די חסידישע שידוכים סיסטעם: קראנק, משוגע, און אוממענטשליך !

אבינועם

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 2, 2024
מעסעדזשעס
59
רעאקציע ראטע
343
פונקטן
63
מען קען זאגן אז די גרעסטע איינצעלנע גורם פון אומגעהויערע שאדן ביי חסידישע סאסייעטי איז די אומגלויבליך קראנקע שידוכים סיסטעם.

ס'איז קראנק אויף אזוי פיל לעוועלס אז ס'איז אפילו שווער אלעס צו מסדר זיין אין איין ארטיקל. אבער לֹא עָלֶיךָ הַמְּלָאכָה לִגְמוֹר, וְלֹא אַתָּה בֶן חוֹרִין לִבָּטֵל מִמֶּנָּה.

איז לאמיר אנהייבן.

קודם כל די פשטות אז זיי מאכן פון די טפל א עיקר שבעיקרים און פון די עיקר א טפל שבטפלים... דהיינו? די פשטות פון א זיווג איז אז ס'קומט זיך צוזאמען א בחור מיט א מיידל, זיי געפעלן זיך איינער דעם צווייטן, זיי האבן זיך ליב, און בהמשך ווערן זיי נאנט און שליסן שידוך איינער מיטען צווייטן... דער עיקר איז אז זיי האבן זיך ליב. נישט ווער די זיידע איז געווען אדער וואו די עלטער באבע האט געהאנגען וועש...

ביי די חסידישע צעפידעלטע סיסטעם גייט עס אזוי: מען פרעגט זיך נאך וואכן אויף וואכן... אויף אלע סארט הבל הבלים... און אחרי ככלות הנאכפרעגען איז די שידוך פארטיג... ווען די בחור טרעפט זיך מיט'ן מיידל, אפילו טעכניש קען ער אדער זי זאגן ניין, אבער ביי רוב איז שוין די שידוך כמעט פארטיג פאר'ן זיך טרעפן... די זיך טרעפן איז נאר א טעכנישע דעטאל... און דאס לייגט אומגעהויערע פרעשור אויף די בחור און די מיידל, און ס'איז זייער שווער צו זאגן ניין, חוץ טאמער ס'דא עפעס א גאר ערנסטע סיבה.. אדער זייער א שטארקע געפיהל דערקעגן ...

און ס'איז אפילו מער פראבלעמאטיש, ווייל אזוי ווי די ביי די חסידישע חינוך איז דא א הערמאטישע אפשייד צווישן בחורים און מיידלעך, ממילא איז סיי דער בחור און סיי דאס מיידל בכלל נישט רייף צו וויסן וואס זיי ווילן באמת! ווייל דער בחור ווייסט נישט וואס א מיידל איז, נאר פון זיינע בחורישע דמיונות... און די מיידל פארשטייט נישט וואס א בחור איז נאר פון אירע דמיונות... דמיונות וואס האבן זיך קיינמאל נישט געדארפט פארמעסטן מיט רעאליטעט...

און וועגן דעם, ווען א בחור טרעפט א מיידל אדער פארקערט, ווערט ער זייער עקסיידעט דערפון, ווייל ס'די ערשטע מאל ער האט א געהעריגע פריוואטע שמועס מיט א פרעמדע מיידל! ממילא זענען אסאך מאל די געפילן צו שטארק בכלל צו קענען שפירן די מער איידעלע געפילן וואס זאגן צו ס'פאר דיר אדער נישט.

און אפילו ווען ער שפירט יא אז ער וויל נישט, איז ער צומאל נישט זיכער אז ער מעג עס זאגן... ער איז דאך א חסיד'ישער בחור... און אהבה איז תאוה...

און די זעלבע ביי א מיידל. א מיידל וואס האט נאכנישט געהאט א נארמאלער קשר מיט א בחור ווייסט נישט וואס זי וויל!!

ממילא די גאנצע זאך אז כאילו די בחור אדער די מיידל זאגט יא איז א מילתא דבדיחותא...

ס'געווארן אזא מציאות אז מענטשן זוכן א איידעם אדער א שנור אזוי ווי א אתרוג... מען מאכט זיך משוגע מיט כל מיני בלאט-פלעקן און פינטעלעך וואס מען קען נאר זעהן מיט א פארגרעסערונג גלאז... און די עכטע מציאות פון וואס ס'איז עכט גוט פאר די בחור אדער מיידל ווערט פארגעסן... ס'ווערט אזא טעכנישע זאך ווי איידער א הייקעלע געפיהל פון ליבע ...

נאר ביי א אתרוג ווארפט מען עס אוועק נאך 7 טעג, משא"כ ביי א שידוך דארף מען לעבן דערמיט פאר 60-70 יאר...

ס'איז פשוט אומגלויבליך ווי קראנק חסידות איז!! אומגלובליך ווי א סאסייעטי וואס האט נישט די מינדעסטע ווירדען פון נארמאלקייט ביי די וויכטיגסטע החלטה פונעם לעבן, רעדט זיך איין אז זיי זענען הייליג!!

די תוצאה פון אזא צעפידעלטע סיסטעם איז אז בחורים און מיידלעך האבען חתונה מיט מיט שידוכים וואס איז נישט פאר זיי, מחמת כל מיני סיבות. און דאס ברענגט צו דיספאנקשינעל שטובער, א ים מיט אומסטאבילע שטובער! יעדער מיינט אז ביים צווייטען איז בעסער... מענטשן ווילן זיך נישט גט'ן ווייל קיינער וויל נישט זיין א גרוש אדער א גרושה... און אסאך מאל ווען מען חאפט זיך איז שוין דא א קינד אדער צוויי, ממילא בלייבט מען צוזאמען פאר די קינדער... און שפעטער בלייבט מען צוזאמען וועגן שידוכים פאר די קינדער... און אזוי גייט עס ליידער ביי אסאך שטובער!!

ס'איז א חורבן עולם!! ס'גייט אזוי דורות נאך דורות!! ביז מענטשן ווייסען שוין נישט וואס א געהעריגע רילעשענשיפ צווישען א מאן און פרוי איז!!!

ס'דא א געוויסע פראצענט וואס עס געלונגט יא, אבער ס'איז לויטער מזל... ס'איז א געמבל! רוב פארלירן און א מינדערהייט געווינט!

ס'איז א בכייה לדורות.. און די אזוי גערופענע חסידישע מנהיגים ווייסן נישט בחייכון וביומיכון... ווייל זיי אליינס האבן נישט קיין שלום בית...

איז ס'דא וואס טענה'ן אז למעשה איז נישטא דא מער גיטין ביי חסידים, ממילא מיינט עס אז די סיסטעם ארבעט... אבער ס'נישט אמת! די סיבה פארוואס ס'נישטא מער גיטין איז די זעלבע סיבה פארוואס די סיסטעם איז קראנק מלכתחילה, מענטשן זענען צוגעוואוינט צו קוקן מער אויף די טעכנישע זייט... איי ס'איז עיקר חסר מן הספר? נו, די סטיגמע פון זיך גט'ן שפירט זיך ערגער... נישט ווייל די שידוכים סיסטעם ארבעט.

ווען א בחור מיט א מיידל טרעפן זיך אויף א נארמאלן אופן מלכתחילה, גייען ארויס פאר א שטיק צייט אליינס, פארברענגען צוזאמען, נאך א שטיק צייט קענען זיי וויסן עכ"פ אסאך מער צו זיי זענען איינער פארן צווייטן. און אפילו טאמער ס'מאכט זיך שפעטער פראבלעמען, איז כאטש דא א פאנדעישען, ס'דא עפעס אויף וואס צו בויען... ביי חסידים לייגט מען זיך אריין אין בעט נאך די מצוה טאנץ מיט א מיידל וואס מען האט נישט קיין אהנונג ווער זי איז!!! ס'איז מער זנות ווי אישות!

מען ברויך מאכן א סוף צו דעי קראנקע סיסטעם, און מען קען מאכן א סוף דערצו! ס'איז א טראגעדיע וואס די קראנקע רבי'ס האבן אנגעווערטשאפט פאר חסידישע אידן. די רבי'ס זענען נישט דוקא שלעכט... זיי זענען פשוט קראנק אזוי ווי זייערע טאטעס און זיידעס... זיי פארשטייען נישט בעסער. מען ברויך זיי אפשניידן פון כלל ישראל, כדי זיי זאלען נישט פאר'סמ'ען כלל ישראל!

אה און כ'האב פארגעסן... די עכטע פראבלעם איז ביי-האר... יאפ...
 
זיי מפרש ווי אזוי דער ליטווישער סיסטעם גייט מיט שידוכים , און מיט וואס עס האט בעסערע תוצאות ווי ביי די חסידישע שידוכים ,סתם קריטיק איז גוט, אבער מען דארף אריינעמען דעם אלטערנאטיוו און קאמפערן צו קומען צו א סך הכל וועלכע איז בעסער נאך שוקל זיין די
פראוס און די קאהנס
 
שכוח פארן ארויפברענגען די בערענענדיגע נושא.


אנבעליוועבל ווי אין די פארגעשריטענע מערב וועלט איז נאך דא א קאמיונעטי וואס פארט צאם בחורים און מיידלעך ווי אן אינדיאנע שבט אין יעהופעצוויל, אזוי ווי רב יוסי בר חלפתא'ס דינסט וואס האט אין איין נאכט צאמגעלייגט הונדרעטע עבדים ושפחות.



כ'גיי אפילו נישט אריין צו ערגעץ אנדערש איז בעסער אדער דע אלע אנדערע נאנסענס, די פאקט אז א טאג נאכן חתונה וואלסטו נישט געוואלט דיין טאטע זאל דיר קויפן דיין קאר, אפילו ווען ער איז מיט דיר אויף איין פעיזש, איז פארוואס מיט זאכן וואס זענען באמת וויכטיג און דיסטינקד פאר דיין געשמאק און געברויך לאזט מען דיר נישט זאגן קיין ווארט. כ"ש וכ"ש ווען רוב עלטערן זענען נישט אויג צו אויג מיט די קינדער און האבן נגיעות.
 
זיי מפרש ווי אזוי דער ליטווישער סיסטעם גייט מיט שידוכים , און מיט וואס עס האט בעסערע תוצאות ווי ביי די חסידישע שידוכים ,סתם קריטיק איז גוט, אבער מען דארף אריינעמען דעם אלטערנאטיוו און קאמפערן צו קומען צו א סך הכל וועלכע איז בעסער נאך שוקל זיין די
פראוס און די קאהנס
כ'מיין זאלסט קויפן א הויז פארן עס זעהן. 99.99 הייזער איז נישט קיין חילוק צו דו זעסט עס אדער נישט, און איינמאל האסט שוין אראפגעפלאשט א פופציגער גייען רוב מענטשן בלייבן מיט דעם הויז, מ'רעדט פון א נארמאלע הויז אין בארא פארק אדער מאנסי, ווי ראנג קענסטו שוין גיין.


כ'זע נישט אז אלע מענטשן וואס קוקן יא די הייזער פארן קויפן זענען העפפי, גאר אסאך מוטשענען זיך מיט די מארגעזש אא"וו, און בפרט אין אזא שווערע דור ווי די בראקערס קענען זיין אומצניעות'דיגע נשים, זע איך זיכער נישט קיין היתר, און בפרט אז ס'פעלט ממש נישט אויס.

און אז דו ווילסט דוקא יא הערן די ליטווישע זייט, כ'האב א חבר אן אויפגעקלערטער, וואס אעז דייקא יא געגאנגען קוקן די הויז ווי א חכם, און צוויי יאר שפעטער האט ער געהאט ליק'ס פון די דאך וואס מ'האט נישט געזען פארדעם, האסטו שוין מיין אויפגעקלערטע חבר.
 
כ'מיין זאלסט קויפן א הויז פארן עס זעהן. 99.99 הייזער איז נישט קיין חילוק צו דו זעסט עס אדער נישט, און איינמאל האסט שוין אראפגעפלאשט א פופציגער גייען רוב מענטשן בלייבן מיט דעם הויז, מ'רעדט פון א נארמאלע הויז אין בארא פארק אדער מאנסי, ווי ראנג קענסטו שוין גיין.
אינטערעסאנט אז דו ברענגסט ארויף הייזער.

איך האב פונקט יעצט געהאט די שמועס מיט מיין ווייב, אונז דארפן מופן, מ'האלט שוין נאכן קוקן א שיינע פאר דירות, און אונז גייען איבער יעדע דירה נאכאמאל און נאכאמאל מיט פראוס און קאנס, מ'גייט איבער יעדע דיטעיל פון יעדע דירה, מיין ווייב שטעלט זיך אויף יעדע קלייניקייט.

עט סאם פאונט האב איך איר געזאגט, "נישט לאנג צוריק האסטו געמאכט א לייף טשעינדזשינג דיסישען אין א קנאפע 30 מינוט, ניטאמאל האסטו געקוקט בכלל אויף נאך מענער, האסט געסעטעלט אויף מיר גלייך. וואס איז יעצט געשען?"
 
די אמת איז מען קען עס אביסל פיקסען זייער שנעל און גרינג און דאס איז אז מען זאל נישט חתונה האבן אזוי יונג, נאר מער ביי די 20 21 יארן ווען מען איז שוין אביסל מער רייף
 
ס'דא גרויסע שדכנים קאמפעניס אין אמעריקע נישט דווקא בי אידן
למשל
The matchmaking company
Keller international
Selective search
דאס איז געמאכט פאר רייכע אמעריקאנער וואס האבן נישט קיין צייט צו טרעפן שידוכים.
 
ס'דא גרויסע שדכנים קאמפעניס אין אמעריקע נישט דווקא בי אידן
למשל
The matchmaking company
Keller international
Selective search
דאס איז געמאכט פאר רייכע אמעריקאנער וואס האבן נישט קיין צייט צו טרעפן שידוכים.
איך זעה אז עס איז דא וואס פארשטייען דא נישט א פשוטע נקודה.
די פראבלעם איז נישט ״שידוכים״ די פראבלעם איז די ״אופן השידוכים״.
עס איז בכלל נישט ראנג צו האבן א שדכן (אדרבה לדעתי האט עס אסאך מעלות), אבער א שדכן איז ס״ה א מענטש וואס שטעלט צוזאם צוויי מענטשן וואס לדעתו/ה איז עס בענעפישל (לאו דווקא אין מערידזש, ה״ה אין בוזנעס, אדער סיי וואס).
די פראבלעם/ען ביי אונז אין איין ווארט איז אז מען טוט שידוכים צווישן עלטערן און נישט די חתן-כלה. מען קען אפשר אויך זאגן עידזש אבער דאס איז דיבעיטעבל
 
די אמת איז מען קען עס אביסל פיקסען זייער שנעל און גרינג און דאס איז אז מען זאל נישט חתונה האבן אזוי יונג, נאר מער ביי די 20 21 יארן ווען מען איז שוין אביסל מער רייף
און פון די 18 זאל מען געבן שיעורים/קלעסעס וועגן רילעישינשיפס, זיין נארמאלע מענטשן, אחריות, לייף גאולס, וכו'...
 
און פון די 18 זאל מען געבן שיעורים/קלעסעס וועגן רילעישינשיפס, זיין נארמאלע מענטשן, אחריות, לייף גאולס, וכו'...
פשוט גיין ארבעטן אדער אין קאלעדזש. אלעס וועט פאלן אין פלאץ. לכאורה איז עס סייווי א פראגע פון צייט ביז די מיידלעך לערנען זיך אויס אז זיי דארפן א ישיבה בחור ווי א לאך אין קאפ.
 
לעצט רעדאגירט:
זיי מפרש ווי אזוי דער ליטווישער סיסטעם גייט מיט שידוכים , און מיט וואס עס האט בעסערע תוצאות ווי ביי די חסידישע שידוכים ,סתם קריטיק איז גוט, אבער מען דארף אריינעמען דעם אלטערנאטיוו און קאמפערן צו קומען צו א סך הכל וועלכע איז בעסער נאך שוקל זיין די
פראוס און די קאהנס
די ליטווישע סיסטעם איז טויזנט מאל בעסער, אבער נאכאלס זייער קראנק.

ביי די ליטווישע, ווען מ'הייבט אן די בעשאו האט מען שוין געהערט נישט ווייניגער אינפארמאציע ווי ביי די חסידישע, אבער די שידוך האלט נאך סאך פאר'ן זיין געשלאסן און רוב מאל גייט זיך עס אפילו נישט ענדיגן.

די צווייטע שטאפל איז די וויכטיגסטע פון אלע: די בעשאו!

די ערשטע פאָר בעשאו'ס טראכט קיינער נאכנישט פון ענדיגן אדער אפילו נישט צו מען וויל שליסן, ס'איז פשוט זיך צו באקענען און זען צו ס'איז דא קעמעסטרי.

נאך יעדע בעשאו פרעגט מען די בחור/מיידל אויב זיי ווילן גיין ווייטער.
נאך די ערשטע בעשאו גייט מען ארויס צוזאמען אויף אזעלכע outings אדער געים'ס וכדו'

נאך דעם וואס מ'האט שוין אביסל באקענט און מ'האט מחליט געווען צו גיין ווייטער, הייבט זיך אן אביסל מער ערנסט און מ'הייבט אן רעדן אביסל מער תכלית און די שדכנים הייבן אן שטופן אויף א החלטה, מ'הייבט זיך אן שטארק דורך רעדן ווי אזוי ס'גייט, און צו מ'דארף נאך אדער נישט, און איינמאל ס'קוקט אויס ווי ביידע זענען גרייט צו שליסן, מאכט מען די לעצטע בעשאו וואס איז בעיסיקלי א יא צו א ניין, אבער אפט מאל וועט איין צד בעטן פאר נאך איינס.

און איינמאל די החלטה פון ביידע איז אויף יא, גייט מען ארויס נאכאמאל פאר א פערפאוסעל, און מ'קומט צוריק און מ'מאכט א לחיים!

בערך אזוי גייט עס, אבער ווי לאנג און וויפיל מאל איז די עווערידש וואס מ'גייט ארויס ווענדט זיך שטארק.
ביי אנדערע איז עס 4-6 מאל, און ביי אנדערע 10-20 מאל.

וואס איז מיט די שלום בית דארט?
קודם כל זיי האבן א אנדערע קוק אויף די גאנצע זאך, ביי די חסידישע איז אסאך מער אנגענומען די מושג אז די מאן איז די מלך און די פרוי די מלכה, און אז קיינער האט נישט עכט א פעסטע רילעישנשיפ, נאר אבער אז מ'וויל קעמען עס מאכן ארבעטן.
אין אסאך חסידישע רילעישענשיפ'ס איז עס אסאך מער "דו טו דיינס און איך טו מיינס".

און דעם מיינדסעט איז א דירעקטע תוצאה פון די ריעליטי וואס אסאך דארפן אדאפטירן.

ביי די ליטווישע (בכלליות'דיג) איז דאס א נאו-גאו זאון. א רילעישענשיפ מוז האבן ליבשאפט און זיין שטארק צוזאמען, יא, ס'נאך אלס דא אביסל די מיינדסעט אז ס'איז אייביג שייך צו עס מאכן ארבעטן.

קוק ארום די חילוק וועסטו עס זען אז די ליטווישע מענער זענען אסאך מער צוזאמען מיט זייערע ווייבער ווי ביי די חסידישע (באופן כללי).

און דאס איז די סיבה פארוואס ס'איז דא מער divorce ביי די ליטווישע ווייל אויב ס'נישטא קיין ליבשאפט און נאנטקייט איז מה לי לצרה הזאת.

אבער פארשטייט זיך דאס איז ווייט ווייט פון חמשה עשר באב, וואס איז די נאטורליכע וועג.
פון אפילו צען מאל קענסטו נישט מאכן א אמת'ע החלטה און ס'איז נישט קיין אמת'ע פרייע בחירה פון ליבשאפט.
 
זיי מפרש ווי אזוי דער ליטווישער סיסטעם גייט מיט שידוכים , און מיט וואס עס האט בעסערע תוצאות ווי ביי די חסידישע שידוכים ,סתם קריטיק איז גוט, אבער מען דארף אריינעמען דעם אלטערנאטיוו און קאמפערן צו קומען צו א סך הכל וועלכע איז בעסער נאך שוקל זיין די
פראוס און די קאהנס
די ליטווישע סיסטעם איז אסאך בעסער למעשה אבער ס'מיז נישט זיין אז יענץ איז יא הונדערט פראצענט .
די אפציעס איז נישט אדער דעיס אדער יענץ ... די חסידים זענען זשיניעסעס צו מחדש זיין חומרות גג על גג חדשים לבקרים ... נו זאלען זיי ניצען אביסעל פון דעי דזשיניעס צו מחדש זיין א געזונטע און באלאנסירטע שידוכים סיסטעם ...
 
וויבאלד אונז זעמער מענטשען וואס זענען שומר נגיעה איז נישט אזוי שייך צו דעיטען ווי נארמאלע מענטשן. איז די עצה צו מאכן קלענערע חתונות און אנטזאגן די קינדער אז זיי דעיטען עכט נאך די חתונה מיט א ריזיגע טשעינס פאר סוקסעס ווייל מ'האט געמאכט אלע אינפארמאציע פאר דעים.

"די מזבח איז נאר מורד דמעות נאך שנה ראשונה!" זאג איך פאר מיינע קינדער.
 
אינטערעסאנט אז דו ברענגסט ארויף הייזער.

איך האב פונקט יעצט געהאט די שמועס מיט מיין ווייב, אונז דארפן מופן, מ'האלט שוין נאכן קוקן א שיינע פאר דירות, און אונז גייען איבער יעדע דירה נאכאמאל און נאכאמאל מיט פראוס און קאנס, מ'גייט איבער יעדע דיטעיל פון יעדע דירה, מיין ווייב שטעלט זיך אויף יעדע קלייניקייט.

עט סאם פאונט האב איך איר געזאגט, "נישט לאנג צוריק האסטו געמאכט א לייף טשעינדזשינג דיסישען אין א קנאפע 30 מינוט, ניטאמאל האסטו געקוקט בכלל אויף נאך מענער, האסט געסעטעלט אויף מיר גלייך. וואס איז יעצט געשען?"
דאס איז אנדערע מעשה ,די תלמוד זאגט אין ברכות אשה מכרת באורחים יותר מן האיש - אז זי האט דיך
געזעהן איז איהר מבינות געקומען צו הילף און זי האט ארויס געהאט אין 30 מינוט,(ווי די שונמית אז איז קדוש עובר עלינו, דארט פרעגט מען אויך מנא ידעה-) א פרוי
איז א מבין ,זעהסט דאך ביי זיך אליין -חכמת נשים בנתה ביתה.
 
Back
Top