- זיך איינגעשריבן
- מאי 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,235
- רעאקציע ראטע
- 11,419
- פונקטן
- 1,943
@איש מבקש

הצלחה רבה!!! פליז נעם זיך נישט צו ערענסט, טוה מיט ליבשאפט און רצון אבער אהן אראפקלאפן די אומפערפעקט חלקים!
פון מיין עקספיריענס - כ'האב קיין שום אמתע אינערליכע בענעפיט באקומען פון זיך רעגן אויף מיינע שוואכקייטן!
יהי רצון זאלסט זוכה זיין צו אנערקענען דעם ריינעם אמת וואס ליגט אונטערן איש מבקש, מיט וואטעווער דו זעהסט אלץ עקטן.
דיינע ווערטער ברענגן ארויף א געפיהל וואס הלוואי זענען אונז אלע זוכה זיך צו לאזן דערפון.
די מדרש זאגט ווען ראובן וואלט געוויסט אז די פסוק וועט זאגן אז ער האט אינזינען געהאט למען השיבו אל אביו וואלט ער אהיים געטראגן יוסף אויף זיין אקסל.
אונז זענען קאמפלעצירט, די עגא וויל סעיפטי און מאכט חשבונות פאר אונזער בענעפיט. אבער די נקודה פנימי האט זיך איר אמתער תשוקה למען השיבו אל אביו.
אנשטאט פון פארלוירן ווערן פון די נגיעות וואס מ'זעהט, אדער אפי' פראבירן זיך צו שלאגן מיט אונזער מענטשליכע חלקים, מעגן אונז אויך זעהן דעם נקודה טובה פנימי וואס מיינט איין זאך "למען השיבו אל אביו".
מענטשן גייען אדורך יארן אויף יארן וואס זיי גלייבן נישט אין דעם נקודה פנימי וואס מיינט באמת ריין גוטס. ווען דו שטייסט פאר לעבן און טויט אנערקענסטו אז דאס איז געווען די סיבה פון יעדע אטעם אין לעבן.
הלוואי זענען אונז זוכה צו גלייבן אין אונזער גוטס נאך אזוי פיהל ווי אונז ערלויבן זיך צו גלייבן אין אונזער עגא.
אונז קענען טון גוטס מיט אונזער נגיעות ופניות אריינגעמישט, אזוי קומט עס, שלימות איז נישטא, אבער גוטס איז דא אזוי פיהל!
באשעפער העלף אונז אלע מיר זאלן טון וואס מיר ווילן באמת!