"דו ביסט דער גורם"

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
657
רעאקציע ראטע
2,481
די געוואוינהייט פון בּלעימען איז אוודאי נישט בייהילפיג אין חינוך. דאס איז אבער א נושא פאר זיך וואס מ׳האט אביסל ארומגערעדט א צייט צוריק אין ק״ש אלעס איז מיין שולד

דא וויל איך ארומרעדן Cause & Effect
אין פשוט אידיש: די גורם און רעזאלטאט פון דיינע מעשים

איך האב א נאנטע משפחה מיטגליד וואס איז אויפ׳ן ספעקטרום אבער זייער high functioning אז ס׳פאלט קיינעם נישט איין וואס איז נישט באהאוונט- אז דעם מענטשן׳ס מח ארבעט גאנץ אנדערש ווי א דורכשניטליכער מענטש

צ.ב.ש. זיי זעען זאכן פון א unique פּערספּעקטיוו (אן אייגנארטיגע קוק-ווינקל) און זיי האבן בליציגע איינפאלן וואס קומט אפילו נישט אויף אויפ׳ן געדאנק פאר א טיפיקל (neuro-typical) מענטש
זיי האבן א genius אין זיך וואס אזויפיל האבן געוואלדיג הנאה דערפון

און ווי מיין חבר זאגט: life is a mixed bag
און יעדע זאך האט מעלות און חסרונות

ממילא די שוועריקייט וואס דעי מענטש שטויסט זיך אָן איז:
ס׳זייער נישט גרינג פאר זיי אויפצוכאפן social cues: ווען זיי גייען איבער די מעסטל - פון וויפיל אנדערע זענען אינטערעסירט זיי אויסצוהערן וועגן א נושא וואס זיי גייט אין לעבן.
אויב וועט נישט יענער זאגן ברחל בתך הקטנה אז ער האט נישט מער כח צו הערן, דעמאלס ענדיגן זיך זאכן גאר אומאנגענעם.
ווייל דער צווייטער מיינט אז מיט רמזים וועט ער עפעס אויפטון, אבער ער כאפט נישט אז דא איז דעיס נישט די קעיס: קלארקייט איז א גוטהארציגקייט, און מיט דעם וואס זיי ווארטן ביז זיי האבן שוין נישט קיין ברעקל כח צו דולדן און זיי פּלאַצן - ווערט יענער נעבעך אזוי געטראפן און
caught by surprise - ער האט נישט קיין אהנונג פ״וו ס׳קומט זיך זיי פלוצלונג אזא אטאקע 💔

נאך א זאך וואס איז שווער פאר דעם משפחה מיטגליד: to connect the dots
צווישן אן אויפפירונג און די רעזאלטאט

למשל: אלס טינעידשער איז יענער דורכגעגאנגען א שווערע צייט אינדערהיים און זייער escape איז געווען שרייבן. בשעת׳ן זיין פארטיפט אין די ארבעט אין זייער שלאף-צומער האבן זיי אין אן ענגע מינוט אראפגעווארפן געניצטע טישאָס אויף דער ערד ״בלית ברירה״ ווייל די גארבידש קען איז צו ווייט אין קאָך. סוף טאג זענען זיי געווען אזוי disturbed
ווי נישט מסודר זייער צומער איז- אבער נישט געכאפט צו קאנעקטן די dots און ניטאמאל געהאט די ״פראקטישע״ חלק אין מח וואס זאל זיי געבן א לעזונג צו ברענגען עפעס א שיסל אין צומער נעבן בעט וואס קען צייטווייליג דינען ווי א גארבידש און פארשפארן עגמת נפש

איך בין נייגעריג אויב נאך אנדערע חברים דאָ שטויסן זיך אָן אין אזעלכע פראָסטראציעס: פון ערווארטן א נאנטע זאל זיך ״צושטעלן״ מיט עפעס וואס יענער האט נישט די מעגליכקייט to figure out on their own אבער אויבערפלעכליך קען זיך דאכטן אז יענער איז זיך אליין שולדיג ווייל ער ״ניצט נישט זיין שכל״

כאילו ער ״דארף נאר טראכטן״

אבער באמת זענען דא brilliant זאכן וואס אזעלכע מענטשן קענען אויפקומען דערמיט - וואס דו און איך קענען נישט קיינמאל זיך דערטראכטן נישט קיין חילוק וויפיל שכל מיר וועלן ניצן

בשעת מער פשוט׳ע זאכן - איז פיל גרינגער פאר אונז אויסצופיגערן און פאר אזעלכע מענטשן קען עס צומאל זיין אוממעגליך

ס׳דא נאך אסך וואס מ׳קען ארומרעדן אין דעי נושא
אבער דאס וועט מוזן זיין אן אנדערע צייט.

כ׳האב פשוט געקלערט ס׳לוינט זיך אנהייבן א שמועס וועגן דעם. אפשר וועלן איינע פון די genius minds זיך דא אנרופן, אדער אפשר וועלן חברים צוגעבן פון זייער אייגענע איבערלעבענישן מיט אזעלכע מיספארשטענדענישן & קאמפליקאציעס ווען ס׳דאכט זיך אז יענער cared נישט און באמת איז עס ווייט נישט ריכטיג
 
לעצט רעדאגירט:

איך האב א חבר וואס איז אויכעט אויף די ספעקטרום, אבער אוף זייער א unique וועג.
ער איז זייער פראקטיש גראדע, אבער געפערליך און ליינען א צימער. ער קען באשאפען א זייער awkward מצב און נישט כאפען בכלל אז עפעס גייט פאר.
די אינטרעסאנטע זאך איז, אז ביי אן one on one קען ער זייער גוט פארשטיין טיפע געפילן פון א צווייטען. וואס איז נישט טיפיקעל פאר איינעם אויף די ספעקטרום.
 
איך גלייב אז דאס איז א סטעריאטייפ אין די וועלט, צו גלייבן אז זיי האבן נישט ארויס טיפע געפילן- לאו דוקא איך קען מענטשן וואס זענען אזעלכע איינשטיין׳ס אין געוויסע שטחים און ווען ס׳קומט צו סוישל קיאָס שטויסן זיי זיך אָן אין שוועריקייטן אבער זיי האבן גאר טיפע געפילן און פארשטייען א נפש צומאל בעסער פון א neuro-typical מענטש.
 
לעצט רעדאגירט:
אלס סאבסיטוט מלמד איז מיר גאר גוט צוניץ געקומען צו וויסן און דערקענען ווען א קינד איז gifted און האט שוועריקייטן מיט זאכן וואס אנדערע קינדער האבן נישט. זעענדיג איינע פון די קינדער כסדר זיך פאר'חלומ'ען און זיין אין "אן אנדערע וועלט" בשעת'ן שיעור, וואלט איך זיך געקענט אויפרעגן אויף אים און אנשרייען פארוואס ער הערט נישט צו און "לייגט נישט צו קאפ" ווי אלע אין כתה - אבער איך האב באלד געכאפט אז ס'נישט א choice און פונקט ווי איך וואלט נישט אנגעשריגן א קינד פאר'ן האבן א לענגערע נאז פון א צווייטן אדער א שטאטערע חיתוך הדיבור אזוי אויך קען איך נישט האבן קיין טענות אויפ'ן אומשילדיגן קינד וואס האט א פארביגע כח הדמיון און קען נאך איין טאג גרויסע זאכן אויפטון אין דער וועלט אויב וועט מען אים נישט צוקלאפן זיין גייסט אין זיינע קינדער יארן
 
ביי עלטערן קען עס פארמיידן אזויפיל אומזיסטע עגמת נפש ווען זיי פארשטייען וואס גייט פאָר מיט׳ן קינד און רעדן זיך נישט איין אז דאס קינד ״איגנארירט״ וואס די טאטע/מאמע זאגט

השם ישמרנו אויב חלילה איינער שלאגט דאס קינד אדער שטראפט אים פאר א זאך וואס איז בכלל נישט אין זיינע הענט! 💔💔

אינטרעסאנט ווי כ׳האב זיך פונקט אנגעשטויסן אין א פאוסט נעכטן וואס רעדט פון inertia

ביי מענטשן וואס זענען אויף די ספעקטרום קען זיך עס גרינג מאכן וואס זיי ווערן אזוי צוגעבינדן צו א נושא אדער עקטיוויטי אז נישט קיין חילוק ווי שטארק זיי ווילן זיך אויפשטעלן און גיין עסן, צום דאווענען, אין ביה״כ - סיי וואס ער וויל באמת טון נאר ער קען זיך בשום אופן נישט אפרייסן.

און דאס איז אויך א געפערליכע הארצווייטאג ווען מ׳בּלעימט חלילה דאס קינד, אנשטאט צו שאפן דורך טערעפי אינטרעסאנטע מעטאדן וויאזוי זיך אן עצה צו געבן און ארויסצוהעלפן אין אזא שוועריקייט.
 
Back
Top