די חילוק צווישן רוחניות׳דיגע הנאה און הנאה גשמיות

אורח הכבוד

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 13, 2024
מעסעדזשעס
90
רעאקציע ראטע
283
פונקטן
63
מען הערט כסדר פון בעלי דרשנים אז אלע הנאות פון דעי וועלט זענען נישט קיין אמתדיגע הנאות דהיינו דו קענסט נישט עסן סטעיק יעדן טאג, דו בלייבסט נישט העפי פון דיין נייע קאר אדער הויז,
דו פיהלסט דיך ליידיג נאכן שטיפן די צייט.

לעומת זה ביי רוחניות איז פונקט פארקערט, דאס גייט פאר שעות און מען פיהלט זאט נאכדעם, צו דורך לערנען אדער א ווארימע דאווענען, וכו׳

מען זעהט עס טאקע בחוש, אז נאכן קוקן א עכטע אינטערעסאנטע מאווי פיהלט מען נישט גוט נאכדעם אזוי ווי מען פיהלט נאכן לערנען א בלאט גמרא!

אזוי אויך זאגן אלע אז אויף דער עלטער איז גארנישט אינטערעסאנט נאר די בלאט גמרא און מען ברויך טאקע לערנען אינגערהייט ווייל אז נישט וועט מען זיך ארומדרייען פיסט און וויסט,(מען זעט אויף עלטערע ליידיגייערס אז זיי האבן נישט קיין שום ריספעקט אויב האט מען נישט עפעס ערנסקייט)

איז דאס טאקע אזוי? איז נישטא קיין הנאה גשמי וואס זאל ערזעצן דעי געפיהל? און אויב נישט איז דאס א קלארע ראי׳ אז דער מענטש ווערט נאר זאט פון רוחניות? און אז עס איז דא עפעס העכערס? איז דאס אמת אז די אמת׳ע שמחה קומט נאר פון רוחני?
 
לעצט רעדאגירט:
ווען דו וועסט פראגראמען אין דיין מוח, אז דו טוסט א מצוה מיטן וואטשן א מאווי, און יעדע מינוט וואס דו וואטשסט קויסטו דיר איין עולם-הבא, וועסטו זיך אויך שפירן זאט און מיט א רוחניות'דיגע הנאה.
 
דאס איז במציאות נישט אמת
(עכפ וויפיל איך ווייס )
אדרבא אויב איינער האט שוין געטוישט דעי מציאות, ביטע ארויפקומען
 
רוחניות'דיגע הנאה מיינט נישט דוקא די בלאט גמרא. מען קען פילן א העכערע הנאה נאך פלעצער, ווי למשל א גוטע שלום בית, (אמת'ע) נחת פון קינדער, אקאמפלישען גאולס און בכלל אויפטון און צולייגן עפעס אין גאט'ס וועלט.

מיין גרעסטע הנאה אויף דער וועלט איז צו זיצן און שמועסן מיט מיינע צוויי טעכטער
 
גענוי אזוי ווען א מענטש טוט אויף אדער ער שוויצט אויף אפי א גשמיותדיגע זאך האט ער א תענוג רוחני אין איך קען דער זאגען איך האב ב״ה א פיין קעפעל אבער איך האב נישט קיין תענוג רוחני ווען איך לערען א בלאט גמרא ווייל איך פיל נישט אז איך טו עפעס אויף
 
א ווארימע דאווענען
ווען דו וועסט פראגראמען אין דיין מוח, אז דו טוסט א מצוה מיטן וואטשן א מאווי, און יעדע מינוט וואס דו וואטשסט קויסטו דיר איין עולם-הבא, וועסטו זיך אויך שפירן זאט און מיט א רוחניות'דיגע הנאה.
דאס איז לאו דוקא, ווייל ביי אנדערע זאכן אפילו עס איז א מצוה יעדע מינוט האסטו נישט דעי הנאה, למשל כיבוד אב אדער עסן און שלאפן אין סוכה
 
איז דאס טאקע אזוי? איז נישטא קיין הנאה גשמי וואס זאל ערזעצן דעי געפיהל?
סתם הנאה גשמי פילט נישט אהן אלע חלקים פונעם מענטש. זעה אינעם כוואליעס אין @אלפא'ס האטעל.. דעם טאוול מַאסלאו'ס פיראמיד.
און אויב נישט איז דאס א קלארע ראי׳ אז דער מענטש ווערט נאר זאט פון רוחניות? און אז עס איז דא עפעס העכערס?
לאז אפ ראיות. לאמיר סטיקן צום פאקט אז מיר דארפן ערפיהלן אונזערע ספירוטשל חלק
איז דאס אמת אז די אמת׳ע שמחה קומט נאר פון רוחני?
כ'ווייס נישט אויב די ווארט איז אמתע שמחה, אבער ס'איז א חלק פונעם מענטש.

כל זה בנוגע ספיריטשאלעטי, אבער רעליגע איז עפעס אנדערש אינגאנצן.
 
איך שפיר זייער גוט יעדע מאל איך האב א גוטע סעקס, א געשמאקע פרעס, א זיסע לשון הרע, א אינטערעסאנטע טיווי שאו און אפילו ווען איך לערן האב איך אויך הנאה.
לערנען קען זיין פאן אזויווי אלע אנדערע זאכן.
די סיקרעט איז מען זאל נישט איבערציען די שטריק, נאך וואטשן פינף שעה מאוויס אדער זיך איבער עסן ווערט מען פארעקלט, די זעלבע איז ווען מען לערנט פינף שעה רציפות פילט מען ווי די קאפ פלאצט.
אבער ווען מען טוט זאכן מיט א מאָס, דהיינו, א גוטע סעקס איינמאל א טאג, א האלבע שעה ביז א שעה נעטפליקס, א געשמאקע שטיקל בשר אבער א קליינע, א שעה גמרא, און אפאר מינוט פארנאגרעפי, ניצט זיך די הנאה קיינמאל נישט אויס.
 
לעצט רעדאגירט:
רעד מיט עני איד וואס געדענקט עפעס א ווארימע דאווענען פון א רבי למשל טאהש ער וועט רעדן מיט עפעס אזא העכערקייט, קענסט למשל הערן איינעם רעדן פון עפעס אן אינטערעסאנטע פלאץ אדער מאווי די זעלבע וועג?
 
ניין. ווייל איך האב נישט קיין איטערעס צי זאגן פאר מענטשן ווי גוט מיין סעקס איז געווען. משא״כ אין די רבישע הויפן לעבט מען אויף קאמפעטישען.
 
רעד מיט עני איד וואס געדענקט עפעס א ווארימע דאווענען פון א רבי למשל טאהש ער וועט רעדן מיט עפעס אזא העכערקייט, קענסט למשל הערן איינעם רעדן פון עפעס אן אינטערעסאנטע פלאץ אדער מאווי די זעלבע וועג?

מ'מישט דא צוויי מינע הנאות.
ווען מ'רעדט פון גאר גוטע חברים וואס מ'האט פארברענגט צוזאמען מיט ליבשאפט און שעפערישקייט רעדט איין געפיהל (נישט די זעלבער געפיהל פונעם ווארימען נשמת מיטן צדיק)
און ווען מ'רעדט פונעם עקספיריענס ווען די ערשטע ריר האט זיך אנגעהויבן אינעם ביזנעס און געלט האט אנגעהויבן זיך אריינריקן שנעל, רעדט מען מיט אן אנדערער סארט געפיהל.

ווען מ'רעדט פונעם עקספיריענס פון ביטול היש וואס מ'האט אמאל געהאט איז אנדערש ווי דעם עקספיריענס פון די נחת וואס מ'האט געהאט ווען די קינד האט אנגעהויבן עפעס שטארק. און דאס איז אנדערש פון די עקספיריענס פון א גוטער שלום בית. וכו' וכו'
 
איך שפיר זייער גוט יעדע מאל איך האב א גוטע סעקס, א געשמאקע פרעס, א זיסע לשון הרע, א אינטערעסאנטע טיווי שאו און אפילו ווען איך לערן האב איך אויך הנאה.
לערנען קען זיין פאן אזויווי אלע אנדערע זאכן.
די סיקרעט איז מען זאל נישט איבערציען די שטריק, נאך וואטשן פינף שעה מאוויס אדער זיך איבער עסן ווערט מען פארעקלט, די זעלבע איז ווען מען לערנט פינף שעה רציפות פילט מען ווי די קאפ פלאצט.
אבער ווען מען טוט זאכן מיט א מאָס, דהיינו, א גוטע סעקס איינמאל א טאג, א האלבע שעה ביז א שעה נעטפליקס, א געשמאקע שטיקל בשר אבער א קליינע, א שעה גמרא, און אפאר מינוט פארנאגרעפי, ניצט זיך די הנאה קיינמאל נישט אויס.
זיכער אזוי אז יעדע עינדזשוימענט מוז זיין במדה במשקל ובמשורה, עס איז נישט דא אזא זאך ווי א תענוג תמידי, איז דארף מען ראוטעיטען מיט א סדר
יעדער לויט געשמאק , אינטימעסי טעגליך איז נישט פאר יעדן, אבער אז מען קען עס האבען און דער פארטנער איז אויך אין איט, איז דאך דא די וואס זענען עקטיוו בכל יום, ביי רוב פארפעלקער איז טו טיימס וויקלי די נארם , פארנאגראפי איז פעיק ענד באורינג באט אמאהל דארף מען עס פאר א דיסטרעקשען פון די סטרעסס, אבער עס איז נישט
בכלל תענוג וסיפוק פאר א נפש צמאה
 
אבער דעי וואס ליגן אין לערנען קענען זיצען פון פרי פארטאגס ביז שפעט ביינאכט!! און מען פיהלט מוראדיג גוט נאכדעם !! און מען וויל נאך און נאך
 
רוחניות'דיגע הנאה מיינט נישט דוקא די בלאט גמרא. מען קען פילן א העכערע הנאה נאך פלעצער, ווי למשל א גוטע שלום בית, (אמת'ע) נחת פון קינדער, אקאמפלישען גאולס און בכלל אויפטון און צולייגן עפעס אין גאט'ס וועלט.

מיין גרעסטע הנאה אויף דער וועלט איז צו זיצן און שמועסן מיט מיינע צוויי טעכטער
דעי גאנצע ליסטע איז פונקט אזוי רחניות ווי גמרא
די שאלה איז דא רחניות קעגן גשמיות ממש לשם גשמיות אן קיין שום נצחיותדיגע ציל
 
אבער דעי וואס ליגן אין לערנען קענען זיצען פון פרי פארטאגס ביז שפעט ביינאכט!! און מען פיהלט מוראדיג גוט נאכדעם !! און מען וויל נאך און נאך

גערעכט א אלעקטרישען פילט אויך גוט נאך א גאנצע טאג אפווייערן א בילדינג. עס האט גארנישט מיט די תורה, אז מען פילט אז מען טוט עפעס אויף האט מען נאכדעם א גוטע פילינג.
 
בכלל נישט די זעלבע. ער וויל נישט נאך און נאך שווערע ארבעט און ער האט נישט דעי צופרידענע אויסגעלאטערטע פנים ווי נאכן לערנען א גאנצן טאג
 
מען הערט כסדר פון בעלי דרשנים אז אלע הנאות פון דעי וועלט זענען נישט קיין אמתדיגע הנאות דהיינו דו קענסט נישט עסן סטעיק יעדן טאג, דו בלייבסט נישט העפי פון דיין נייע קאר אדער הויז,
דו פיהלסט דיך ליידיג נאכן שטיפן די צייט.

לעומת זה ביי רוחניות איז פונקט פארקערט, דאס גייט פאר שעות און מען פיהלט זאט נאכדעם, צו דורך לערנען אדער א ווארימע דאווענען, וכו׳

מען זעהט עס טאקע בחוש, אז נאכן קוקן א עכטע אינטערעסאנטע מאווי פיהלט מען נישט גוט נאכדעם אזוי ווי מען פיהלט נאכן לערנען א בלאט גמרא!

אזוי אויך זאגן אלע אז אויף דער עלטער איז גארנישט אינטערעסאנט נאר די בלאט גמרא און מען ברויך טאקע לערנען אינגערהייט ווייל אז נישט וועט מען זיך ארומדרייען פיסט און וויסט,(מען זעט אויף עלטערע ליידיגייערס אז זיי האבן נישט קיין שום ריספעקט אויב האט מען נישט עפעס ערנסקייט)

איז דאס טאקע אזוי? איז נישטא קיין הנאה גשמי וואס זאל ערזעצן דעי געפיהל? און אויב נישט איז דאס א קלארע ראי׳ אז דער מענטש ווערט נאר זאט פון רוחניות? און אז עס איז דא עפעס העכערס? איז דאס אמת אז די אמת׳ע שמחה קומט נאר פון רוחני?
סאיז אזוי ווי @לאווילי האט ארויס געברענגט, די געדאנק,
א אראבער אדער א ערליכע קריסט פילט אויך א געוואלדיגע סערעספעקשן נאכן לערנען זייער בייבל/קוראן... עס האט אלעס צוטון ווי אזוי מ‘וואקסט אויף,
ווען מ‘ווערט אריין געבאקן פון אלס פיצי קינד אז די זאך איז גוט און די ערפילסט דיין תפקיד דורך דעם וכו‘ שפירט עס גוט,
וכן להיפך, אונז ווערן פראגראמירט אז גארנישט פילט נישט אזוי גוט ווי לערנען וכו‘
און ווען איינער טוט פארקערט פילט ער אפגעריסן...איז אוטאמאטיש דאס זענען די תוצאות,
גילטי פילינגס פארשטייסטו יא אז ס‘האט צוטון ווי אזוי מ‘וואקסט אויף?
 
ווען דו וועסט פראגראמען אין דיין מוח, אז דו טוסט א מצוה מיטן וואטשן א מאווי, און יעדע מינוט וואס דו וואטשסט קויסטו דיר איין עולם-הבא, וועסטו זיך אויך שפירן זאט און מיט א רוחניות'דיגע הנאה.
ס'האט געקאסט א שמייכל, אבער ס'איז נישט אמת לענ"ד.

@אורח הכבוד האט גאר א שטארקע נקודה, וויפול איך טריי עס צו אוועקמאכן איז עס אן ערפאלג,

איך האב טועם געווען א פעטן שטיקל גמרא א שיין שטיק צייט פון מיין לעבן, און יעדע מאל עקסטער בון איך אהיים געקומען אין א גוטע שטימונג.

איך האב שוין געוואטשט צענדליגע מאוויס און שאוס, יא, ס'איז א גוטע צייט רוצח, ס'ברענגט א גוטע לאך מיט א פתח, און איך פלאן נישט אויפציהערן אזוי שנעל, אבער ס'האט מיר נישט געגעבן די סעטיספעקשען וואס א בלאט גמרא פאר א שעה האט געטאן.

און דאס איז איינע פון די ריזענס פארוואס איך האב נאך נישט אוועקגעווארפן אידישקייט אלל טאגעדער, איך האב נאך נישט געטראפן דעם ריפלעיסמענט
 
מען הערט כסדר פון בעלי דרשנים אז אלע הנאות פון דעי וועלט זענען נישט קיין אמתדיגע הנאות דהיינו דו קענסט נישט עסן סטעיק יעדן טאג, דו בלייבסט נישט העפי פון דיין נייע קאר אדער הויז,
דו פיהלסט דיך ליידיג נאכן שטיפן די צייט.

לעומת זה ביי רוחניות איז פונקט פארקערט, דאס גייט פאר שעות און מען פיהלט זאט נאכדעם, צו דורך לערנען אדער א ווארימע דאווענען, וכו׳

מען זעהט עס טאקע בחוש, אז נאכן קוקן א עכטע אינטערעסאנטע מאווי פיהלט מען נישט גוט נאכדעם אזוי ווי מען פיהלט נאכן לערנען א בלאט גמרא!

אזוי אויך זאגן אלע אז אויף דער עלטער איז גארנישט אינטערעסאנט נאר די בלאט גמרא און מען ברויך טאקע לערנען אינגערהייט ווייל אז נישט וועט מען זיך ארומדרייען פיסט און וויסט,(מען זעט אויף עלטערע ליידיגייערס אז זיי האבן נישט קיין שום ריספעקט אויב האט מען נישט עפעס ערנסקייט)

איז דאס טאקע אזוי? איז נישטא קיין הנאה גשמי וואס זאל ערזעצן דעי געפיהל? און אויב נישט איז דאס א קלארע ראי׳ אז דער מענטש ווערט נאר זאט פון רוחניות? און אז עס איז דא עפעס העכערס? איז דאס אמת אז די אמת׳ע שמחה קומט נאר פון רוחני?
ענטפערן אויף דעם קען נאר איינער וואס האט שוין טועם געווען ביידע

א חדר אינגל- אויב איז ער האנעסט -וועט ער דיר זיכער זאגן אז א קענדי איז בעסער ווי לערנען א משנה, אפי' ער ווייסט אז פאר א משנה באקומט מען עולם הבא, און דאס איז די ריכטיגע זאך צו טון וכו'

געווענליך נאר איינער וואס פארשטייט גוט לערנען און ווייסט וויאזוי צו לערנען, ער שפירט די ריכטיגע טעם רוחני, די זעלבע ביי תפילה, נאר איינער וואס האט עכט אמונה אז די אויבערשטער הערט אים אויס, און ער האט א טיפע השגה אין דאווענען, אזא איינער שפירט א טעם רוחני אין דאווענען, סוי מ'דארף נעמען איינער וואס האט עכט גוט טועם געווען רוחניות'דיגע הנאה, און ער האט שוין טועם געווען עכט גוטע גשמיות, נאר וואס אזא איינער זאגט איז רעלעוואנט.
 
Back
Top