די חסידישע שידוכים סיסטעם: קראנק, משוגע, און אוממענטשליך !

פון וואו קומט די הנחה אז יעדער (העטרוסעקסועל אפילו) איז בכלל געמאכט צו חתונה האבן??
און נאך אלץ מיינאר??
די הנחה אז א מענטש בדרך כלל איז געמאכט צו חתונה האבען איז פשוט די נאטור. (ס'קען זיך מאכן א יוצא מן הכלל. אבער דאס איז בדרך כלל)
און אויך א פסוק אין די תורה:

וַיִּבְרָא אֱלֹקִים אֶת הָאָדָם בְּצַלְמוֹ בְּצֶלֶם אֱלֹקִים בָּרָא אֹתוֹ זָכָר וּנְקֵבָה בָּרָא אֹתָם... עַל כֵּן יַעֲזׇב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ וְהָיוּ לְבָשָׂר אֶחָד.

איך טענה נאר אז די חסידים האלטן נישט די תורה. זיי האבען זיך געמאכט א נייע תורה!
 
מען טרעפט אין די תורה ביידע וועגען פון שידוכים
ביי יצחק האט מען איהם געברענגט רבקה- ער האט נישט געהאט קיין אהנונג ווי אזוי זי זעהט אפילו אויס , און זי נישט פון איהם, און פלוצלינג -ויאמר העבד הוא אדוני- אט דאס איז ער - ותקח הצעיף ותתכס און שוין ויק
ח יצחק את רבקה ותהי לו לאשה ויאהבה.
ביי יעקב
איז גוועהן אן אנדער מהלך, ער איז אליינס געגאנגען זוכען, און ער קומט אהן צודעם באר בשדה ווי ער באגעגענט רחל,און עס איז לאוו עט פירסט סייט, און
וישק יעקב לרחל וכו׳ ,אין תלמוד זאגט ער אסור לאדם שיקדש את אשה עד שיראנה, איז משמע אז בראייה בעלמא קען מען שוין מחליט זיין צוגיין צו קידושין
האט דאך דער בעל שפע חיים געזאגט אויף די תקנה פון הרב הוטנער,אז מען זאל זיך טרעפען אכט מאהל פאר א שידוך-קצתי מפני בנות חת .ער טענה׳ט אז נאך אכט מאהל ווייסט מען נישט מער ווי ביי די פירסט אימפרעשען.
 
במחילת כבודו איז דער שפע חיים נישט גערעכט. כ'ווייס נישט צו מען דארף 8 מאל צו 10 מאל אדער גאר 6 מאל, ס'ווענדט זיך ביי וועם. אבער רוב מאל ווייסט מען מער נאך א פאר מאל ווי נאך איין מאל. פון איין מאל קען מען ווערן פארבלענדעט...
 
במחילת כבודו איז דער שפע חיים נישט גערעכט . כ'ווייס נישט צו מען דארף 8 מאל צו 10 מאל אדער 6 מאל ס'ווענד זיך ביי וועם . אבער רוב מאל ווייסט מען מער נאך א פאר מאל ווי נאך איין מאל ... פון איין מאל קען מען ווערען פארבלענדעט ....
ס'איז דא ווייניגער פראבלעמען אדער גיטין ביי די וואס טרעפן זיך אפאר מאל פארן שידוך?
 
ס'איז דא ווייניגער פראבלעמען
יא
ניין
ביי די וואס טרעפן זיך אפאר מאל פארן שידוך?
גיטין איז א געזונטע סימן – אז ס'איז געבויט אויף ליבשאפט.
די פריעדיגע דור האט געהאט נאך ווייניגער גיטין, שלום בית... נישט דוקא איי יי יי
 
במחילת כבודו איז דער שפע חיים נישט גערעכט . כ'ווייס נישט צו מען דארף 8 מאל צו 10 מאל אדער 6 מאל ס'ווענד זיך ביי וועם . אבער רוב מאל ווייסט מען מער נאך א פאר מאל ווי נאך איין מאל ... פון איין מאל קען מען ווערען פארבלענדעט ....
איינמאהל איז טאקע נישט ריכטיג, מען טרעפט זיך געוועהנליך צוויי אדער דריי מאהל ביי די חסידישע אויך,
אזוי דוכט זיך , ביי מיר איז אויך געוועהן אזוי , אבער מען
איז נישט אויסגעאנגען אליינס, נאר אונטער די אויפזיכט פון די עלטערן, עס איז מער פראפער אזוי , ווי די ליטווישע וואס קריכען אליינס ארום, אין רעסטאוראנטען אדער אנדערע מקומות הקדושים .
 
יא

ניין

גיטין איז א געזונטע סימן – אז ס'איז געבויט אויף ליבשאפט.
די פריעדיגע דור האט געהאט נאך ווייניגער גיטין, שלום בית... נישט דוקא איי יי יי
איך האב פשוט נישט פארשטאנען דיין לעצטע פּאַראַגראַף איבער די געזונטע סימן פון גיטין, קענסט ריפרעיזען יענע שורה?
 
איך האב פשוט נישט פארשטאנען דיין לעצטע פּאַראַגראַף איבער די געזונטע סימן פון גיטין, קענסט ריפרעיזען יענע שורה?
אין א סאסייעטי וואס ליבשאפט איז אפענערהייט די ציל פון א רילעישנשיפ, איז אטאמאטיש דא מער גיטין.
 
אין א סאסייעטי וואס ליבשאפט איז אפענערהייט די ציל פון א רילעישנשיפ, איז אטאמאטיש דא מער גיטין.
יעצט פארשטיי איך וואס די האסט געמיינט. אבער איך האב נישט געמיינט גאר מאדערנע, וועמען דיין אויסדרוק שיינט צו פאלען אויף. דאס וואס די רעדסט איז די מדרגה וואס האבען אפיציעל א רילעישענשיפ סטאטוס פאר א האלבע יאר צו א יאר פארן שידוך און צומאל וואוינט מען אפילו צוזאמען יענע תקופה. אין די שנירל רעדט מען סך הכל פון ארויסגיין אפאר מאל אויף אן איידעלע אופן, וואס איז מער ווייניגער די ליטווישע, און לאמיר זאגען ספעציפיש לעיקוואוד (אדער אפילו פלעטבוש, אבער די ערנסטערע פרומע ליטווישע), ביי זיי איז לכאורה ליבשאפט נישט אפיציעל די ציל פון די רילעישענשיפ, זיי האבען חתונה פארן זעלבע ציל ווי אינז, ווייל די תורה זאגט לא טוב היות אדם לבדו, און מ'דארף אויפשטעלן א אידישע שטוב מיט קינדער, אא"וו, אבער דאך גייען זיי ארויס אפאר מאל (וואס די עולם דא איז אזוי דזשעלאס אויף), איז מיין שאלה צי ביי די דאזיגע איז דא ווייניגער שלום בית פראבלעמען און גיטין?
 
ביי זיי איז לכאורה ליבשאפט נישט אפיציעל די ציל פון די רילעישענשיפ, זיי האבען חתונה פארן זעלבע ציל ווי אינז, ווייל די תורה זאגט לא טוב היות אדם לבדו, און מ'דארף אויפשטעלן א אידישע שטוב מיט קינדער, אא"וו,

די ציל על פי תורה איז יא ליבשאפט !

עַל כֵּן יַעֲזׇב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ וְהָיוּ לְבָשָׂר אֶחָד.

דאס איז די העכסטע דעפענישען פון ליבשאפט!

און די שבע ברכות ווייזט עס אויך:

שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח רֵעִים הָאֲהוּבִים, כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן מִקֶּדֶם. בָּרוּךְ אַתָּה ה' מְשַׂמֵּחַ חָתָן וְכַלָּה:

אֲשֶׁר בָּרָא שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה חָתָן וְכַלָּה; גִּילָה, רִינָּה, דִּיצָה וְחֶדְוָה, אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת. מְהֵרָה ה"א יִשָּׁמַע בְּעָרֵי יְהוּדָה וּבְחוּצוֹת יְרוּשָׁלָיִם, קוֹל שָׂשׂוֹן וְקוֹל שִׂמְחָה. קוֹל חָתָן וְקוֹל כַּלָּה, קוֹל מִצְהֲלוֹת חֲתָנִים מֵחֻפָּתָם, וּנְעָרִים מִמִּשְׁתֵּה נְגִינָתָם:

ס'איז פשוט אז א חלק חרדים און בפרט די חסידים האבען געמאכט א נייע תורה וואס האט גארנישט מיט תורת משה! ס'איז תורת לאקשן...
 
זיי מפרש ווי אזוי דער ליטווישער סיסטעם גייט מיט שידוכים , און מיט וואס עס האט בעסערע תוצאות ווי ביי די חסידישע שידוכים ,סתם קריטיק איז גוט, אבער מען דארף אריינעמען דעם אלטערנאטיוו און קאמפערן צו קומען צו א סך הכל וועלכע איז בעסער נאך שוקל זיין די
פראוס און די קאהנס
ער דארף נישט מפרש זיין, ער האט מסביר געווען אז די יעצטיגע וועג איז קראנק.

יעצט אז איינער טשוזט צו גיין ווייטער מיט דעם קראנקן מהלך ווייל ער האט דורכגעטון אלע אלטערנאטיוון, און די דאזיגע מהלך איז די ווייניגסטע קראנק, כל הכבוד.

אבער מ'דארף נאך אלס וויסן אז ס'איז קראנק.
 
אין אסאך מאל משך'ן צייט טוישט ער זיין מיינונג אדער וועליוס,
לדוגמא ווען ער איז א חתן געווארן, איז ער אדער זי געווען א אומוויסענד אדער פלעין יאנטשי בחור/מיידל, און נאך א פאר יאר האט זיך די רצונות און רעיונות געבייט,
סא קען ער שרייען ווען איך וואלט געוויסט אז......

דו האסטעך געטשעינזשד, סאו וואט
ס'איז טאקע א חלק פון די פראבלעם צו חתונה האבן ווען מען איז נאך אזוי אומוויסנד
 
איך האב א ארבייטער אן איטאליענער גוי זייער אנשטענדיג משפחה מיט קינדער איך בין זייער אפן מיט אים

איינמאל האב אים געפרעגט וואס גייט פאר אסאך מאל גייט ער נישט אהיים ער שלאפט איבער אין די וועירהאוז וואס טוט זיך מיט שלום בית
זאגט ערמיר ער געדעיט א יאר אין האלב אין געווען גרייט צו חתונה האבען אבער פינקט דעמאלטס האט ער עפעס געפילט אז עס איז נישט פאר אים

ער האט געפילט אביסל קאנטראלינג אבער אויכעט פינקט דעמאלטס איז זי געווארן פארשוואנגערט פין אים בטעות
האט ער מחליט געווען אז ער קען עס נישט טוהן פארן קינד אין ער מיז בלייבן מיט איר

למעשה זאגט ער שוין אריבער א סאך צייט ער געבט זיך נישט קיין עצה געווען בעסערע צייטן ערגערע
ער פרובירט אנציגיין ווי מעגליך
ווען עס איז כלו כל הקיצין גייט ער נישט אהיים ביז עס בארואיגט זיך

זעהט מען פין דעם זיי האבן געוואינט צוזאמען א אנדערהאלבן יאר געהאט געשלעכט אין וואס נישט ביז ער האט געפילט אז עס איז נישט פאר אים
איך נעם ארויס פון די מעשה אז דיין ארבעטער איז א גרויסע שוטה, און זאלסט האלטן א נאנטע אויג אויף אים ביים ארבעט וואס נאך ער פארקוקט.

א יאר און א האלב איז זייער לאנג.
 
איך האף איך טריגער נישט קיינעם. ביז דערווייל קען מען שרייען
איך בין א גרויסע בעל טריגער און איך בין נישט געווארן געטריגערט פון דיינע פאונטס, זייער קלאר ארויסגעברענגט.

(איך ווער נאר געטריגערט ווען מענטשן שרייבן אז זיי האפן אז זיי טריגערן נישט קיינעם, אויב איינער עגריד נישט מיט דיין פאונט הייסט עס נישט אז ער איז געווארן געטריגערט)
 
יעצט פארשטיי איך וואס די האסט געמיינט. אבער איך האב נישט געמיינט גאר מאדערנע, וועמען דיין אויסדרוק שיינט צו פאלען אויף. דאס וואס די רעדסט איז די מדרגה וואס האבען אפיציעל א רילעישענשיפ סטאטוס פאר א האלבע יאר צו א יאר פארן שידוך און צומאל וואוינט מען אפילו צוזאמען יענע תקופה. אין די שנירל רעדט מען סך הכל פון ארויסגיין אפאר מאל אויף אן איידעלע אופן, וואס איז מער ווייניגער די ליטווישע, און לאמיר זאגען ספעציפיש לעיקוואוד (אדער אפילו פלעטבוש, אבער די ערנסטערע פרומע ליטווישע), ביי זיי איז לכאורה ליבשאפט נישט אפיציעל די ציל פון די רילעישענשיפ, זיי האבען חתונה פארן זעלבע ציל ווי אינז, ווייל די תורה זאגט לא טוב היות אדם לבדו, און מ'דארף אויפשטעלן א אידישע שטוב מיט קינדער, אא"וו, אבער דאך גייען זיי ארויס אפאר מאל (וואס די עולם דא איז אזוי דזשעלאס אויף), איז מיין שאלה צי ביי די דאזיגע איז דא ווייניגער שלום בית פראבלעמען און גיטין?
ביי זיי איז טאקע נישט קיין סאך בעסער, אבער ביי זיי איז זיכער חתונה האבן אסאך מער פאקוסד אויף ליבשאפט ווי ביי חסידים.
 
לעצט רעדאגירט:
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אין א סאסייעטי וואס ליבשאפט איז אפענערהייט די ציל פון א רילעישנשיפ, איז אטאמאטיש דא מער גיטין.
רוב גיטין ביי די סאסייעטי פון ליבשאפט,קומט נישט פון שלום בית פראבלעמען, וואס מען דארף און מען קען רוב מאהל סעטלען און ווייטער אהנגיין , עס נעמט זיך פון פינאנציעלע שוועריקייטען, אדער זייער אפט -ווייל מצא אחרת נאה הימנה,און איינער פון די ספאוסעס האט געטשיעט ,עס האט זעראו א שייכות מיט אויס גיין פאר די חתונה - און אוודאי אז גיטין קומט נישט פון אהבה - עס קומט פון קושי החיים און פון תאוה -
 
שטויות במיץ עגבניות
 
שטויות במיץ עגבניות
ברוב דברים לא יחדל פשע ,
אין תלמוד שבת זאגט ער - מערב אדם קב חומטין בכור של תבואה - ווער קען זיך דין מדמה זיין צודעם ,מסתת הרים , וואס איז שופע בלויז חכמה ומדע .
 
Back
Top