עדוקאציע, עדוקאציע, עדוקאציע

Reb Yid

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 8, 2024
מעסעדזשעס
259
רעאקציע ראטע
1,295
א גוטע וואך טייערע ברודער, זינט מיר האבן קיינמאל נישט געהאט קיין פארמאלע עדוקאציע, איך רעד פון א געווענליכע עדוקאציע, הלוואי איך קען רעדן פון א קאלידזש עדוקאציע. מיר זענען באטיטלט אן חכם ונבון,

אבער ליידער זענען מיר ממש אן איליטעראט, אומגעבילדעטער פאלק. מיר האבן קיינמאל געלערנט וואס א ערשט-קלאס תלמיד פון א low-income neighbourhood משפחה לערנט, די יסודותדיקע וויכטיגע וויסנשאפט וואס מען דארף וויסן ווי א מענטש אן איינוואוינער אין א ציוויליזירטע וועלט.

אויב זאל מען וועלן אויסלאזן טעאריעס ווי ביג בענג אדער עוועלוציע, קען מען נאך אפשר שווייגן, ווייל עס זענען דאך נאר טעאריעס. אבער די בעסיק פאקטן נוגע צום טאג טעגליכע לעבן וואס א מענטש דארף וויסן – וואס מיר זענען נישט געלערנט, און וויבאלד מיר ווייסן עס נישט, דערפאר פארשטייען מיר נישט איר נויטיגקייט און וואס מיר פארפאסן, אין ממילא דערפאר פארפעלן מיר דאס אלעס איבערצוגעבן פאר אונזערע קינדער. און דאס בלייבט א vicious cycle.

מיר קענען ווייטער קלאגען און באשולדיקן די פריערדיגע דורות קומענדיגע אין יעצטיגן דור, אנגעהויבן פון די רבנים, עסקנים, אין געענדיגט ביים שניידער'ן, אבער געדענקט ווי וועם וועלן מיר האבן א פנים, גענוי ווי די פאלעסטינער.

די איינציגסטע עצה איז, אויב מיר, די עלטערע, וועלן זיך נעמען לערנען, אנגעהויבן פון ערשטע קלאַס, ארויף ביז צו הויעך שולע, אין אזוי וועלן מיר משיג זיין וואס מיר פעלן, און וועלן נישט איבערחזרן דאס צו אונזערע קינדער. אין צום סוף וועט מקיום ווערן א דור פון "וילמדו תוהים בינה."

איך קום דא מיט א בקשה צו די חברי קרעמל, אויב איז דא עמיצער וואס איז גרייט צו נעמען אויף זיך צו פאר לערנען דא אויף קרעמל מיט מאמע לשון, מעגליך מיט בחינות, פון ערשטע קלאס ביז הויכשולע גראדואציע. אשרי חלקו.

א גוט וואך.
 
איך דארף וויכטיג א mathematics course פאר אדאלטס, כ'האב פשוט קיינמאל נישט געלערנט Math, ס'איז א חרפה או בושה איך ווייס. Kahn academy איז צו קינדעריש און אזוי אלעס אנדערשט וואס כ'האב געזען,

קום אריין מיט א גוטע course.
 
אנכי האב זוכה געווען צו האבן א געהעריגע קאלעדזש עדיוקעישאן פון איבער 5 יאהר. איך וואלט דיר געזאגט צו זיך איין שרייבן אין א GED טרעינינג פראגראם. די סיבה איז ווייל אזוי וועסטו האבן א התחייבות פון דעדליינס מיט טעסטס.

בד”וו, kahnacademy איז זייער גוט פאר ערוואקסענע אויכט. ספעציעל פאר די העכערע חשבון. זיי האבן היינט אויף סייענס און ענגליש אויך. איך בין געגאנען אין א חסידישע חדר און kahnacadeny האט מיר געהאלפן אין קאלעדזש.
 
ווילסט זיך אויסלערנען ענגליש אויף אידיש?
דיסקלעימער, איך קען ב"ה א גוטע ענגליש.

די סיבה וואס איך בעט עס זאל זיין אויף אידיש איז איינס, פשוט, וויבאלד קרעמל איז א אידישע סייט.
צוויי, יא, עס זענען דא אסאך וואס ליידער קענען נישט קיין ענגליש.
 
שכח פאר די שנירל wow

כל הכבוד! @Reb Yid אדער ווי מיר אמעריקאנע פארגרעבטע זאגן כל הא'קפריקן'בוד

איך ווייס נישט פון וואו דו ביזט צו פון די שטאטן צו פון ארץ הקודש, אבער כ'קען צוטיילן עטליכע רעסורסן אויף ענגליש

פארלערנען די גאנצע סעקולארע קאריקיולם? אקעי, כ'ווייס נישט ווער ס'האט דאס צייט, עי איי טשעט דזשיפיטי אדער copilot קען טוהן א בעסערע ארבעט

נאר וואס דו קענסט יא פרובירן אויב ווילסטו דוקא אידיש הייב אן מיט איזי פאזן'ס קאנאל

איבערזיכט און אריינפיר צו פיזיק - Overview and Introduction to Physics in Chassidic Yiddish

אויב ענגליש איז נישט שווער איז נאך א באקאנטע טשענל וואס איך וואלט געראטן זיך צו סבסקרייבן צו
crash course זיי האבן גאנצע פלעיליסטעס איבער אקעדעמישע נושאים פון סייענס ביז פילזאפיע און היסטאריע - אין אנדערע ווערטער - אלעס וואס מ'האט אונז נישט געלאזט וויסן און דעקן גאר אסאך.

Biology
Biology

History of presidents
Presidents and the Presidency of the United States

איך זעה זיי האבן אפילו א גאנצע אפטיילונג וויאזוי זיך אנצוגרייטן צו גיין אין קאלידזש.

נאך א גוטע מקור וואס האט מיר אסאך געהאלפן, (גראדע בין איך נאכנישט געגאנגען שטודירן נאר אסאך געפארשט פשוט ארויסצוקריכן פון מיין חרדי'שע טריפ) איז געווען א סייט ס'הייסט מעסטערקלעס זיי האבן גאר אינטערסאנטע און רייכע קוואליטי שיעורים פון די גרעסטע נעמען אין יעדע תחום און עטליכע קלאסן אויף סייענס און מאטעמאטיקס א שטייגער פון ר' דניאל דיגרעס טייסאן - זיי בעטן געלט ס'איז אבער ווערט, איך האב געהאט געצאלט און אסאך קונה געווען מ'קען קענסלן ווען מ'וויל. ספעציפיש די קלאס האט מיר ממש געטוישט די גאנצע וועג וויאזוי איך קוק אן ידיעה, און וויאזוי ידיעה ארבעט, וויאזוי מ'קען וויסן פארוואס עפעס איז אביעקטיוו אויסגעהאלטן לויט לאגיק אדער נישט. ס'קאסט געלט, אבער ס'איז מער א עקספירענס ווי סתם א קלאס. און ס'קומט מיט workbooks וואס מ'קען פאר זיך איבערקוקן אין די אייגענע צייט.

הצלחה! יא ס'איז שווער מיר קענען נישט קיין סך, גלייב מיר איך שפיר עס יעדן טאג, אבער אז מ'נוצט אויס די צייט און מ'לערנט פון יעדע ריר קען מען אנקומען היבש ווייט.

איך קוק צוריק ממש איך דערקען מיר נישט פון ווען איך בין געווען אינגאנצן פרום.

נ.ב. פוטסטעפס העלפט זיך אנגרייטן און העלפן מיט חברותות זיי האבן מעמבערס וואס שליסן זיך אן נאר פאר דעם, און זיי צאלן צוריק די געלט וואס קאסט פאר ביכער/עקזעמס וכדומ'
 
לעצט רעדאגירט:
איך דארף וויכטיג א mathematics course פאר אדאלטס, כ'האב פשוט קיינמאל נישט געלערנט Math, ס'איז א חרפה או בושה איך ווייס. Kahn academy איז צו קינדעריש און אזוי אלעס אנדערשט וואס כ'האב געזען,

קום אריין מיט א גוטע course.
https://www.masterclass.com/classes...e&utm_medium=Copy&utm_source=class_guest_next

מעגליך דאס איז מער ערוואקסן הגם ס'האט קינדערישע משלים אין די טרעילער, לויט ווי איך קען די סייט גייט עס מער טיף און נישט די טיפיקל יוטוב סורפעס לעוול סטאף
 
איך האב דאס אמאל פרובירט אבער עס איז אביסל צו בקיצור און איז שווער צו זיין עכט גרייט פאר א GED, די Kaplan GED book איז לדעתי בעסער
פון GED.com האסטו אמאל גענומען עפעס א קאורס? כ'בין ניי צו זיי, כ'פרעג סתם צו ס'איז ווערט

די קאפלאן קען מען טרעפן אנליין?
 
אנכי האב זוכה געווען צו האבן א געהעריגע קאלעדזש עדיוקעישאן פון איבער 5 יאהר. איך וואלט דיר געזאגט צו זיך איין שרייבן אין א GED טרעינינג פראגראם. די סיבה איז ווייל אזוי וועסטו האבן א התחייבות פון דעדליינס מיט טעסטס.

בד”וו, kahnacademy איז זייער גוט פאר ערוואקסענע אויכט. ספעציעל פאר די העכערע חשבון. זיי האבן היינט אויף סייענס און ענגליש אויך. איך בין געגאנען אין א חסידישע חדר און kahnacadeny האט מיר געהאלפן אין קאלעדזש.
רעספעקט פאר אייך הער פראפעסאר.

אונז דארף מיר רעדן, מעג איך אייך פי עמ'ן?

איך וויל אויך צווארפן נאך א טיפ בנוגע וואקעבלערי, אפילו ביז מ'נעמט דעם טעסט איז נישט קיין שלעכטע איידיע צו האבן אין פאון א נאוט ווי מ'האט אן אייגענע dictionary איך טוה עס שוין א 4 יאר, יעדע מאל איך טרעף א נייע ווארט, אנשטאט עס גיין זוכן אין א גראבע דיקשענערי, זיך צו טשעלענדזשן שרייב איך עס אראפ אין מיין פאון און איך פרוביר עס צו פלעיסן אין די ריכטיגע אלפעבעטיקל ארדער.

ס'העלפט מיר זייער ארויס, ווייל יעצט ווען איך הער א ווארט קוק איך אין דעם נאוט צו כ'האב עס שוין און ס'ווערט אזא געים און ס'פילט נישט ווי מ'לערנט.

ס'איז דא word of the day פון מרים וועבסטער ועוד און קענסט דיר צוצייכענען און שפעטער ווען מ'רעדט מיט מענטשן אין קאלידזש אדער אפ' ביים נעמען דעם טעסט האלט מען גאנץ ווייט ווייל מ'פארשטייט שוין הונדערטע טערמ'ס און ווערטער וואס א חסידיש'ער איד האט פשוט נישט אין לעקסיקאן ווייל יעדער נוצט בעסיקלי'ס מיט באטעם ליין'ס און מ'ווייסט נישט וויאזוי זיך אויסצודריקן קארעקט נישט אין די ענגלישע שפראך און אוודאי נישט אויף אידיש ווי אזעלכע מושגים עקזיסטירן נישט.
 
איך האב נישט גענומען.

עס איז דא א PDF פון אן עלטערער ווערסיע
GED Test Prep 20222023 By Caren Van Slyke-pdfread.net.pdf
שכח. כ'זעה זיי אפערן קארטלעך און פרעקטיס קורסעס וואס זיי פרובירן צו פארגרינגערן.

אין א וועג אז ס'איז קינדיש איז דוקא גוט ווייל מיר זענען נאך קינדער - איך שעם מיך נישט צו זאגן פאר גוים אז איך האב א טירד גרעיד לעוול מעט, פון וואו האב איך עס געדארפט לערנען?

זיי האבן אויך א מעלה, מיט אפאר יאר צוריק האט מען געדארפט מאכן די גאנצע טעסט אויף אמאל (אלע 5 סוביעקטן) היינט קען אפמאכן איינס און ס'סעיווט זיך צו דיין progress אזוי ווייסט מען מ'איז פארטיג מיט דעם און גיין צום נעקסטן.
 
רעספעקט פאר אייך הער פראפעסאר.

אונז דארף מיר רעדן, מעג איך אייך פי עמ'ן?

איך וויל אויך צווארפן נאך א טיפ בנוגע וואקעבלערי, אפילו ביז מ'נעמט דעם טעסט איז נישט קיין שלעכטע איידיע צו האבן אין פאון א נאוט ווי מ'האט אן אייגענע dictionary איך טוה עס שוין א 4 יאר, יעדע מאל איך טרעף א נייע ווארט, אנשטאט עס גיין זוכן אין א גראבע דיקשענערי, זיך צו טשעלענדזשן שרייב איך עס אראפ אין מיין פאון און איך פרוביר עס צו פלעיסן אין די ריכטיגע אלפעבעטיקל ארדער.

ס'העלפט מיר זייער ארויס, ווייל יעצט ווען איך הער א ווארט קוק איך אין דעם נאוט צו כ'האב עס שוין און ס'ווערט אזא געים און ס'פילט נישט ווי מ'לערנט.

ס'איז דא word of the day פון מרים וועבסטער ועוד און קענסט דיר צוצייכענען און שפעטער ווען מ'רעדט מיט מענטשן אין קאלידזש אדער אפ' ביים נעמען דעם טעסט האלט מען גאנץ ווייט ווייל מ'פארשטייט שוין הונדערטע טערמ'ס און ווערטער וואס א חסידיש'ער איד האט פשוט נישט אין לעקסיקאן ווייל יעדער נוצט בעסיקלי'ס מיט באטעם ליין'ס און מ'ווייסט נישט וויאזוי זיך אויסצודריקן קארעקט נישט אין די ענגלישע שפראך און אוודאי נישט אויף אידיש ווי אזעלכע מושגים עקזיסטירן נישט.
איך פלעג זיין אן ענגליש טיטשער אין איינער פון די ”פרומסטע” חדרים. איך האב אראפגעשטעלט אין קלאס אז איך זאג נישט אויס די ”טייטש” פון ווערטער. יעדעס מאל מען האט באגעגנט א נייע ווארט האב געטשעלענדזשד די קלאס אויסצוגעפונען וואס דאס מיינט.
איך האב זיי געגעבן טיפס. Context clues, roots, וכו׳.
איך האב דאס צוזאמגעשטעלט מיט פולע פראגראמען, ווען איך האב געהאלטן פאר מיינע אויגן איין ציל; יעדעס תלמיד זאל זיין א פונקציעלער לייענער. איך האב ע”פ רוב מצליח געווען.
איך האב באקומען היעט פון טייל עלטערן, א גרויס חלק האבן געהאט הכרת הטוב, סוף יאר פלעג איך מאכן א סורוועי איבער וועלכע סובדזשעקט איז געווען די בעסטע. ELA איז אייביג געווען די געוואונער!
 
Nice! געוואנדן אין וויפיל צייט ס'איז דורך פאר דעם קען איך פארשטיין די קריטיק אביסל איבערהויפט ווען יענע חדר האט אוודאי נישט געהאט מער ווי 90 מינוט שטעל איך מיר פאר, אבער ס'איז זיכער א קלוגע וועג פאר קינדער און ערוואקסענע צו מאכן די לערנען פלעיפול און ס'ארבעט בעסער.
 
Back
Top