דו ביסט לעכטיג
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 4, 2024
- מעסעדזשעס
- 3
- רעאקציע ראטע
- 4
ווי אזוי?
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
ווי אזוי?
אביסל מסביר צו זיין די טיפקייט פון דעם רבי׳נס אויפטו, כידוע האט דער רבי ר׳ מענדעלע מרימנוב זי״ע - וואס פלעגט שטארק מעורר זיין קעגן די אלע נייע מאדעס - געזאגט אז א נייע מאדע איז א נייע קרענק, איז דאך אוודאי אין אוודאי, מדה טובה מרובה, אז מיר וועלן צוריקברענגן די אמאליגע חסידישע גלאנץ וועט מקויים ווערן דעם והסירותי מחלה מקרבך.אשרינו שיש לנו רבי כזה!
אין דעם היינטיגן שווערן דור, וואס כלל ישראל ליידט אזויפיל צוזאם, פון פינאנציעלע שוועריגקייטן ביז מענטל העלט און סועסייד רח"ל, פון שידוכים קריזיס ביז די ריבוי גיטין און שלום בית פראבלעמען, ליידנדע פון פשוט'ע אביוז ביז געמיינע אביוז, פון אזויפיל ביטערע מחלוקת ביז מגיפות פון חולי ישראל ה"י, עס איז א הסתר פנים, החושך יכסה ארץ, יעדער איז פארלוירן, נישטא קיין עכטע מנהיגים וואס זאלן זארגן פאר'ן יחיד, עס הערשט א פארלוירנקייט, קיינער ווייסט נישט וואס דער מארגן וועט ברענגען, קומט אריין די געוואלדיגע בשורה וואס איז ממש א דורכברוך, א ליכטיגקייט אין דעם פינסטערניש, א בליק פון אן אמת'ע גדול וואס זארגט פאר יעדן איד מיט א געטריישאפט, עס גיט האפענונג פאר יעדן איד באשר הוא שם!
אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך: חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!! - אידישע וועלט פארומס
ביז דערווייל ווארט מען נאך פאר דעם אשרי
מ'דארף בעטן
ביי די טענה'רייען אין די אנדערע אשכולות (דא און דא) זענען געווען מאן דאומרים אז מ'קען נישט וויסן "וואס" איז מאראליש נאר דורך ג-אט, און דארט האב איך מיך שטארק מחולק געווען אז מאראל האט קלארע הגדרות. אבער אונזער @בן דרוסאי האט אונז געברענגט א מאכל שנתבשל כל צרכו, ווייל ער איז גלייך צוגעקומען צו די נקודה אז עס איז נישט צוליב די "וואס" ווי מ'דארף האבן ג-אט נאר עס איז די "פארוואס".
אבער אליבא דאמת איז אין לדבר סוף, ווייל אפילו מ'וועט ארייברענגען ג-אט אינעם בילד, ווער זאגט אז מ'דארף פאלגן ג-אט? ג-אט האט טאקע אלעס באשאפן און ער איז די בעל הבית, אבער פארוואס "דארף" מען פאלגן די בעל הבית? עס לוינט זיך טאקע כדי צו באקומען שכר און ווערן געראטעוועט פון אן עונש, אבער פארוואס "דארפן" אדער "מוזן" פאלגן ג-אט? אויב צוליב הכרת הטוב, דאס אליינס איז דאך מאראליש, און אויב דארף איך נישט פאלגן ג-אט דארף איך דאך נישט זיין מאראליש, וא"כ מה הועילו חכמים בתקנתם? דאס מיינט אז די גאנצע זאך ווי מ'דארף און מ'מוז איז עפעס וואס קען נישט ווערן שכל'דיג פארשטאנען. דאס איז באקאנט אלס די "is-ought problem".
די לעזונג צו די פראבלעם איז אדער צו זאגן אז התחייבות קומט מכח א געפיל וואס די מענטש האט און נישט מכח שכל, אדער אז התחייבות איז א שיינע וועג פון רעדן וואס עס לוינט זיך (ולדעתי זהו כוונת חז"ל באבות הוי מחשב שכר וכו'). אויף ביידע אופנים איז לכאורה נישט מוכרח אז מ'קען עס נאר מסביר זיין דורך דעם וואס ג-אט איז דער מחייב.
איך האב געמיינט אז יענע רבי זיכט מער גובר צו זיין גבורה איבער חסד...
אגב, אויב דו דרייסט זיך דארטן, דארפסטו וויסן אז די איינציגסטע זאך כמעט וואס מען רעדט "נישט", איז סאטמארע פאליטיק... עס איז נישט ערלויבט אפילו דאס צו דערמאנען, נאר ברמז, אז מען זאגט "טעגלאש" אנשטאט סאטמאר.ס'גוט צו זען אז אויך אויף אייוועלט קענען צומאל אריינפאלן גוטע פילאזאפישע שמועסן און טענה'רייען, און אז געוויסע חברה דארטן קענען עטוואס מער ווי די סאטמארע פאליטיק..
איינע פון די מנהלים פון אייוועלט אקעגן השמיעיני את קולך......
נקדימון'ס נייעס ווינקל - בלאט 357 - אידישע וועלט פארומס
פון וועלכע שיינבוים׳ס איז זי, די וויזניצע?
דאס איז פון איר טאטע זייטליטווישע פון דערהיים
די טאטע האט געהייסן Carlos Sheinbaum Yoselevitz
באלאנגט אין מאחורי...
די ספיד לימיט סיין?