- זיך איינגעשריבן
- יוני 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 1,448
- רעאקציע ראטע
- 3,421
- פונקטן
- 433
די קאנסטיטוציע וועל איך לאזן פאר די וואס זענען בקי אין איהר?און אויך אין די אלע דעסיציעס וואס זענען צוגישטעלט גיווארן צו איהר,אויס צוטייטשען איבער די צוויי הונדערט יאהר - און עס איז נאך אלץ א דיוטגמא וואס דעוועלאפט זיך לויט די פארשטאנד פון די ריכטער און פעדעראלע קאורט סיסטעם ביז די שופטים אין די סופריעם קאורט, און קען זיין אז דוביטע זיי מסביר וויאזוי דו שווימסט דאס אזוי אריבער גלאטערהייט? וועלכע אבער איז ביי דיר העכער ווי די קאנסטיטוציע?
זענען 'ווילדע אקציעס' מחייב מיתה?
איז 'לוקינג פאר טראבל' א בארעכטיגונג צו טרעטן אויף די קאנסטיטוציע אדער צו הרג'נען מענטשן?
איז 'צוריקשטעלן געזעץ' א סיבה צו עובר זיין אויפן געזעץ?
זיי מסביר איין וועג וויאזוי די אייס אגענט דא איז געווען בארעכטיגט? און אויב נישט די ערשטע שאס, זיי מסביר די צווייטע און דריטע, זיי מסביר זיין רעטאריק און אויפפירונג דערנאך, און זיי מסביר אלע אנדערע ברוטאליטעטן פון אייס.
און אז דו ווילסט זיי אויך מסביר די קאנסטיטוציאנאלע רעכט פון די פעדעראלע רעגירונג זיך צו מישן אין סטעיט אנגעלעגענהייטן (פראוד, אומלעגאלע איינוואוינער, טרעפיק ווייאלעישאנס, אא"וו)
איך ערווארט נישט קיין תשובה, ווייל דו זאגסט דאך ביסט נישט קיין בקי אין די קאנסטיטוציע..
ביסט גירעכט , אבער עס זענען דא די ניואנסעס און קלאוסעס וואס גיבען אויך רעכטען פאר פאליציי און
גיזעצן ענפאורסעסערס, און מען דארף עס קענען באלאנסירן- די רייטס פון דעם פריוואט מענטש, מיט די לאו ענד אורדער דוטיס פון די גאווערנמענט , ממילא איז עס נישט אזא דבר פשוט -ויש להתיישב בדבר.