די סימיולעישאן ארגומענט און טעאלאגיע

מי אני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 16, 2024
מעסעדזשעס
227
רעאקציע ראטע
1,106
אין פיזיקס איז דא דעם געדאנק פון די קארדאשעוו סקעיל, וועלכע טוהט געבן א סארט מעסטונג אין ווי ווייט א וועלטליכע ציוויליזאציע איז עדווענסד געוואנדן אין זייער יכולת פון באקומען ענערגיע און דאס עפישינטלי נוצן. עס ווערט איינגעטיילט אין 3 ראנגען איינס העכער ווי דאס אנדערע, אבער קען ווערן עקסטענדעד אויף נאך ווייטער:

1). א ציוויליזאציע וואס קען האַרנעסן און נוצן דאס גאנצע ענערגיע וואס איר פלאנעט פארמאגט. דאס קומט אויס צו בערך 10¹⁶ וואַטס פון ענערגיע. (אונז זע׳מיר נאך נישט ביי דעם לעוועל. לויט וויפיל ענערגיע אונז קענען פראדוצירן זענען מיר יעצט ביי אביסל מער ווי 0.7 אויףדי סקעיל).

2). א ציוויליזאציע וואס קען האַרנעסן און נוצן דאס גאנצע ענערגיע פון איר פּלאנעטערי סיסטעם; איר שטערן אא״וו. דאס קומט אויס צו בערך 10²⁶ וואַטס פון ענערגיע.

3). א ציוויליזאציע וואס קען האַרנעסן און נוצן דאס גאנצע ענערגיע פון איר גאלאקסי. דאס קומט אויס צו בערך 10³⁶ וואַטס פון ענערגיע.

מ׳קען דאס דערנאך נעמען נאך ווייטער צו מער ווי איין גאלאקסי, צום גאנצן אוניווערס, ואפילו צו מער ווי איין אוניווערס [מאָלטיווערס].

ובזה איז דא די באקאנטע סימיולעישאן ארגומענט פון דר. ניק בּאסטראם. דאס זאגט אז די קאמפּלעקסיטי פון די יוּניווערס איז טאקע א געוואלדיגע געוואלדיגע ריזיגע ריזיגע נומער, אין טערמינען פון ‏אינפארמאציע בּיטס, אבער עס איז דאך עפעס א פיניט נומער. וא״כ איז יתכן אז אונזער גאנצע יקום איז בעצם א פּראָגרעם און סימיולעישאן אין עפעס א געוואלדיגע סוּפּערקאמפּיוטער וואס לויפט דאס פאר א העכערע ציוויליזאציע אויפ׳ן קאַרדאַשׁעוו סקעיל. ולא זו בלבד, נאר אט די העכערע ציוויליזאציע וכו׳ וואס לויפט די סימיולעישאן וואס איז אונזער יוניווערס און לעבן, ווערט אליינס אויך געלאפן אויף א שטערקערע סוּפּערקאמפּיוטער אלס א סימיולעישאן דורך א נאך העכערע ציוויליזאציע פון זיי. וכן הלאה והלאה (עכ״פ צוריקצווועגס, ואפילו פון אונז און ווייטער ווען אונז קומען אָן צו די טעכנאלאגישע מדריגה דאס צו טוהן ווייטער, ווי די דריטע הנחה נעמט אָן).ער טענה׳ט אז אדער איז איינע פון די דריי אמת:

1). די מענטשליכע-סארט ציוויליזאציעס וואס קומען צו צום מעגליכקייט צו קענען מאכן אזעלכע סימיולעישאנס (מיט קאַנשׁעסנעס) איז כמעט קיין איינס

2). די מענטשליכע-סארט ציוויליזאציעס וואס קומען צו צום מעגליכקייט צו קענען מאכן אזעלכע סימיולעישאנס (מיט קאַנשׁעסנעס) און זאלן זיין אינטרעסירט דאס צו מאכן איז כמעט קיין איינס

3). די מענטשליכע-סארט ציוויליזאציעס ווי אונזערס וואס לעבן אין אזא סארט סימיולעישאן איז כמעט אלע

ער זאגט אז אויב איז דאס ערשטע אמת באדייט דאס אז מענטשליכע-סארט ציוויליזאציעס גייען עקסטינקט; די גרעיט פילטער, וואס איז א טעארעטישער בּאַטעלנעק וואס מ'מוז דורכגיין, איז אינעם עתיד. אבער אויב זענען די ערשטע צווייטע הנחות נישט אמת, דאן איז בע״כ די דריטע הנחה אמת, ווייל דאס באדייט אז וויבאלד מ׳מאכט אזעלכע סארט סימיולעישאנס (פון פריערדיגע דורות וכדומה), זענען די ״מענטשן״ וואס זענען פּראָגרעמס/סימיולעיטעד פי כמה מער ווי די אין אַן ״עכטע/אריגינעלע״ פונדאמענטאלע רעאליטעט. אויב האלט מען נישט אזוי, דאן האלט מען בע״כ פון די ערשטע אדער צווייטע הנחה, און אז אדער אונז אליין וועלן נישט קענען אדער אז אונז וועלן עכ״פ נישט מאכן אין אונזער ווייטן עתיד, די סארט סימיולעישאנס. (און דאס קען זיין די סיבה פארוואס די וועלט און אירע פיזישע געזעצן ארבעטן עפ״י מאטעמאטיקס.)

דר. ראַבּערט לאָרענס קוּהן געבט צום סימיולעישאן היפאטעזיע 5 הנחות:

1). אנדערע אינטעליגענטע ציוויליזאציעס עקזיסטירן

2). זייערע טעכנאלאגיעס און טעכנאלאגישע מעגליכקייטן וואקסן עקספּאָנענשאלי

3). זיי גייען נישט עקסטינקט

4). עס איז נישטא קיין פיזישע אומעגליכקייט צו שאפן די סארט סימיולעישאנס

5). מ׳קען סימיולעיטען קאַנשׁעסנעס

דר. בּאסטראם שרייבט דארט אז עס האט השלכות און ענליכקייטן צו רעליגיעזע דאקטרינעס, ווי למשל אז אויב איז דאס טאקע אזוי, איז שייך א ‏סעקולארע סארט פון עוה״ב ותחיית המתים לאחר המות, וואו די טיפערע פּראגראמירעס, וועלכע זענען כלפי זייער פּראגרעם כל יכול/אַמניפּאָטענט ויודע הכל/אַמנישיענט, שטעלן אריין דעם פּראגרעם/מענטש זייערע וואס האט זיך ריכטיג אויפגעפירט אין א סימיולעיטעד תענוג (מאשין) אדער פּראָגרעמען אים צוריק לעבעדיג. ער זאגט ער אז ווען ער האט געזאגט די ארגומענט צו אַן אטעאיסט איז יענער געווארן אַן אגנאסטיק. דאס איז וויבאלד די סימיוּלעיטארס זענען טאקע אזוי ווי געטער (נישט ממש כמו בטעאיזם, אבער אזא סארט בחינה).

ועפי״ז שרייבט טאקע דר. עריק סטיינהאַרט (אַן אטעאיסט) אז דאס האט שטארקע טעאלאגישע השלכות. ער זאגט אז לייבניץ האט אויסגעשטעלט זיין קאסמאלאגישע ארגומענט פאר די עקזיסטענץ פון ג-ט, ענליך צו אבן סינא׳ס הוכחה. והיינו, אז אפילו טאמער זאגט מען אז עס איז יא שייך אַן אינפיניט טשעין פון פועל ונפעל, ווי איין סיבה איז פון איר פריערדיגע מסובב בב״ת און אָן דארפן צוקומען צו א סיבה ראשונה, איז דארף מען אבער געבן צו די גאנצע סעט פונעם אינפיניט טשעין א סיבה. און דאס איז וואס ער טערמינט ״ג-ט״. זאגט דערויף דר. סטיינהאַרט אז ביי די סימיולעישאן היפאטעזיע איז ענליך: אויב נעמט מען אָן אז אונז זענען בתוך א סימיולעישאן, איז נישטא קיין סיבה צו זאגן אז די דרויסענדיגע פּראגראמירערס אליינס זענען אליינס נישט אין א נאך העכערע סימיולעישאן. מאי שנא? זיי זענען אליינס אויך אין א נאך העכערע סימיולעישאן. און מ׳נעמט די ארגומענט ווייטער און ווייטער פאר נאך העכער און נאך העכער בב״ת. אבער וואס ״לויפט״ די גאנצע אינפיניט סעט פון סימיולעישאנס? דערויף מוז מען פאזיטירן אַן אנדערע סארט סוּפּערקאמפּיוטער וואס איז אליינס אינפיניט. אין אנדערע ווערטער, די גאנצע סעט פון סוּפּערקאמפּיוטערס טוהט קאנווערדזשן צו אַן אינפיניט סוּפּערקאמפּיוטער; אינפיניט סיי אין מעמארי און סיי אין שנעלקייט. און עס קומט אויס אז די טערמין ״ג-ט״ באדייט אט די (מאטעמאטישע) אינפיניט סעלף-פּראגרעמינג סוּפּערקאמפּיוטער; די מערסטע פּערפעקטע סוּפּערקאמפּיוטער. אין אנדערע ווערטער, פונקט אזוי ווי יעדעס סימיולעיטעד יוּניווערס איז די ״סאָפטוועיר״ צום ״האַרדוועיר״ פונעם העכערן סוּפּערקאמפּיוטער וואס סימיולעיט איר, איז ״ג-ט״ די ״האַרדוועיר״ פאר די גאנצע אינפיניט סעט פון פיניט סוּפּערקאמפּיוטערס וואס איז לגביו כ״סאָפטוועיר״. און ווי ער שרייבט:

Every finite computer in the series is both software and hardware. However, God is outside of this series. God is not software to any deeper hardware. God is pure hardware (which, for the simulationist, is perhaps analogous to saying that God is pure being). And since the physicality of every universe (and every computer in it) is derived from the fact that it is being simulated (that it is being produced by an algorithm), it seems reasonable to associate physicality with software. As a software process, every deeper more fundamental universe (and every computer in it) is more richly physical. However, since God is pure hardware, God is not physical. The reality of God is somehow deeper than any physicality. Thus, in accordance with classical theories of the divine nature, God would be a pure mind, a pure unity, whose self-directed thought processes generate all physical complexity.

If this picture is right, then God is something like the ground of being (Tillich, 1951). God supports an infinite hierarchy of simulators. Each simulator in this hierarchy produces the next shallower simulator. This picture of divine productivity does not have much in common with the picture of divine creativity painted by traditional theism. The Simulation Argument does not depict God as the traditional Judeo-Christian creator. On the contrary, this picture of divine productivity is quite similar to the picture painted by various versions of Neoplatonism. Generally speaking, Neoplatonism says that, God (the One) is the source of all reality. Reality is stratified into a hierarchy of levels of perfection (degrees of being). God emanates the entire series of degrees and each degree emanates the next degree in the series. The Simulation Argument supports this general Neoplatonic picture​

ער ברענגט דר. בּאסטראם׳ס געדאנק הנ״ל פון ״עוה״ב״ בזה נאך שטערקער, אין דעם אז זיי פּראגראמירן דעם גוטן מענטש נאך מער צו אנערקענען זייער אייגענע רעאליטעט, די טיפערע רעאליטעט, פון די פּראגראמירערס ממש. און דאס קען אויך גיין ווייטער און ווייטער, ווי די העכערע ציוויליזאציעס פּראגראמירן אים אריין אין צו זייערס אויב פירט ער זיך דארט עטיש וכו׳, ווי דאדורך קומט ער דאך אלס נענטער צום אינפיניט קאנווערדזשענס וואס דאס איז דאך ״ג-ט״ כנ״ל.עס איז מן הראוי צוצוצייכענען אז דר. דזשעף גראָפּ טענה׳ט אז די סימיולעישאן ארגומענט באגייט א רעאיפיקעישאן פאָלאָסי: עס מאכט די אבּסטראקט מושגים פון היפּאטעטישע העכערע ציוויליזאציעס אינדרויסן פונעם סימיולעישאן, ווי עכטע ענטיטיס ווי אויף/אין אונזער מין. אויב אונזער רעאליטעט איז, זייענדיג סימיולעיטעד, נאמאלאגיש/מיינד-דעפּענדענט לגמרי, ווי קען מען דערפון ברענגען מסקנות צו עפעס (מער) ״עכט״, וואס אונז רעכענען אזוי ווי אונז במין נאר חלוק במדריגה, צו אינדרויסן דערפון? (ער זאגט אז די באקאנטע ספק פון דעקארט צי ער בכלל עקזיסטירט און אפשר איז עס גאר א שד וכדומה וואס מאכט זיך אים דאס אלעס דאכטן וכו׳, וואס איז ענליך צו די סימיולעישאן היפאטעזיע, ליידט אויך פון דעם שטרויכלונג.) וכמובן איז דאך דאס די ערשטע פראבלעם מיט הגשמת המושג של ״א-ל״; וידוע וואס עקזענאפעניס האט געזאגט אז ווען פערדן קענען ווען מאָלן וכו׳, וואלטן זיי געמאָלן און זיך פארגעשטעלט (די אבסטראקט מושג פון) גאט ווי א פערד מיט די מעלות דערפון. דאס גייט אין איינקלאנג מיט אט די לאגישע טעות און שטרויכלונג.

די פיזיקער דר. דזשעימס געיטס און דר. זאָרע דאַוואדי זאגן אז בעצם איז שייך צו אויפווייזן אז אונז זענען אין א סימיולעישאן. דאס איז ווייל אויב איז די יקום א סימיולעישאן און לויפט אויף א קאמפּיוטער, וועט עס זיך מוזן פארלאזן אויף פיניט קאמפּיוטעשאן בּיטס וכנ״ל, איז די סימיולעיטעד וועלט מיוסד אויף א פיניט סעט פון פונקטן בתוך א פיניט מקום. אויב ווייזט מען אויף אז אונזער וועלט איז יא גענצליך קאנטיניואס און נישט מיוסד אויף דיסקריט פונקטן, דאן איז דאס דאך נישט סימיולעיטעד. אבער ווי דר. דוד טשאמערס ברענגט דארט ארויס, איז אויפווייזן אז אונז זענען אין אַן ״עכטע״ וועלט פי כמה שווערער ווי דעם, ווייל די הוכחה אז אונז זענען אין אַן ״עכטע״ וועלט קען אליינס זיין א פּראגראמירטער פארבלענדעניש. ‏

דער פיזיקער דר. מאַרסעלאָ גלייסער שרייבט אז מ׳האט נישט צו ליגן אין די חקירה, וויבאלד דאס נעמט דאך אָן אז קיינער (חוץ ״ג-ט״ כנ״ל) האט נישט קיין בחירה (ואפילו די העכערע פּראגראמירערס, וועלכע זענען דאך אליינס אויך פּראגראמירט כנ״ל), און דאס נעמט אוועק די אחריות פון מענטשן צו ארבעטן אויף מאכן בעסער. דאס איז ענליך צו דר. שאול סמילנסקי׳ס טענה פארוואס מ׳דארף אָנהאלטן בחירה חופשית אלס אַן אמונה הכרחית.

ראה זה מצאתי אמרה קהלת אחת לאחת למצא חשבון וגו׳ אשר עשה האלקים את האדם ישר והמה בקשו חשבנות רבים (קהלת ז כז-כט). והיינו, אז ״ג-ט״ איז דער סוּפּערקאמפּיוטער, ״המחשב״, אינדרויסן פונעם אינפיניט טשעין פון סוּפּערקאמפּיוטערס ו״מחשבים״ וואס זענען גורם דעם טשעין פון סימיולעישאנס אחת בתוך אחת.
 
דר. ריטשערד קעריער פרעגט אויף נאָזיק׳ס תענוג/עקספּיריענס מאשין געדאנק, אז עס איז זיך בעצם סותר. מיינענדיג, כדי עס זאל געבן די גענויע תענוג עקספּיריענסעס וואס מ׳פארשטייט אלס ״תענוג״, מוז זיין אז מ׳ווייסט נישט אז מ׳איז בשעת מעשה אינעם מאשין און אז דאס איז ״פאלש״. אין אנדערע ווערטער, בעצם איז אונזער מח ונפש שוין יעצט אַן ״עקספּיריענס מאשין״, אין דעם אז עס טייטשט אויס דורך פּראַסעסן און פּערסיִוון פענאַמענאַ פון די פיזישע וועלט אין צו קוואַליאַ. וממילא ווערט פשוט די שאלה צי מ׳וואלט אויפגעטוישט אונזער עקזיסטענץ פאר א בעסערע. און דאס איז דאך בלתי ספק אז יא.

ער ברענגט אויך ארויס די פראבלעם פון צוצוקומען צו אזעלכע סארט סימיולעישאן פּראגראמען, זייענדיג אז עס זענען די רייכע וועלכע וועלן דאס האבן ערשט, און אויסשטעלן די פּאַראַמעטערן דערפון.

ער ברענגט אויך ארויס אז די סימיולעישאן ארגומענט איז טאקע א סעקולארע פארעם פון טעאיזם. ועפי״ז דארף מען פּאזיטירן א נאך מער קאמפּלעקס וועלט ווי אונזערס אין וועלכעס די סימיולעיטארס לעבן, וואס דאס ברענגט אראפ די פּראַבּעבּיליטי אז דאס איז אמת. ובכלל איז עס נישט עטיש אויסגעהאלטן צו מאכן די סימיולעישאנס ליידן, און עס ברענגט דאך זיי נישט קיין מדע און נוצן. (ענליך קען מען טענה׳ן לגבי ג-ט׳ס באשאפונג פון דאס וועלט בכלל, עכ״פ אָן די פּרינציפּ פון פּלעניטוּד.)
 
לעצט רעדאגירט:
לגבי די קאַרדאַשׁעוו סקעיל און דאס אז, ווי דר מיכאל שערמער ברענגט ארויס, אונז וואלטן באטראכט א טייפּ 3 ציוויליזאציע און העכער ווי געטער, שרייבט דר. דוד סקיבּינסקי אז טאמער איז די מולטיווערס היפּאטעזיע ריכטיג, אז עס זענען פארהאן אומצאליגע יוניווערסעס (מיט די זעלבע, צי מעגליכע אנדערע, פיזישע געזעצן), דאן איז אזא סארט ענטיטי און גאר העכערע ציוויליזאציע (וועלכע האט מעגליך געמערדזשד אין צו איין קאַנשעסנעס), וואס אונז פארשטייען מיר און קענען נאר משיג זיין אלס "ג-ט" און וואס קען פועל זיין על עולמות, בהכרח אפירגעקומען נאטורליך (וידוע מאמרו של ארטור קלאַרק). ער שרייבט:
The requirements of God in theism are extremely substantial and demanding. For example, the Wikipedia article on the attributes of God in Christianity lists twenty-eight attributes, including omnipotence and omniscience. These attributes and their importance have been the subject of theological and philosophical debate over millennia. Many religions also demand features such as heaven, souls and miracles. In attempting to associate these attributes and features to a naturally emerging God, appeal could again be made to the idea that it is not possible to predict the scientific knowledge of the future. Thus, in the future it might be possible for the descendants of humans to understand scientifically how these attributes and features could be realized by natural processes. For example, perhaps our stream of consciousness with associated memories could be preserved disembodied in a way that we now cannot imagine through current science. Other civilizations elsewhere in our Universe or in other universes may already possess such knowledge. One version of the Kardashev scale involves an extension of the ability to control smaller and smaller entities down to elementary particles, and then to create organized complexity from them (Barrow 1998). Exploitation of this knowledge could perhaps render naturally what are called miracles, through transformation or creation of matter. Some of the attributes seem compatible with a naturally emerging God without the need to appeal to as yet unknown scientific forces​
ער שרייבט אז ס'נישט מוכרח אז ס'דא א נפק"מ לגבי דת ורעליגיע, צי "ג-ט" איז למעלה מהטבע לגמרי אדער איז נאטורליך ארויסגעוואקסן על הדרך שזכר; די אי-השגה איז דארט אויך פארהאן (הגם אפשר נישט ממש מעטאפיזיש כמו בהרמב"ם). ווי אויך קען מען זאגן אז ביידע זענען אמת: עס איז דא א "ג-ט" למעלה מן הטבע וואס ער/דאס איז מחוייב המציאות און איז איר גרונט. דערנאך זענען/איז דא די נאטורליכע גאט/געטער על דרך נאטורליך פון די הויכע סקעילס אויפ'ן קאַרדאַשׁעוו סקעיל וכנ"ל. ובזה אפשר לפרש הפסוק (שמות טו יא) מי כמוך באלים ה'. והיינו, אז שם הוי' ב"ה, וועלכע איז מורה על מחוייב המציאות וכדכתב הרמב"ם במו"נ ח"א פס"א, דאס איז למעלה משאר ה"אלים" הטבעיים עפ"י הקאַרדאַשׁעוו סקעיל הנ"ל. (וזהו נמי הרמז בהפסוק בתהלים כט א, הבו לה' בני אלים (וע"ש באבן עזרא דפירש ד"אלים" קאי על הכוכבים ע"ש), וג"כ לקמן במזמור פו ח אין כמוך באלהים ה' (ועיין ברד"ק שם שפירש ד"אלהים" קאי על השמש והירח ע"ש, ועיין במלבי"ם שם).)

(עס איז גראדע מערקווידיג ווי דר. ריטשערד קעריער טענה׳ט ענליך, אז ברבות אַן אבּנארמאלע משך פון זמן, וועט אפירקומען מערערע נאטורליכע געטער, פונקט אזוי ווי א בּאָלטצמאן מח; וואס ער טערמינט א ״בּאָלטצמאן גאט״.)

דאס קען אפשר ליגן אין דעם וואס די חולקים על הרמב"ם האלטן אז כישוף איז יא אמת (עיין ברמב"ן בדברים חי י ובהגר"א ביו"ד סימן קעט ס"ק יג). והיינו, אז עס זענען טאקע דא אזעלכע עדווענסד טעכנאלאגיע. ואגב, לגבי די געדאנק פון קלאַרק'ס געזעץ אז מ'קען נישט זעהן א חילוק צווישן עדווענסד טעכנאלאגיע און כישוף, דערמאנט דאס אביסל פונעם נועם אלימלך בפ' וארא עה"פ תנו לכם אות או מופת, אז כישוף איז נישט קיין מופת פאר'ן מכשף אליינס, וועלכע ווייסט וואס דאס איז ע"ש. און דאס איז די געדאנק פון דעם אז ס'איז בעצם טעכנאלאגיע, און דער וואס מאכט דאס ווייסט וויאזוי און פארוואס דאס ארבעט.

דאס אלעס גייט אביסל אין איינקלאנג מיט די פּלעניטעריאום היפּאטעזיע, וועלכע קלערט אז אונז זענען א טאקע אין א סארט סימיולעישאן געשאפן דורך א טייפּ 3 ציוויליזאציע, אזוי אז זיי מאניפּיולירן (עכ"פ) דאס וואס אונז זעהן אין די רוימן. דאס איז א מעגליכע תירוץ צום פערמי פּאראדאקס, אז טאמער איז די יוניווערס אזוי אומגעהויער גרויס, איז דאך יתכן אז עס זאלן זיין אנדערע לעבנס אין די רוימן, איז אלזא פארוואס זעהט מען גארנישט אזוי?

ועוד יותר, אז ווי צוגעברענגט דא, קען דאס'ן האלטן אז אונז זענען באמת אין א סימיולעישאן פון א העכערע טעכנאלאגישע ציוויליזאציע, ראטעווען דעם מאמין פונעם פראבלעם פון שלעכטס אז "וויאזוי האט א גוטער אלמעכטיגער ג-ט געקענט באשאפען א וועלט פון אזויפיל צער ועגמת נפש?" ווארום טאמער זענען אונז אין א סימיולעישאן, איז יתכן אז אין די "עכטע" וועלט איז באמת נישטא קיין שום רעות. אלע רעות, ואפילו די פון נאטור, וואס אונז זעה'מיר אין אונזער וועלט וואס איז דאך א סימיולעישאן, איז די שולד פון די פּראגראמירער, וועלכע זענען אויך בעצם ברואים, און עס איז מחמת בחירתם החופשית אינעם דאס פּראָגרעמען אזוי.

און אז ער האט דערמאנט דר. דזשאן בּערוי'ס ווערסיע פונעם קאַרדאַשׁעוו סקעיל, האב איך געקלערט אז מ'קען דערין זאגן א רמז. והיינו, די קאַרדאַשׁעוו סקעילבעצם ארבעט עפ"י ענערגיע במקום וואו עס ווערט גרעסער: די פּלאנעט, דערנאך די שטערן סיסטעם, דערנאך די גאלאקסי סיסטעם אא"וו. דר. בּערוי שטעלט דאס בעצם אויס צוריקצווועגס און אסאך מער דירעקט מקושר צו מקום, כזה:

טייפּ 1 (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען מאניפּיולירן וואס מ'קען זעהן בחוש: כלים, געביידעס און צאמשטעלן/אפטיילן סאלידס

טייפּ 2 (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען מאניפּיולירן דזשיִנס און צעלן; דאס וואס שטעלט צאם לעבן

טייפּ 3 (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען מאניפּיולירן מאלעקיולס וועלכע זענען צאמגעשטעלט פון אטאמען, און מאכן נייע מינים וכו'

טייפּ 4 (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען מאניפּיולירן און טוישן אטאמען ממש (און דאדורך שאפן גאר קליינע AI און ראבּאטן)

טייפּ 5 (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען שוין מאניפּיולירן די נוקלעאוס בתוך די אטאם; די פּראָטאַנס און נוּטראַנס בתוכה

טייפּ 6 (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען שוין מאניפּיולירן די קוואנטום סאָבּאטאמישע פּארטיקלס פון וועלכע די פּראָטאַנס און נוּטראַנס זענען אליינס צאמגעשטעלט

טייפּ אָמעגאַ (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען שוין אפילו מאניפּיולירן די עצם יסוד און פיעלדס פון זמן ומקום ממש

עס קומט אויס דערפון אז טאמער באטראכט מען טאקע דעם געדאנק פון א הויכע קאַרדאַשׁעוו סקעיל ציוויליזאציע ווי "ג-ט", איז דאך דאס מקושר בענין "מקומו" של עולם.

*

און אז מ'רעדט פונעם סימיולעישאן ארגומענט און אירע טעאלאגישע השלכות, איז דר. דייען פּראַוּדפוט מסכם דר. עריק סטיינהאַרט׳ס (אויסגעברייטערטע) טעזעבזה:
Steinhart takes the simulation hypothesis (our universe is ‘a software process’) and the iterated simulation hypothesis (‘we are living at the bottom of an infinitely high stack of computer-generated universes’) very seriously. The first hypothesis allows that ‘uploaded people’ may ‘own earthly property’ or ‘be married to earthly people’; the second hypothesis allows that human beings themselves are just increasingly intelligent software and that every human life is the root of ‘an endlessly ramified tree of better lives’ including ‘many infinitely long spans of lives, across many universes’. Gods, in Steinhart’s account, are living computing machines. The most primitive digital god, Alpha, is ‘the first cause of all things’, ‘the ultimate necessary being’, and the ‘root of the Great Tree’ of successively smarter gods. The gods evolve according to the ‘Divine Algorithm’ and each successive god ‘inherits’ a ‘cosmic script’ which it uses to make a better virtual universe​
אין קורצן, עס איז א מהלך פון צאמשטעלן דאס געדאנק פון ״ג-ט״ וכל המסתעף ממנה, מיט אפילו א ריינע מאניסטיק מאטעריאליזם/פיזיקעליזם/נאטורעליזם - וואס ער טערמינט "דידזשיטעליזם" (וואו נשמות זענען פּראגרעמס אא"וו).

דר. סטיינהארט שרייבט אין דעם לגבי נאך א דרך אין "ג-ט" לפי"ז:
According to the classical cosmological and design arguments, God is the creator-designer of our universe. One popular atheistic response to those arguments is simply to assert that if God created our universe, then there is some prior deity who created God. The result is an endless regress of ever greater deities. This regress of deities resembles the regress of engineers in the iterated simulation hypothesis. One problem with this regression is that it has no initial premise - no foundational deity whose necessity transmits existence further down the chain to our universe. Another problem is that earlier deities are more divine than later deities; hence the explanatory burden increases without bound in the regression. The regression of ever greater deities has no explanatory power

Digitalists solve the problems with this endless regress by inverting it: each previous deity is less divine than the next deity. Hence the digitized cosmological and design arguments reason back to an initial deity. This initial deity is the least divine deity - it has minimal degrees of goodness, intelligence, and power. Digitalists argue that intelligent computers have a natural tendency to recursive self-improvement. An intelligent computer can re-write its own code to make itself better. And, when it makes itself better, it also makes itself better at making itself better. Digitalists think of deities as universe-generating computers - these deities are really just digital gods. Digital gods are recursively self-improving. Every god can design and create a more divine version of itself. And since self-improvement is morally obligatory, every god wants to design and create a more divine version of itself. Hence every god does design and create a more divine version of itself. Every god makes itself more divine in all possible ways. All increases in divinity, for the sake of continuity, are minimal. A minimal increase in divinity is an improvement

Although the initial digital god has little divinity, it has enough to create all possible improved versions of itself. For every digital god, for every way it can create an improved version of itself, it does create an improved version of itself. Every god is surpassed by a plurality of successor gods. Hence there is an endlessly ramified tree of ever more divine gods. One of these successor gods supports our universe; but our local god is merely finitely perfect and is surpassed by many more divine gods. The tree of digital gods runs into the transfinite. For every endless progression of gods, for every way that progression can produce a limit god that is minimally more divine than every god in that series, that progression does produce a limit god. Every progression of gods is surpassed by a plurality of limit gods. Hence there are infinitely divine digital gods. As Cantor showed, there are higher and higher grades of transfinite complexity. But there is no highest grade of transfinite complexity. There is no biggest number and there is no all-inclusive set. Analogously, there are higher and higher grades of transfinitely divine digital gods. But there is no maximal digital god - there is no God. The tree of digital gods is an atheistic structure. It does not rise towards any sun; it rises only into greater light

Every digital god supports a universe. Universes are to gods as software to hardware. Thus every universe is a software process running on some god. All digital gods are impersonal machines that ground but do not penetrate their universes. The tree of gods supports an endlessly ramified tree of universes. The epic of physics describes the structure of the tree of universes. At the most abstract level, this epic has three rules. The initial rule says there is an initial universe supported by the initial god. The successor rule for universes is supported by the successor rule for gods. More divine gods support better universes. Thus the successor rule says that for every universe, for every way to improve that universe, there is a universe that is improved in that way. The limit rule for universes is supported by the limit rule for gods. More divine limit gods support better limit universes. Thus the limit rule says that for every endless series of ever better universes, for every way to improve that entire series, there exists a limit universe that is better than the series in that way. Techniques from set theory can be used to precisely assign ordinal numbers to the ranks of universes generated by these rules​
(עס דערמאנט א משהו פון דר. ליִ סמאָלין'ס געדאנק פון קאסמאלאגישע נאטורליכע סעלעקשׁאָן. ווי אויך איז דאס בכלל א שטערקערע געדאנק אין אפענע טעאיזם. ווי אויך רירט דאס אָן אויף די געדאנק פון התפתחות אלס ״משיח ואחרית הימים״ על הכלל כולו.)

אין קורצן, אַן אינטרעסאנטע סארט פּאליטעאיסטישע אטעאיזם...

ועפי״ז שרייבט דר. פּראַוּדפוט:
Steinhart has distinctive reasons for predicting universal salvation. These include the Argument for Virtuous Engineers, which aims to demonstrate that designers of universes possess ‘superhuman benevolence’ and will build terraria to be ‘heavens rather than hells’. According to Steinhart, building such sophisticated technologies requires ‘long-term stability and rational purposiveness’, and this in turn requires ‘social harmony’, which also requires ‘virtuous individuals virtuously organized’. He concludes that such designers are ‘virtuous persons in a virtuous society’ and as such ‘will design habitats for the flourishing of other persons’. However, this argument could not work in the case of the digital gods, since in Steinhart’s account there is no society of gods: each god is alone and each universe is ‘spatially, temporally, and causally isolated’ from the others. This feature also undermines Steinhart’s claim (if referring to the gods) that the designers of universes might save humans in order to avoid punishment from ‘even higher-level’ designers if they failed to do so​
דר. אַיקוט אַלפּערט יִלמאַז ברענגט ארויס אז די סימיולעישאן ארגומענט (אדער די מאָלטיווערס היפּאטעזיע) זענען נישט קיין סתירה מיט טעאיזם, און באדייט נישטאז דאס לעבן איז מיינונגלאז. ער ברענגט ארויס אז די געדאנק פון סימיולעישאנס בתוך סימיולעישאנס, קען זיין ענליך צו וויאזוי מ׳באטראכט די מציאות וואס איז נובע פון ג-ט והאחד הפשוט און איז זיך מתרבה. ועיין לדוגמא בעיקרים (מאמר ב פי״א) - מ׳קען באטראכטן ״ג-ט״ ווי די ״אָנסימיולעיטעד סימיולעיטאר״ און די שורש און גרונט וכעין דברי דר. סטיינהארט. וכמובן אז דאס אלעס דערמאנט פון אפלטון׳ס משל פון די מערה.

און ווי דר. יִלמאַז ענדיגט צו:
Given the fact that we do not possess any knowledge of the purpose and nature of divine creation, it is difficult to dismiss the possibility that our universe is a sim universe. Anyone who says “we can’t know what God’s purposes are in creation” can’t very well object to the idea that God created us by means of creating others who simulated us​
וידוע המו״נ בח״ג פי״ג. ער זאגט אז דאס איז ענליך צום פּאַראַדיים שיפט דורך קאָפּערניקוס אז אונז זענען נישט די סענטער פונעם בריאה. ווי מ׳ווייסט כהיום, איז דאס ל״ד א סתירה מיט טעאיזם. וכן הוא הכא.

אגב, דר. דזשעפרי ווייט פרעגט אויפ'ן סימיולעישאן ארגומענט דאס זעלבע/ענליכע קשיא וואס דר. הילערי פּוטנעם האט געפרעגט אויף די טעזע אז דער מענטש קלערט אז ער איז באמת א מח אין א גלאז: איז דען נישט מסתבר אז אויב שטעלט מען מענטשן אריין אין א סימיולעישאן, אז מ'זאל דאס אזוי פּראגראמירן אז זיי זאלן נישט קענען קלערן אז זיי זענען אין א סימיולעישאן? ווי אויך קען מען בכלל נישט רעדן לפי"ז פון "נישט"-סימיולעיטעד ברואים ומציאות, זייענדיג אז אונזער גאנצע השגה איז דאך לפי"ז נאר מוגבל צו אונזער סימיולעיטעד מציאות.
 
לעצט רעדאגירט:
דער קאמפּיוטער סייענטיסט דר. יונתן גאָראַרד האט אויפגעוואוזן וואס ער טערמינט דעם ״סלוֺידאַוּן טעארעם״. דאס געבט א לכל הפחות צו די קאַמפּיוטעישאנעל קאַמפּלעקסיטי פון פיזיקס, ווי אויך לויטעט דאס אז מ׳קען נישט אויס׳חשבונ׳ען און פאראויסזאגן א סיסטעם אין ווייניגער קאמפּיוטעישאנעל סטעפּס ווי די סיסטעם אליינס טוהט עוואַלוון און ארבעטן ביי. ער שרייבט אז לפי״ז באדייט דאס אז טאמער איז אונזער וועלט א קאמפּיוטער סימיולעישאן פון א ״דרויסענדע״ מציאות, מוז דאס זיין אַן אינעפישענט און שלעכטע סימיולעישאן דערפון.
 
Back
Top