דאס אייוועלט שנירל

לעצט רעדאגירט:
איך האב געפרעגט עפעס א שאלה אויף אייוועלט א שיינע פאר וואכן צירוק, כ'האב געטראכט, זיי האבן אזויפעל מענטשן דארט אז איך וועל באקומען א תשובה איינס צוויי, איך ווארט נאך יעצט..

דא אויף קרעמל, וואס כ'האב נאר געפרעגט, בין איך געווארן גענפערט וויטאין די 24 שעה..

אייוועלט איז איז אזוי ווי אין די גרויסע שול אין קרית יואל ביי די הקפות, געפאקט מיט מענטשן.. יעדער שמועסט נאר מיט ווער ס'שטייט נעבן אים..
קרעמל איז א געשמאקע הויז שול, יעדער קען זיך, מ'איז זיך דא צי העלפן.. ס'מורא'דיג...
😘
 
פארוואס פרעגסטי נישט דא?
 
זייער שיין...

אבער ביז דיין קיש....
 
פארוואס פרעגסטי נישט דא?
איך האב געוויסט ס'וועט קומען.. :ROFLMAO:

ס'געווען מער א קשיא וואס אייוועלט אידן וואלטן געדארפט צי האבן א ענפער אין א מינוט..
איך גיי עס טאקע אויך דא פרעגן ווען ס'וועט מיר נאכאמאל זיין מער נוגע..
 
איך גיי עס טאקע אויך דא פרעגן ווען ס'וועט מיר נאכאמאל זיין נוגע..
ווי לדוגמא: ווי פליעט מען?...
 
איך האב געוואלט פריער מער עליבירעטן אין די שול'ן ענאלעדזשי, איך האב מיר געיאגט צי א חברותא, איך בין נייגעריג וואס די עולם האלט..

אין גרויסן אין מאנראו זיצן אין די בעק די אלס ווייסערס, יעדער שטיפט זיך צי הערן וואס זיי האבן צי זאגן, דא דארט ווארפט יעדע אורח אריין א סטופיד דזשאוק אין דעטס איט. דאס איז אייוועלט,

דא אין קרעמל יעדער וואס קומט אריין קלאר. זאל זיין א גוטע נייעס, גוטע לשון הרע, פיינע ארטיקל.. נישט קיין חילוק וואסערע רעיטינג ס'שטייט ביי די זייט, באקומט ער די פארדינטע ריספאנס..

אין גרויסן אינטן אדער אין שול, קען מען ווערן פאריקט וויפול משולחים ס'דרייען דיר די געדאכעס, יעדע סקונדע נאך א צוועק,
דאס איז אייוועלט, ס'אנגעפיקעוועט מיט קאמפיינס..

דא אין אינזער קליינע שול, נישטא קיין גרויסע פאלאקן.. ס'היימיש..
ס'דא נאך, יעדער איז מכובד ציצילייגן.

איך טריי מיר דא פלעין אליין צי מחזק זיין.. ווייל אסאך מאל אינמיטן טאג בין איך בארד עס פאק.. אין איך דריק דעם ריפרעש באטאן אויף קרעמל ווי א רשע צי זעהן צי ס'מאכט זיך עפעס א געשמאקע שמועס, אין אסאך מאל איז טויט שטיל.. גיי איך צי אייוועלט אין ס'לעבעדיג.. טראכט איך צי מיר.. וואס האסטו דא פארלוירן? שרייב אויף אייוועלט.. העסטו נישט שרייבן דארט וואס דיין הארץ באגערט.. וואס וועט שוין געשען??

דא קומט אריין וואס איך טריי מיר מסביר צי זיין.. למעשה קען איך נישט באקומען פון אייוועלט וואס איך באקום דא..
דא זענען זאכן אטענטיש.. די מענטשן דא זענען עכט מיט זיך..
צוויי לייקס דא אויף קרעמל איז ביי מיר מער חשוב ווי 50 לייקס אויף אייוועלט.. (איך רעדט שוין נישט אז קוים וואס מ'קען דארט זעהן געהעריג ווער ס'האט דיר געלייקט)
 
איך האב געוויסט ס'וועט קומען.. :ROFLMAO:

ס'געווען מער א קשיא וואס אייוועלט אידן וואלטן געדארפט צי האבן א ענפער אין א מינוט..
איך גיי עס טאקע אויך דא פרעגן ווען ס'וועט מיר נאכאמאל זיין מער נוגע..
איך האב געוויסט אז די ווארטס איינער זאל עס פרעגן הגם איך האב מיך פארגעשטעלט די תירוץ
 
און איך האב געוויסט אז דו פרעגסט טראכטנדיג אז ער ווארט איינער זאל פרעגן און אז דו האסט זיך פארגעשטעלט דעם תירוץ... 🤣🤣🤣
 
בקיצור אונז פארשטייען זיך אלע אויפן ווינק ווי גיטע ברודער ביים קרעמל
 
כ'האב געהאט א גוטע חברותא און אונז האבען זיך פארשטאנען אויפ'ן ווינק. די ווינקען זענען געווארען קערצער און קערצער ביז מ'האט קוים געמורמעלט די ווערטער פון די גמרא.
 
איך האב געוואלט פריער מער עליבירעטן אין די שול'ן ענאלעדזשי, איך האב מיר געיאגט צי א חברותא, איך בין נייגעריג וואס די עולם האלט..

אין גרויסן אין מאנראו זיצן אין די בעק די אלס ווייסערס, יעדער שטיפט זיך צי הערן וואס זיי האבן צי זאגן, דא דארט ווארפט יעדע אורח אריין א סטופיד דזשאוק אין דעטס איט. דאס איז אייוועלט,

דא אין קרעמל יעדער וואס קומט אריין קלאר. זאל זיין א גוטע נייעס, גוטע לשון הרע, פיינע ארטיקל.. נישט קיין חילוק וואסערע רעיטינג ס'שטייט ביי די זייט, באקומט ער די פארדינטע ריספאנס..

אין גרויסן אינטן אדער אין שול, קען מען ווערן פאריקט וויפול משולחים ס'דרייען דיר די געדאכעס, יעדע סקונדע נאך א צוועק,
דאס איז אייוועלט, ס'אנגעפיקעוועט מיט קאמפיינס..

דא אין אינזער קליינע שול, נישטא קיין גרויסע פאלאקן.. ס'היימיש..
ס'דא נאך, יעדער איז מכובד ציצילייגן.

איך טריי מיר דא פלעין אליין צי מחזק זיין.. ווייל אסאך מאל אינמיטן טאג בין איך בארד עס פאק.. אין איך דריק דעם ריפרעש באטאן אויף קרעמל ווי א רשע צי זעהן צי ס'מאכט זיך עפעס א געשמאקע שמועס, אין אסאך מאל איז טויט שטיל.. גיי איך צי אייוועלט אין ס'לעבעדיג.. טראכט איך צי מיר.. וואס האסטו דא פארלוירן? שרייב אויף אייוועלט.. העסטו נישט שרייבן דארט וואס דיין הארץ באגערט.. וואס וועט שוין געשען??

דא קומט אריין וואס איך טריי מיר מסביר צי זיין.. למעשה קען איך נישט באקומען פון אייוועלט וואס איך באקום דא..
דא זענען זאכן אטענטיש.. די מענטשן דא זענען עכט מיט זיך..
צוויי לייקס דא אויף קרעמל איז ביי מיר מער חשוב ווי 50 לייקס אויף אייוועלט.. (איך רעדט שוין נישט אז קוים וואס מ'קען דארט זעהן געהעריג ווער ס'האט דיר געלייקט)
איך גיי דיר ענטפערן אויף צוויי פון דיינע זאכן, די איבריגע האב איך יעצט נישט קיין נערוון…

1. ווען דו זאגסט אז דו האסט ליב קרעמל ווייל דא קען מען שרייבן זאכן וואס אויף אייוועלט קען מען נישט דיסקאסן, איז איין זאך.. זאגן אז דו שרייבסט דא ווייל דארט זענען דא משולחים, קוקט אויס ווי האסט דיר נישט געפילט דאס פלאץ דארט און זוכסט זיי אלע צו ארויפלייגן עפעס א לעיבל.. סתם זיך צו בארואיגן אז מען האט דיר נישט עקסעפטעד.

2. אין בית מדרש ביים אונטערשטן באנק זענען געווענליך דא א גרופע וואס זיי ווייסן אלעס און מאכן חוזק פון יעדעם… אויפן פארטש איז דא נאך א גרופע וואס זיי האלטן ביי זיך אז זיי זענען מער אויפגעקלערט ווי די שטופערס אין בית מדרש און זיי מאכן חוזק פון די בית מדרש שטופערס… אויף די גאס ווען עס איז דא א כ"א כסלו מאכרייקע זענען דא גרופעס פון שומרים און חביבים און זיי טראכטן אויף די ליידיגייערס אין בית מדרש פארטש אז זיי זענען שוטים און לעבן אין א באקס, און נאר זיי די חביבים מעמבערס זענען די קלוגסטע אויפן וועלט…

בקיצור יעדער קלאפט זיך אין רוקן אז נאר וואו ער דרייט זיך זענען דא די קלוגסטע מענטשן אויף דער וועלט… די אמת איז אז דער וואס איז אמת'דיג איבערצייגט אז ער איז פון די קלוגסטע וועסטו קיינמאל נישט זעהן חוזק מאכן אדער אראפקלאפן א צווייטן וואס איז נישט אזוי קלוג.. סוי די גאנצע גערעדאכץ פון אייוועלט שמייוועלט, יא קינדער נישט קינדער, איז נארישקייטן.. אויף אלע פלאטפארמעס זענען דא קטנים און גדולים… יא, אפילו דארט ווי יעדער קלאפט זיך אין רוקן אז יעדער איז אויפגעקלערט...
 
א מענטש דארף זיך קלאפן אין ריקן אז ער טוט וואס ער האלט און האט ליב!
מ'מעג זיך זעהן קלוגער, ברייטער, און מער ערוואקסן ווי אנדערע

ער דארף אבער פארשטיין אז יענער פיהלט פונקט אזוי כלפי זיך, יענער טוט אויך וואס ער האט ליב!

סאו ענק קריגן זיך נישט...
איך האלט זיך אויך ברייטער און קלוגער ווי רוב זאכן אין אייוועלט, כ'האלט אז כ'האב א בעסערן לעבן ווי זיי. אבער כ'האלט אויך אז זיי האלטן פארקערט.
-

כ'האב לעצטענס געשמועסט מיט איינער (באלד טאפלט מיין עידש) וואס פלעגט מיר קענען פון די אמאליגער טעג, דער געהויבענער אינגערמאן שעפטלן. ער האט געכאפט אזא שאק אז ער האט מיר גענימען סטראשענען "דו גייסט זיך עסן דאס געזונט אז דיינע קינדער זענען נישט חסידיש", וכדו'. ער האט זיך גענימען שיסן ארגימענטן אז אונז זענען די קלוגסטע מערסטע סוקסעספול און צופרידענסטע. דערציילט מעשיות פון מענטשן וואס האבן אפגעפארן און חרטה געהאט. ער איז געווען פרוסטרירט וחמתו בערה בו.

ווען כ'האב געכאפט וואס באדערט אים (אז ער שפירט אז לויט שעפטאל לעבט ער אין א פשוטער ליגנט פון וואס ער ליידט און צוימט זיך איין אזוי פיהל) זאג איך אים. "איך האלט אז דו ביסט גוט און פיין! אויב דו טוסט וואס דו שפירסט איז גוט און ריכטיג, אויב דו ביסט אפן צו דיינע געפיהלן - ביסטו אנגעקומען צום נקודה! ס'פשוט הרבה דרכים למקום, איינער ניצט טעראפי איינער פסייכאדעליקס, תורה, חברים, וכדו' וכדו'.

איך האלט אויסדריקלעך נישט אז מיין וועג איז די איינציגסטע וועג, כ'טוה פשוט וואס ארבעט פאר מיר, פונקט ווי דו טוסט וואס ארבעט פאר דיר.
וחמתו שככה.
 
ווייסט איינער וויאזוי (אויב בכלל מעגלעך) צו פארמעקן אן ארטיקעל וואס איך האב געשריבן אויף אייוועלט?
 
Back
Top