די ICE Schutzstaffel אגענטור exposed

ביטע זיי מסביר וויאזוי דו שווימסט דאס אזוי אריבער גלאטערהייט? וועלכע אבער איז ביי דיר העכער ווי די קאנסטיטוציע?

זענען 'ווילדע אקציעס' מחייב מיתה?
איז 'לוקינג פאר טראבל' א בארעכטיגונג צו טרעטן אויף די קאנסטיטוציע אדער צו הרג'נען מענטשן?
איז 'צוריקשטעלן געזעץ' א סיבה צו עובר זיין אויפן געזעץ?

זיי מסביר איין וועג וויאזוי די אייס אגענט דא איז געווען בארעכטיגט? און אויב נישט די ערשטע שאס, זיי מסביר די צווייטע און דריטע, זיי מסביר זיין רעטאריק און אויפפירונג דערנאך, און זיי מסביר אלע אנדערע ברוטאליטעטן פון אייס.

און אז דו ווילסט זיי אויך מסביר די קאנסטיטוציאנאלע רעכט פון די פעדעראלע רעגירונג זיך צו מישן אין סטעיט אנגעלעגענהייטן (פראוד, אומלעגאלע איינוואוינער, טרעפיק ווייאלעישאנס, אא"וו)

איך ערווארט נישט קיין תשובה, ווייל דו זאגסט דאך ביסט נישט קיין בקי אין די קאנסטיטוציע..
די קאנסטיטוציע וועל איך לאזן פאר די וואס זענען בקי אין איהר?און אויך אין די אלע דעסיציעס וואס זענען צוגישטעלט גיווארן צו איהר,אויס צוטייטשען איבער די צוויי הונדערט יאהר - און עס איז נאך אלץ א דיוטגמא וואס דעוועלאפט זיך לויט די פארשטאנד פון די ריכטער און פעדעראלע קאורט סיסטעם ביז די שופטים אין די סופריעם קאורט, און קען זיין אז דו
ביסט גירעכט , אבער עס זענען דא די ניואנסעס און קלאוסעס וואס גיבען אויך רעכטען פאר פאליציי און
גיזעצן ענפאורסעסערס, און מען דארף עס קענען באלאנסירן- די רייטס פון דעם פריוואט מענטש, מיט די לאו ענד אורדער דוטיס פון די גאווערנמענט , ממילא איז עס נישט אזא דבר פשוט -ויש להתיישב בדבר.
 
אין תלמוד בבא קמא איז דא א דין פון נזיקין אז איינער איז משסה א כלב - ער רייצט אהן א הונט און ער בייסט א חבר איז דער באלעבאס פון דעם כלב חייב צו באצאהלען, ווייל דער באלעבאס וואס האט עס צו גיזעהן האט גידארפט טהון וואס איז מעגליך אז זיין כלב זאל נישט מזיק זיין , כאטש א צווייטער רייצט אהן דעם כלב , ווי אזוי איז אבער איינער רייצט אהן א כלב און ער אליינס ווערט געביסען פון דעם כלב ,איז דער באלעבאס פטור, אפילו ער שטייט דארט און ער טוט נישט צוריק האלטען דעם כלב, אז ער זאל נישט מזיק זיין דעם אהנרייצער ,ווייל דער אהנרייצער פון דעם כלב איז זיך אליין שולדיג , מען זאגט איהם כל המשנה ובא אחר ושינה בו פטור , אז דו רייצט זיך מיט דעם הונט,
קום נישט נאכדעם וויינען אז די האסט גיכאפט א בייס פון איהם . די פרוי איז זיך גיגאנגען רייצען און פראוואצירן מיט די אייס פאליציי און זי איז געאוורען א קרבן, עס איז א שאהד אבער זי האט זיך
אליינס אריינגישטעלט אין א גוב אריות שואגים לטרף .
 
עס איז אויך דא א משנה אין בבא קמא אויף די הלכה, אז א אקס הרגעט א מענטש איז דער דין השור יסקל
אויב ער עס איז א שור האצטדיון, דאס איז א בהמה וואס מען טרעינט צו זיין א פייטער אין בול פייטס,
האט מען איהם אויס גילערנט צו זיין אגרעסיוו און דענדזשערוס, דארף יעדער וויסען אז דאס איז א בהמה וואס מען שטייט נישט נעבן איהם, און אויב איינער שטייט נעבן איהם און דער אקס הרגעט איהם איז ער נישט חייב מיתה, ער זאגט א דרוש כי יגח ולא שיגיחוהו ווייל מלמדין אותו לכך, און מען דארף זיך היטען - דאס איז קאממאן סענס - , סאו, עס איז גישעהן אן אומרעכט,אבער מען דארף נעמען אין קאנסידערעישן אז זי האט זיך אריינגישטעלט אין דעם סיטואציע,קעגן צושטעלן די שוטרי המדינה .
 
מען דארף עס קענען באלאנסירן- די רייטס פון דעם פריוואט מענטש, מיט די לאו ענד אורדער דוטיס פון די גאווערנמענט
זייער גוט געזאגט. דא קומט עס אבער נישט אריין!

ווען מ'רעדט טעארעטיש פון די רעכטן פון פרי ספיטש, גאן קאנטראל, רעכטן פון קרימינאלן, דארט איז דאס אלעס נוגע. נישט ווען אן אפיציר איז היבש קלאר איבערגעטרויטן זיינער רעכטן און דער'הרג'עט איינעם אומשולדיג.. פראוואצירט צו נישט.

מיין פוינט לגבי די קאנסטיטוציע איז אבער יא א שטאפל ווייטער, אין ענגלאנד איז מען טאקע שארפער לגבי ספיטש און העיט-קריימס אבער צום זעלבן צייט נעמט מען פאליציי רעספאנסיביליטי גאר גאר ערענסט, זיכער אין פאל פון א מערדער.
אין אמעריקע איז דאך אבער דא א קאנסטיטוציע וועלכע קומט עקספליסיטלי געבן מער רעכטן פאר דעם אינדיווידואל און דיין ארגומענט צו באלאנסירן די מאכט פון לאו-ענפארסמענט דערמיט איז מופרך מעיקרא ווען די קאנסטיטוציע איז זייער קלאר גענויגט צו איין זייט - מער ווי אין לענדער מיט קאמאן-לאו!
אייראניש שטארבן אין אמעריקע די מערסטע מענטשן טאקע דורך די וועלכע די קאנסטיטוציע האט זיי פראבירט צו באשיצן פון..
די פרוי איז זיך גיגאנגען רייצען און פראוואצירן מיט די אייס פאליציי און זי איז געאוורען א קרבן
א שיינע פשעטל און שיינע גמרא ציטירט. היא הנותנת אבער.
אויב זענען אייס - כלבים, אטע דאס איז די שורש פון די פראבלעם!
אז טראמפ קען ארויסשיקן א באנדע כלבים אנע שטריק (אויך אין בבא קמא א גמרא דערוועגן אז דו ווילסט..) און זיי ווערן שנעל פראוואצירט ביז רציחה, דאס איז וואו אמעריקע האט זיך דעקייקלט. השם ישמור.

איך פארשטיי אז עס איז הייפערבאליש ווייל אייס זענען דאך יא מענטשן נישט קיין כלבים, טא, וואס האקסטו אין קאפ מיט אומרעלעוואנטע גמרות?!

איך דארף גיין ווייטער צו דיין פשעטל מיט שור איצטדין? כ'האף מיט דיין גאונות ביסטו א מבין דבר מתוך דבר, ווי רש''י איז מסביר אין דברים.
 
View: https://youtube.com/shorts/CRwbQItxdn8?si=66piuHF9_HTOzNcZ

א קאצען מוזיק זאל מען זיי מאכן…!!!

זיי האבן נישט די שטיצע און סופּארט פון די אמריקאנע מענטשען. זיי זענען גרופע פון אומציוויליזריטע רעכטע משוגעים וואס זוכן צו מאכן אמעריקע פאר א פאשיסטישע רעכטע לאנד געבויט אויף די ריינע ראסע אידאלאגיע.
סאיז קלאר נאציזים אין א צווייטע פארום, ארימע מענטשען און ברוינע מענטשען זענען די טאַרגעט.

אלע היימישע אידן וואס שטיצן נאך אלץ טראמפ זענען פארפוילט פון אויבן ביז אינטען, האבן נישט קיין טראפ שכל און קיין טראפ מענטשליכקייט.

יעצט בולי׳ט ער די גאנצע וועלט, אלע שכנים ארום אונז, קאנדא גרינלאנד, דענמארק, פונקט ווי יעדע דיקטעטאר, ס׳קען נישט זיין מעהר גרויליג ווי דעם. פונקט ווי אין זיינע קאסינאס, קודם האט ער געבוליט און גע׳רודפט אלע זיינע שכנים ארום אים, אריינגעגעבן נערישע קלאגעס און lawsuits קעגן אלע זיינע שכנים.

ער האט פארדינט די לעצטע יאהר איבער פיר ביליאן דאללער בשעת רוב מענטשען אין אמעריקע זענען געווארן ארימער און ארימער און מיליאנען מענטשען אראפגעווארפן פון גאווערמענט פראגראמען.
לויט די קלענסטע עסטימעט האט ער פארדינט איבער פיר ביליאן דאללער פון גניבות און גזילות, יעצט פרובירט ער צוכאפן עפעס אויל אין ווענזוועלע - עכ״פ ער רעדט זיך אזוי איין. קיין איין נארמאלע אמעריקאנע אויל קאמפעני, גייט במילא נישט אינוועסטירן אין א אומסטאבילער לאנד פון יאהרן לאנג… טראמפיסטן פרייען זיך אז ער האט עפעס געטוהן, וואס? ווען? גארנישט געטוהן פאר די עוורידזש אמעריקאנער! ער וואלט פארקויפט זיין מאמעס ברוסטען פאר כבוד און געלט…
א אומגעלונגער דיקטעטאר, sociopath, נארסיסט אן קיין שום מענטשליכקייט און אָן קיין שום נארמאלקייט!

ער איז דא פאר כאאס, און צו דיקטעטן יעדעם איינעם, און נוצן די פעדעראלע גאווערמענט, די מיליטער, די FBI, און אלע אנדערע דעפארטמענטס פאר זיין כבוד און זיך צו נוקם צוזיין אין זיינע פערזענליכע שונאים.

גרויליג!!!

ס׳גייט נאר ווערן ערגער!!!!

אבער נאכדעם גייען לכאורה די רעפובליקאנער שטארק פארלירן און די דעמאקראטן וועלן קאנטראלירן אלע ברענטשעס פון גאווערמענט, און צוביסלעך וועלן זיי צוריק מאכן אמעריקע פאר א נאראמרלע דעמאקרעסי. עכ״פ אזוי האף איך!
 
ישעיהו זאגט טאקע והכלבים עזי נפש לא ידעו שבעה והמה רועים לא ידעו הבין … עס איז גישעהן אן עולה פון כלבים עזי נפש, פונדעסטוועגן קען מען נישט ווערן צו איבער גענומען דער פאקט איז אז זי איז זיך געקומען רייצען מיט די כלבים, און זי איז גיווארן פארכאפט און פארשניטען, אז מען שטעלט זיך אריין אין א דעדזשערוס ספאט קען מען עס עקספעקטען.
צו אין ענגלאנד איז בעסער, וויסען מיר נאך נישט ,
ווארט צו,ביז עס וועט קומען די צייט דארט, ( בלי ספק עס וועט אהנקומען איבער גאנץ אייראפע ) וועט אהנקומען די אויפוואכונג אז בני נכר נעמען איבער די ווירטשאפט,וועלן מיר זעהן זייער צידקות, אונז גידענקן מיר די גוטע ענגלענדער, פון ווען זיי האבען גיטראגען צו די תליה
ירושלימער יידן, ווייל זיי האבען געווילדעוועט ביי די מאנדאט , ווען א ממשלה וויל צוריק שטעלן איר כח
פאסירן אומגליקען, למעשה די פרוי האט זיך געזוכט. איז למען ישמעו וייראו
 
View: https://youtube.com/shorts/CRwbQItxdn8?si=66piuHF9_HTOzNcZ

א קאצען מוזיק זאל מען זיי מאכן…!!!

זיי האבן נישט די שטיצע און סופּארט פון די אמריקאנע מענטשען. זיי זענען גרופע פון אומציוויליזריטע רעכטע משוגעים וואס זוכן צו מאכן אמעריקע פאר א פאשיסטישע רעכטע לאנד געבויט אויף די ריינע ראסע אידאלאגיע.
סאיז קלאר נאציזים אין א צווייטע פארום, ארימע מענטשען און ברוינע מענטשען זענען די טאַרגעט.

אלע היימישע אידן וואס שטיצן נאך אלץ טראמפ זענען פארפוילט פון אויבן ביז אינטען, האבן נישט קיין טראפ שכל און קיין טראפ מענטשליכקייט.

יעצט בולי׳ט ער די גאנצע וועלט, אלע שכנים ארום אונז, קאנדא גרינלאנד, דענמארק, פונקט ווי יעדע דיקטעטאר, ס׳קען נישט זיין מעהר גרויליג ווי דעם. פונקט ווי אין זיינע קאסינאס, קודם האט ער געבוליט און גע׳רודפט אלע זיינע שכנים ארום אים, אריינגעגעבן נערישע קלאגעס און lawsuits קעגן אלע זיינע שכנים.

ער האט פארדינט די לעצטע יאהר איבער פיר ביליאן דאללער בשעת רוב מענטשען אין אמעריקע זענען געווארן ארימער און ארימער און מיליאנען מענטשען אראפגעווארפן פון גאווערמענט פראגראמען.
לויט די קלענסטע עסטימעט האט ער פארדינט איבער פיר ביליאן דאללער פון גניבות און גזילות, יעצט פרובירט ער צוכאפן עפעס אויל אין ווענזוועלע - עכ״פ ער רעדט זיך אזוי איין. קיין איין נארמאלע אמעריקאנע אויל קאמפעני, גייט במילא נישט אינוועסטירן אין א אומסטאבילער לאנד פון יאהרן לאנג… טראמפיסטן פרייען זיך אז ער האט עפעס געטוהן, וואס? ווען? גארנישט געטוהן פאר די עוורידזש אמעריקאנער! ער וואלט פארקויפט זיין מאמעס ברוסטען פאר כבוד און געלט…
א אומגעלונגער דיקטעטאר, sociopath, נארסיסט אן קיין שום מענטשליכקייט און אָן קיין שום נארמאלקייט!

ער איז דא פאר כאאס, און צו דיקטעטן יעדעם איינעם, און נוצן די פעדעראלע גאווערמענט, די מיליטער, די FBI, און אלע אנדערע דעפארטמענטס פאר זיין כבוד און זיך צו נוקם צוזיין אין זיינע פערזענליכע שונאים.

גרויליג!!!

ס׳גייט נאר ווערן ערגער!!!!

אבער נאכדעם גייען לכאורה די רעפובליקאנער שטארק פארלירן און די דעמאקראטן וועלן קאנטראלירן אלע ברענטשעס פון גאווערמענט, און צוביסלעך וועלן זיי צוריק מאכן אמעריקע פאר א נאראמרלע דעמאקרעסי. עכ״פ אזוי האף איך!
פאליטיק איז ווי א פענדולום ,עס איז יעצט דא א התעוררות קעגן לאזען די לאנד ווערן איבעגענומען פון DEI ,וואס די מוסלעמענער נוצען אויס אריינצוקומען אין אלע שיכטען און עווענטועל עסטעבלישן גיזעצן גיבעיסט אויף שעריה , די זענען קלוגע אינטער גרובער פון אינענווייניג , און דער רויטער טייל פון אמריקא , האט זיך ארגאניזירט זיי צו באקעמפען, זאל זיי האבען הצלחה, עס האט גארנישט מיט נאציזם, עס האט מיט פרעזערווען די אריגינאל יסוד פון לאנד .
 
זייטס ענק מחיה מיט די קידוש און די הערינג...

איך האב מיך שוין אויסגעלערנט נישט צו אריינרעדן ווען מ'הייבט אן צו רעדן פון פאלאסיס

הערינג, עד האמינעם, שטרוימאן וכל שום וחניכא דאית להו

אז מ'דארף זיין ביזי מיט דעם איז א סימן אז מ'איז שוין סטאק

יענער פארפארט די שמועס? האלט אן דיין גראונד, שרייען די זאכן ווייזט אז דו קענסט נישט האלטן דיין גראונד

ווער ס'קען אויסרעכענען אלע פאלעסיס וואס איך האב יעצט עובר געווען גייט אריין אין א גורל אויף א שאכטל רויטע הערינג...
איך האב דיר אזוי ליב ביזט דאך קוטשי מוטשי קיוט, ביזט דאך צוקער. אפן מודה אז דו ווייסט אז לאגיק מיט דיר, גייען נישט צוזאמען. דו טשעקסט ארויס.

גיי אן דו ביזט פיין.

ווען יענער פארדרייט ווען נישט דו שמועס דארף מען נישט ארויספוינטן קיין פאלאסי
 
די טערם - ממשלה- אדער -מלכות- זענען נישט דעצידירענד אין דעם פאל ,
פארוואס?
מען רעדט אז עז מוז זיין א כח וואס איז מונע מענטשען אז זיי זאלען נישט זיין אזוי ווי פיש וואס איש את רעהו חיים בלעו .
אזוי ווי אגענטן וואס שיסן, צוברעכן קארס, און אן ווארענטס? לאמיר טעסטן דיין לעוועל אף האנעסטי בפני כל עם ועדה, קענסטו קאנסידן אז ווען זיי טוען דאס דיפייען זיי די ציל פון וואס דו ביזט אליין מסביר דא? עצה טובה: טראכט פאר דו ענטפערסט, און אז דו קענסט נישט ענטפערן איז בעסער צו מודה זיין אז דו האסט נישט קיין ענטפער ווי איידער צו חוש'ן אז ס'האט א ענטפער.
דער וואס איז ערוועהלט גיווארן צופירען דאס לאנד ווירטשאפט - און די פראבלעם סאולווינג פון אומליגאלע אימיגראציע איז גיוועהן א וויכטיג טייל-
אזוי? איך וועל דיר צו וויסן טאן אז טראמפ האט זיך אויפגעשטעלט אין דארעל פלארידא מיט א ריזיגע ווענזועלען בלאק און פארשפראכען אז ער וועט גיין קעגן זייער דיקטאטור זייער "נתניהו" ער האט זיי אבער פארגעסן צו זאגן אז ער וועט זיי דעפארטירן און אירעיסן ארום 300,000 TPS Status אין די פראצעס. ער איז ערוועלט געווארן ביי די לאטינאוס וואס ער שפייט זיי אין פנים! זיי האבן מיאוס חרטה יעצט, ער סאלווט נישט קיין פראבלעמען, ער לויפט אויף זיי צו שטופן זיין אייגענע אגענדע פון קאנטראל ווי ער וויל נישט קיין חילוק אויף וועמענס האלז ער דארף טרעטן, און דו ביזט נעבעך תמימות'דיג as it gets און דו כאפסט נישט זיינע עקלהאפטיגע דיסארדערס. פארקערט דו praised אים נאך
האט אהערגישטחעלט די אייס אדורך צופירען די חוק, און ענפארסען אירע גיזעצען ,ממילא איז די מהלך צו שטערן די אקציעס וואס ווערן דורך געפיהרט גיזעצליך, א שטער צו די פריעדן און וואוילזיין פון די לאנד,
און וואס וואלסטו געזאגט איז טראגן מאסקעס אויפן דזשאב ווען זייער בעל באס האט דאס קלאר געמאכט אז מ'זאל זיך נישט באהאלטן? ער האט יעדעם געזאגט שעמטס ענק נישט. ביזטו טאקע גאר אינפארמירט וויאזוי 'די סיסטעם דארף צו זיין אין טעאריע' אבער זעהט אויס די חלק האסטו נישט מיטגעהאלטן.

553448.webp

און דער וואס נעמט א טייל אין די שטער, -בפרט אויב עס איז אומגזעצליך-
למשל אריינגיין אין א דזשאבסייט?
קען נישט קומען און ווייינען און שרייען איך האב גארנישט געטהון- אין די קאנסטיטוציע ביסטו זעהט אויס א בקי, און טעקניקעלי קען מען טרעפן אז עס שטימט נישט מיט די קאנסטיטוציע , אבער עס נעמט
אבער גארנישט, איך רעספעקט מענטשן מיט אנדערע פערספעקטיוו'ס אבער ווען איינער בולשיט גיי איך דיר בכלל נישט שוינען

דו נארסט דיך מיט א מעסעדזש וואו דיין גאנצע בנין צופאלט, וואס הייסט אבער? דו עקנאלידזשט אז ס'איז דא א ערנסטע פראבלעם דעריבער קומט נישט אריין דיין גאנצע לעקטשור איבער וואס "ס'דארף זיין דעס און ס'דארף סאוולן יענס" שיסט דאך לאטקעס איינס רויער צווייטן מיין קינד...
נישט אוועק,פון די פאקט , אז די העצערן וואוס לוקינג פאור טראובעל,
סתם איבריגע מיסאינפארמעישן געפארצט. די מענטשן האבן א גרעסערע הארץ ווי דיר, זעהט אויס אז דו האסט נאכנישט באגעגנט קיין אקטיוויסטן אין דיין לעבן וואס איז נישט קיין נושא אין היימישע צירקלען, מילא קען זיין אז דו פארשטייסט נישט וואס דאס מיינט עקספאזן אינדסשאסטיס למען ישמעו ויראו, אז די וועלט זאל אנשטאט זיך רעגן און קעסטן דזשאזדשמענט אויף "טראבלמעיקערס" זיך עפענען די אויגן אז ס'איז בעד ניוס, און די cowardice פון באשולדיגן די גאנצע וועלט נאר נישט די perpetrators אזוי ווי דו האסט געטוהן זאגט פונקטליך וואו דיין הארץ איז.

הייבסט נישט אן צו געבן א שיט פאר די מאראלן וואס דו שרייבסט דא, זיי האבן א רעכט אפצוכאפן אייס, עס קען זיין זייער נעיבער, מאמע, בויפרענד, נאנסטע פריינט, זיי מעגן זיין, זיי מעגן פארציילן די וועלט וואס ס'גייט פאר, און פאר א סיבה טראגן פאליציי באדי קעמרעס, ווייל גענוג מאל זענען זיי געווען שולדיג און מ'האט נישט געהאט קיין באווייז... דארף מען טאקע ווי מער באווייז, ס'איז טאקע ארויסגעקומען נאך קליפס

דו מיט דיין זיך נאר'ן (און מעגליך פרעדזשודעס) מיינט אז מ'קען די קאנטעקסט רידוסן צו "טראבלמעיקער"

סארי, איך מוז צוריקשטופן קום אויף מיט בעסערע בולשיט.
 
אז מ'דארף זיין ביזי מיט דעם איז א סימן אז מ'איז שוין סטאק
איך זאג עס א טראפעלע אנדערש *אז מ'האנדלט מיט מענטשן וואס זענען אנקוואליפייד צו טענה'ן עפעקטיוו

און ווען יענער זאל אזוי דרייוון א קאר אדער פארעכטן דיין ציין וואלסטו ארויסגעשפרונגען אינמיטן וועג
יענער פארפארט די שמועס? האלט אן דיין גראונד, שרייען די זאכן ווייזט אז דו קענסט נישט האלטן דיין גראונד
הער דרוסאי אויף אייוועלט האט געמאכט א הערליכע דזשאב אויף דעם. ס' ווערט אויסצוטשעקן
 
בייגעלייגטע פיילס

איך האב געהאט אנגעהויבן צו טייפן און אויסגעמעקט, ווייל איך זוך מיך נישט אריינצוגיין און א איבערגעהיצטע טענהריי

אבער אז דו פרעגסט וועל איך זאגן בקיצור נמרץ

פון וואס איך האב געזעהן האט מיר עס אויסגעקוקט ווי א גרעי עריע מעשה

ס'זאגט זיך זייער גרינג נאכדעם אז ער האט נישט געדארפט שיסן ווייל זי האט נאר געוואלט אוועק פארן

האט זי נאר געוואלט אוועק פארן, איז במילא? איינער איז געשטאנען פארנט פון איר קאר בשעת זי האט אנגעהויבן א וועק צו פארן

ווי פארסטו? קוק פאר די פארסט! דאס אז זי האט נישט געהאט קיין כוונה יענעם צו הרגענען נעמט נישט אוועק די פאקט אז זי האט אנגעהויבן דרייוון ווען ער איינער איז געשטאנען פארנט פון איר קאר

יעצט בנוגע די אפיציר, ער האט נישט געהאט גענוג צייט צו מאכן חשבונות אויב די קאר דרייט זיך אוועק צו נישט, האט ער אינסטיקטיוולי געכאפט די גאן ווייל ער האט זיך געפילט אין א סכנה

צו מ'האט זיך געקענט פירן אנדערש, לכאורה יא, די צווייטע קויל האט ער זיכער נישט געדארפט שיסן, אבער למעשה ווען מ'איז דן די מעשה דארף מען נעמען אין חשבון אז ס'האט גענומען עטליכע ספליט סעקאנדס און ס'איז שווער צו דן זיין ווען מ'רעדט פון אזא גרעי עריע.

איז אזוי, ברענגען א ראיה פון די מעשה אז די אייס פאליציאנטן גייען ארום אויסשיסן טראמפס קעגנערס אין אבסורד און איך ווייס נישט צו די קעפל פון די אשכול דארף בכלל אדרעסירט ווערן, איך וועל עס לאזן ביי דעם

יעצט די טענות פארוואס טראמפ נעמט זיך אן אויף איין זייט, דאס איז דאך פשוט, זיינע אגענטן זענען אונטער אטאקע, ס'ווערט ערגער פון טאג צו טאג, מ'לויפט זיי נאך, מ'לאזט זיי נישט טון זייער זשאב, די געהרגעטע פרוי איז געקומען צו פארן פון א אנדערע סטעיט נאר צו נאכלויפן די אייס אגענטן

די מעשה ווערט אויסגענוצט דורך די לינקע אראפ צו מאלן די אייס חברה אלס פאלנע מערדערס, און מיט דעם ווילן זיי אונטערייסן טראמפס אזשענדא, אודאי נעמט זיך טראמפ אן פאר זיי.

איך זע נישט וויאזוי מ'קען האבן טענות דא.

עניוועי, איז טראמפ קעניג פון אמעריקא, ריין אן קיין פעלער, און די אלע וואס רייסן אים אונטער זענען ריינאוס, ונאמר אמן, שכוח...

הערינג פאלעסי
ס'איז מבהיל על הרעיון וואו די רעכטע ווייסן שוין אז ס'איז סעלף דיפענס, און וואס די לינקע נוצן דאס אויס פאר, אבער דאס אז זי האט געוואלט פארן דאס איז גרעי עריע און מ'קען נישט וויסן, ממה נפשך אויב קען מען נישט וויסן פאר אלע דעטאלן ווערן פונקטליך נאכגעפארשט קען מען דען וויסן וואס די שיסער'ס טענות זענען?

מ'זעהט דאך אויפן ווידיא קלאר אז דיין טעיק איז אבסורד, אבער די לינקע זייט איז גרעי עריע... זיכער

די אינקאנסטענסטי און געסלייטינג און lack of self respect פאר מאראל מיט וואס ענקערע אפינינענס פארפעלן נישט צו זיין אויסגעשטאט מיט איז אנמעטשד!

טראמפ נעמט זיך אן טראמפ נעמט זיך נישט אן? טראמפ גיט א שיט פאר די פאקטן? ער האט געזעהן א ווידיא און געענפערט, אזוי ווי ביי די שיסער און בראון אוניווערסיטי, while פאר קרעמל איז דאס גוטע סטאנדארטס וואלט איך ערווארטעט אז די פירער פון די לאנד זאל נישט ארויסטרוטן קיין מיינונגען אויף א ongoing investigation נישט די וועג און נישט יענע וועג.

מ'לויפט נאך אייס, ווי אויף אייוועלט מ'זעהט אז דו ווייסט נישט גארנישט און האסט נישט קיין עקסעס צו די גרויסע וועלט ... דער וואס האט עקסעס האלט פונקטליך מיט ווער ס'רודפט וועמען.
 
פארשטייסט נישט קיין אידיש?!

סטאפ צו פארפארן מיין שנירל!!! ביסט נישט וועלקאם דעס צו טוהן, דאס איז מיין שנירל און אז דו קענסט נישט פאקוסען טרעף די טיר.

שכח
וועט מען דארפן ווארטן ביז די סופרים קאורט פון קרעמל וועט פסק'נען אויב איך טאר נישט רעדן אין די שנירל, און וואספארא בעלות און רעכטן א פותח השנירל האט צו קאמאנדירן און מאניפולירן אנשטענדיגע קרעמל קאמעראדן.
 
אבאמא האט אפגעלערנט דער פאראגראף אז ס'איז נישט רעלעוואנט אויף מענטשן וואס זענען נישט קיין אמעריקאנער בירגער און דערפאר האט ער מתיר געווען צו שיסן מענטשן מיט דראונס אן קיין דאָ פראצעס, און מיט די זעלבע סיבה האט ער געפילט אז דזשוליען אסאנדזש האט נישט קיין פירסט אמענדמענט פראטעקשאן און ס'גייט אויף איהם נישט אן די פיפטע אויך נישט. טראמפ האט עס ווארשיינליך אויך אנגענומען און אפגעמאכט אז מאנכע וואס זענען נישט קיין אמעריקאנער בירגער האבן נישט קיין שום קאנסטיטוציאנאלע רעכטן.

פארשטאנען?
איך בין קיין שטיצער פון קיין אבאמא קיינמאל געווען.

איך בין א פאר לעפט סאשעליסט, געדענק צו האלטן די ווארט סאשעליסט אין דיין מיינד, צו אויסקוקן ענגעדזשינג אין די שמועס אז ווען איך רעד זאלסטו טוישן פון אבאמא צו קארל מארקס פון יעצט אן.

דיעל?
 
איך בין א קאפיטאליסט. נישט פאַר רייט אדער פאַר לעפט, בלויז א פשוט'ע קאפיטוליסט. איך בין נישט קיין רעפאבליקאנער אדער א דעמאקראט. איך בין געבויגן צו טראמפ נישט ווייל ער איז אויפריכטיג אדער ערליך נאר ווייל ער איז די בעסטע טשויס פאר קאפיטוליזם באשר הוא שם. סאציאליזם איז א פילעזאפיע געבויט אויף גנב'נען יענעם'ס שווערע פארדינטע נכסים פארן א''ג גוטס פון דער כלל און ס'איז פון די גרעסטע חרבנות וואס זענען אומגעברענגט געווארן אויף די וועלט.

ביסט געלאדנט צו רופן די קינד ביים נאמען און עפענען א באזונדערע אשכול אויף די פרינציפישע חילוקי דעות אויף דער נושא. אויב וועסטו מיר יא אדער נישט לאזן מגיב זיין.
 
לעצט רעדאגירט:
איך בין קיין שטיצער פון קיין אבאמא קיינמאל געווען.

איך בין א פאר לעפט סאשעליסט, געדענק צו האלטן די ווארט סאשעליסט אין דיין מיינד, צו אויסקוקן ענגעדזשינג אין די שמועס אז ווען איך רעד זאלסטו טוישן פון אבאמא צו קארל מארקס פון יעצט אן.

דיעל?
די יושר פון קארל מארקס וחביריו איז דאך מפורסם
אשרי חלקך אז דו געפינסט דארט די ווארהייט און ריכטיקייט , אין זיין נאהמען האט מען גיהארגעט מיליאנען צו דערגרייכן די עטאפיע פון מענטשן גלייכען, מען האט זיך בכלל נישט געקימערט אז א פרוי וואודס ,האט פארלוירן איהר לעבן. קומסט מיט דיין בולשיט פון מענטש גערעכטיקייט, נעמסט דיך אהן פאר טראובעל מעיקער א מורדת במלכות .
 
וועט מען דארפן ווארטן ביז די סופרים קאורט פון קרעמל וועט פסק'נען אויב איך טאר נישט רעדן אין די שנירל, און וואספארא בעלות און רעכטן א פותח השנירל האט צו קאמאנדירן און מאניפולירן אנשטענדיגע קרעמל קאמעראדן.
וואס עפעס פארמאכען יענעמס מויל נוסח קארל מארקס וחביריו. יו קענט טעיק דע היעט געט אואט אף די קיטשען ,
 
עס איז אויך דא א משנה אין בבא קמא אויף די הלכה, אז א אקס הרגעט א מענטש איז דער דין השור יסקל
אויב ער עס איז א שור האצטדיון, דאס איז א בהמה וואס מען טרעינט צו זיין א פייטער אין בול פייטס,
האט מען איהם אויס גילערנט צו זיין אגרעסיוו און דענדזשערוס, דארף יעדער וויסען אז דאס איז א בהמה וואס מען שטייט נישט נעבן איהם, און אויב איינער שטייט נעבן איהם און דער אקס הרגעט איהם איז ער נישט חייב מיתה, ער זאגט א דרוש כי יגח ולא שיגיחוהו ווייל מלמדין אותו לכך, און מען דארף זיך היטען - דאס איז קאממאן סענס - , סאו, עס איז גישעהן אן אומרעכט,אבער מען דארף נעמען אין קאנסידערעישן אז זי האט זיך אריינגישטעלט אין דעם סיטואציע,קעגן צושטעלן די שוטרי המדינה .
קענסט ענטפערן דירעקט אויף ריספאנסעס צו דיינע מעסעדזשס אויב מעגליך?
 
וועט מען דארפן ווארטן ביז די סופרים קאורט פון קרעמל וועט פסק'נען אויב איך טאר נישט רעדן אין די שנירל, און וואספארא בעלות און רעכטן א פותח השנירל האט צו קאמאנדירן און מאניפולירן אנשטענדיגע קרעמל קאמעראדן.
פתח פיך ויאירו דבריך , וואס איז א הוה אמינא צו צענזורירן תגובות , עס איז א מילתא דתמיהא .
 
די פראבלעם מיט אזא שנירל איז אז אנשטאט מ'זאל דיסקאסן די עצם מעשה צי ס'איז יא סעלף דיפענס צי נישט, איז עס געווארן איין גרויסע טשאלענט טאפ, רעכטע, לינקע, סאשעליזעם, קמאניסטן, נאציס, און וואס נישט.. און גאנץ אייס איז יעצט אויפן וואגשאל

איינער זאל ביטע עפענען א שנירל נאר פון די מעשה אליין, פאר מענטשן ווי מיר וואס זענען פראו לאו אינפארסמענט, און פראו אז מענטשן וואס עביאזען זייער פאוער זאלן פעיסן קאנסיקווענסעס,

און די שנירל דא קען בלייבן צי דיבעיטן צי טראמפ איז יא א נאצי צי נישט.

ביי
 
לעצט רעדאגירט:
די פראבלעם מיט אזא שנירל איז אז אנשטאט מ'זאל דיסקאסן די עצם מעשה צי ס'איז יא סעלף דיפענס צי נישט, איז עס געווארן איין גרויסע טשאלענט טאפ רעכטע לינקע סאשעליזעם קמאניסטן נאציס און וואס נישט.. און גאנץ אייס איז יעצט אויפן וואגשאל

איינער זאל ביטע עפענען א שנירל נאר פון די מעשה אליין, פאר מענטשן ווי מיר וואס זענען פראו לאו אינפארסמענט, און פראו אז מענטשן וואס עביאזען זייער פאוער זאלן פעיסן קאנסיקווענסעס,

און די שנירל דא קען בלייבן צי דיבעיטן צי טראמפ איז יא א נאצי צי נישט.

ביי
די אשכול איז אויפגעמאכט געווארן דורך א לינקע צו פארדאמען אייס בכלליות און אויך געמאכט א צימעס פון דער שיסעריי, די צד שכנגד האט אפגענטפערט אלע טענות. למעשה האט די לינקע צד נישט אנגענומען די רעכטע צד און צופיל חידושים זענען נישט צוגעקומען איז געבליבן אז דערווייל קען מען שרייען..... נאצי.
 
Back
Top