאך מער אלע פראבלעמען אויב מ'געבט זיי געלט, קוק אן נחמי' וועבערמאן. א פאלנער מגושם וואס גאנץ סאטמאר, סיי די זאליס און סיי די אהרונים, האבן געבעקט צו הארגענען אונזערע קינדער, ווייל ער האט זיך פארקויפט פאר א טעראפיסט!

ר' אביגדור האט געטענה'ט אז אלע טעראפיסטן זענען דורך גיטין אדער אנדערע גאר ווייטאגליכע פערזענליכע דורכפאלן אין לעבן, מילא שפירן זיי זיך שוין ווי איינשטיין צו קענען העלפן אנדערע וואס גייען דאס איצט דורך. אבער אויב זענען זיי נישט זייער שטארק ערליך פארהארגענען זיי דאס מערסטע, און מאכן אלע פראבלעמען פיהל פיהל ערגער ווי ביז איצט!

זיי קענען טאקע זייער גוט רעדן אבער נאר ווייל זיי אליינס זענען א מעסיוו ''מעס'' אינעם פערזענליכן לעבן. אז איר וועט גוט קוקן וועט איר זעהן אז רוב פון זיי זענען גראב ווי די רוחות. אדער האבן שוין אנגעזעצט אסאך מענטשן מיט געלט אדער אנדערע גאר שטארקע בושות מעכטיגע פלאפס אין זייער לעבן אדורך אדער קענען זיי פשוט נישט האלטן א געהעריגן ניין טוה פייוו זשאב ביי אדאראמע מיט בי. ענד.עיטש. וכו' - מילא פארדרייען זיי אונז א א קאפ אז מיר זענען משוגע, פאשטייט זיך, פאר גוט באצאלט, דורך אונז...!

אבער קריטיק העלפט אייביג. ווי עס שטייט קבל את האמת ממי שאומרו, די בעסטער טעראפיסט איז א דראג עדיקטעט האומלעס שיכור. איך האלט נישט אז ר' אביגדור איז געווען גערעכט אזוי צו האקן אויף טעראפיסטן. ווייל אסך מאל איז דער מאן נישט גענוג ערליך צו האבן א רבי. מילא פועלט די ווייב ביי אים צו גיין צו א פרייען טעראפיסט.

איך מוז צולייגן, אז צו בני תורה תלמידי חכמים יראי שמים אויסגעארבייטע איידעלע גאר פרומע מענטשן וכו' - האט ער יא געלאזט גיין צו זיי אויף טעראפיע סעסיעס.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top