View: https://youtube.com/shorts/CRwbQItxdn8?si=66piuHF9_HTOzNcZ
א קאצען מוזיק זאל מען זיי מאכן…!!!
זיי האבן נישט די שטיצע און סופּארט פון די אמריקאנע מענטשען. זיי זענען גרופע פון אומציוויליזריטע רעכטע משוגעים וואס זוכן צו מאכן אמעריקע פאר א פאשיסטישע רעכטע לאנד געבויט אויף די ריינע ראסע אידאלאגיע.
סאיז קלאר נאציזים אין א צווייטע פארום, ארימע מענטשען און ברוינע מענטשען זענען די טאַרגעט.
אלע היימישע אידן וואס שטיצן נאך אלץ טראמפ זענען פארפוילט פון אויבן ביז אינטען, האבן נישט קיין טראפ שכל און קיין טראפ מענטשליכקייט.
יעצט בולי׳ט ער די גאנצע וועלט, אלע שכנים ארום אונז, קאנדא גרינלאנד, דענמארק, פונקט ווי יעדע דיקטעטאר, ס׳קען נישט זיין מעהר גרויליג ווי דעם. פונקט ווי אין זיינע קאסינאס, קודם האט ער געבוליט און גע׳רודפט אלע זיינע שכנים ארום אים, אריינגעגעבן נערישע קלאגעס און lawsuits קעגן אלע זיינע שכנים.
ער האט פארדינט די לעצטע יאהר איבער פיר ביליאן דאללער בשעת רוב מענטשען אין אמעריקע זענען געווארן ארימער און ארימער און מיליאנען מענטשען אראפגעווארפן פון גאווערמענט פראגראמען.
לויט די קלענסטע עסטימעט האט ער פארדינט איבער פיר ביליאן דאללער פון גניבות און גזילות, יעצט פרובירט ער צוכאפן עפעס אויל אין ווענזוועלע - עכ״פ ער רעדט זיך אזוי איין. קיין איין נארמאלע אמעריקאנע אויל קאמפעני, גייט במילא נישט אינוועסטירן אין א אומסטאבילער לאנד פון יאהרן לאנג… טראמפיסטן פרייען זיך אז ער האט עפעס געטוהן, וואס? ווען? גארנישט געטוהן פאר די עוורידזש אמעריקאנער! ער וואלט פארקויפט זיין מאמעס ברוסטען פאר כבוד און געלט…
א אומגעלונגער דיקטעטאר, sociopath, נארסיסט אן קיין שום מענטשליכקייט און אָן קיין שום נארמאלקייט!
ער איז דא פאר כאאס, און צו דיקטעטן יעדעם איינעם, און נוצן די פעדעראלע גאווערמענט, די מיליטער, די FBI, און אלע אנדערע דעפארטמענטס פאר זיין כבוד און זיך צו נוקם צוזיין אין זיינע פערזענליכע שונאים.
גרויליג!!!
ס׳גייט נאר ווערן ערגער!!!!
אבער נאכדעם גייען לכאורה די רעפובליקאנער שטארק פארלירן און די דעמאקראטן וועלן קאנטראלירן אלע ברענטשעס פון גאווערמענט, און צוביסלעך וועלן זיי צוריק מאכן אמעריקע פאר א נאראמרלע דעמאקרעסי. עכ״פ אזוי האף איך!