דאס אייוועלט שנירל

פאר סאם ריעזאן האט מיר דאס געכאפט, דער עולם דארטן שלא כהרגלם רעדט אפן פון די 2 סאטמארער ברודער רבי'ס כמעט ווי אויף ק"ש...

Pasil Leah.png
 
סוי, בעיסיקלי, די מנהלים פון אייוועלט זיצן דא, און זעהן וואס ברויך געמעקט ווערן…
 
סוי, בעיסיקלי, די מנהלים פון אייוועלט זיצן דא, און זעהן וואס ברויך געמעקט ווערן…
ניין, זיי מעקן אסאך מאל סתם אין די וועלט אריין, אפילו זאכן וואס איז ניטאמאל אינטערעסאנט צו געלופטערט ווערן דא.
 
גאנץ אינטרעסאנט די אשכול, איך גלייך ווען מען טענה'ט זיך איבער די סארט זאכן...

"עס האט מיך געדעמעדזשט פאר לייף" - אייוועלט
מיש אריבער צו פעידזש 4-5 ס'קומט מיר צום לאכן און וויינען צוזאמען
פון איין זייט געוויסע וואס נעמען א שארפע שטאנד אנטקעגן די סיסטעם
פון די אנדערע זייט די וואס וועלן עס דיפענדן פאר יעדע פרייז
אוי באשעפער מה היה לנו
 
גאנץ אינטרעסאנט די אשכול, איך גלייך ווען מען טענה'ט זיך איבער די סארט זאכן...

"עס האט מיך געדעמעדזשט פאר לייף" - אייוועלט
"עס האט מיך גדעמעדזשט פאר לייף" - בלאט 11 - אידישע וועלט פארומס

אנגעזעצט post_id=5776858 time=1739292361 user_id=30846 האט געשריבן:
היות כ'זעה דא טענות לכאן ולכאן וועל איך אייך זאגן מיין אייגענע פערספעקציע.

כ'בין דורך א פארשידענע מסע אין מיין לעבן (כ'וויל נישט זאגן דעם ווארט אפגעפארן), ב"ה נאכן זיך אויסהיילן פון טראומא בינעך שוין סאך בעסער.

מיינע פאקטן זענען
כ'בין אלס קינד און בחור געווען היבש תמימית'דיג. (כ'האב אנגענימען ערענסט דעם ראשית חכמה און קו הישר און וואס מיינע עלטערן און מחנכים זאגן).

כ'בין געווען א מתמיד, געלערענט מער ווי צען שעה א טאג ביי די זיבעצין און ווייטער. כ'האב געווען א ירא שמים, מיט יאהרן אהן קיין מכשלות.

ווען מיין באבל פון תמימית האט געבאסט, האט עס זיך נישט אפגעשטעלט ביי דעם, ס'איז געגאנגען ווייטער ביז די גאנצע תורה האט אראפגעקומען לא עליכם.

די האס און איבל וואס כ'האב געזען אין די טראומא וואס כ'האב געהאט פון זיין אזוי צוקוועטשט און זיך נישט ערלויבן צו לעבן און הנאה האבן פונעם באשעפערס וועלט האט מיר נישט געלאזט טון קיין איין מצוה.

ב"ה היינט צו טאגס שטייגט מען צוריק, מ'איז מבחין ציווישן אידישקייט און וואס זיי האבן געזאגט וואס וואלט נישט געדארפט געזאגט ווערן פאר מיר ווייל ס'איז צו שארף, ס'קען מיר צוקלאפן און פארהאקן, וטוב שלא לומר דבר שאינו נשמע. און כ'טרעף ב"ה צוריק א שיינקייט אין א שבת.

ס'מיר נישט קיין כבוד צו שרייבן דעם תגובה, און כ'ווייס מענטשן וועלן אפשפעטן. כ'רעד צו דעם איין מענטש וואס איז א חכם עיניו בראשו, כ'בעהט זיך מאך נישט אז דיינע קינדער זאלן איבערגיין די אלע צער און פיין וואס איך בין אריבער.

מאך נישט חוזק פון זאכן וואס דו ווילסט נישט זיי זאלן טון, נאר אנשטאט הייב ארויס אז ס'איז אן ענין זיך צו פירן ווי אונז, ס'איז א חשובע זאך.
(למשל, דשעל פאות פוי ווס. ס'איז נישט קיין הלכה, מ'מעג לייגן דשעל, אבער ביי חסידים איז געווען א ענין נישט צו מקפיד זיין אויפן לבוש, נאר ענדערש זיין זארגלאז און בשמחה.)

ס'נישט קיין קונץ צו זאגן א ווארט, די קונץ איז צו טראכטן פארדעם וואס וועט דעי ווארט מאכן מיין קינד שפירן איבער זיך, וועט עס אים שטארקן אז ער האט כוחות און ער קען שטייגן, וועט עס אים מאטעווירן ער זאל ווילן בעסער ווערן. אדער ס'וועט אים ווייזן אז ער איז נישט גענוג גוט און טוט נישט וואס ער דארף. (ער ווייסט דאס סייווי - ביסט אים גארנישט מחדש).

דער קינד/תלמיד וואס נעמט ערענסט יעדע ווארט וואס דו זאגסט אים איז אין דיינע הענט להחיות ולהמית. אויב דו ווילסט אים באמת א טובה טון, ווייז אים אז ביסט אויך א מענטש, דערצייל אים אביסל אייגענע טעותים, אייגענע קווענקלנישן, זאל ער וויסן נישט צו נעמען קיין שום נברא מער ערענסט ווי זיין אייגענע הארץ און נשמה.

יהי לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך ה' צורי וגואלי
 
דאס איז געמעקטע תגובות, אדער אשכולת.
נישט געמעקט (געמעקט קומט ארויף נישטא אזא תגובה/אשכול)
ס'מיינט אז נאר די מנהלים און אחראים קענען עס זעהן
(געמעקט פון די אלגעמיינער אייוועלט)
 
אייועלט האט אויך א מאחורי אפטיילונג? איך זעה איך האב באקומען א "הא!" ווען כ'האב געוואלט זעהן די תגובה
View attachment 2918
יא.


די מנהלים האבן זיך אייגענע פארומס. פונטקליך וואס זיי שמועסן אויס איז מיר נישט באקאנט, כ'ווייס נאר אז זיי האבן א ספארטס פארום, און דיסקוסירן וואס ס'שמעקט זיי.


פארשטייסט.....א באנדע פעכי חברה
 
יא.


די מנהלים האבן זיך אייגענע פארומס. פונטקליך וואס זיי שמועסן אויס איז מיר נישט באקאנט, כ'ווייס נאר אז זיי האבן א ספארטס פארום, און דיסקוסירן וואס ס'שמעקט זיי.


פארשטייסט.....א באנדע פעכי חברה
ספארטס איז נישט נאר פאר מנהלים, יעדער קען דארט אנקומען
 
Back
Top