די טאג בוך פון א מבקש

@איש מבקש
❤️❤️❤️

הצלחה רבה!!! פליז נעם זיך נישט צו ערענסט, טוה מיט ליבשאפט און רצון אבער אהן אראפקלאפן די אומפערפעקט חלקים!
פון מיין עקספיריענס - כ'האב קיין שום אמתע אינערליכע בענעפיט באקומען פון זיך רעגן אויף מיינע שוואכקייטן!

יהי רצון זאלסט זוכה זיין צו אנערקענען דעם ריינעם אמת וואס ליגט אונטערן איש מבקש, מיט וואטעווער דו זעהסט אלץ עקטן.

דיינע ווערטער ברענגן ארויף א געפיהל וואס הלוואי זענען אונז אלע זוכה זיך צו לאזן דערפון.

די מדרש זאגט ווען ראובן וואלט געוויסט אז די פסוק וועט זאגן אז ער האט אינזינען געהאט למען השיבו אל אביו וואלט ער אהיים געטראגן יוסף אויף זיין אקסל.

אונז זענען קאמפלעצירט, די עגא וויל סעיפטי און מאכט חשבונות פאר אונזער בענעפיט. אבער די נקודה פנימי האט זיך איר אמתער תשוקה למען השיבו אל אביו.

אנשטאט פון פארלוירן ווערן פון די נגיעות וואס מ'זעהט, אדער אפי' פראבירן זיך צו שלאגן מיט אונזער מענטשליכע חלקים, מעגן אונז אויך זעהן דעם נקודה טובה פנימי וואס מיינט איין זאך "למען השיבו אל אביו".

מענטשן גייען אדורך יארן אויף יארן וואס זיי גלייבן נישט אין דעם נקודה פנימי וואס מיינט באמת ריין גוטס. ווען דו שטייסט פאר לעבן און טויט אנערקענסטו אז דאס איז געווען די סיבה פון יעדע אטעם אין לעבן.

הלוואי זענען אונז זוכה צו גלייבן אין אונזער גוטס נאך אזוי פיהל ווי אונז ערלויבן זיך צו גלייבן אין אונזער עגא.

אונז קענען טון גוטס מיט אונזער נגיעות ופניות אריינגעמישט, אזוי קומט עס, שלימות איז נישטא, אבער גוטס איז דא אזוי פיהל!

באשעפער העלף אונז אלע מיר זאלן טון וואס מיר ווילן באמת!
 
מן יימר אז דאס איז נישט די עכטע איש מבקש פארוואס טראכסטו אז דאס איז די עקטאר אונטער עים אפשר איז פונקט פארקערט
יהי רצון זאלסט זוכה זיין צו אנערקענען דעם ריינעם אמת וואס ליגט אונטערן איש מבקש, מיט וואטעווער דו זעהסט אלץ עקטן.
ערשטענס, 🩷

צווייטענס, איך מיין מ'האט מיר נישט גוט פארשטאנען, איש מבקש איז נישט די אקטאר, איש מבקש איז אמת'דיג, (עכ"פ 90%).

מיין אישו איז מיט מיין נאמען וואס איך האב באקומען ביים ברית, ער איז די אקטאר, ער עקט שוין פאר יארן, איך קען ווען מאפן די פלאר מיט די אינטערן אקטאר'ס אדער אפילו מיט בראס וויליס.

ס'האט מיר פשוט געהיט די פאקט אז ענק דא אויף קרעמל קענען מיר סאך בעסער ווי די נאנסטע מענטש אין מיין לעבן, סא איך שפיר ווי איך קען דערווייל נישט שרייבן אזוי וואנרעבאל ווי אמאל, עט ליעסט וויל איך קודם זיין קאמפליטילי אפן מיט די מענטש מיט וועם איך לעב אין איין הויז, ביפאר איך עפן מיר צירוק אויף מיט מענטשן וועם איך קען נישט.
 
השתא דאתית להכי, ווי מער איך טראכט אריין, פיל איך ווי א נייע ניק וואלט קלאר אריינגעקומען, איך ווייס איך בין אמאל געווען דערקעגן, ווייל וואס זוכסטו צו באהאלטן?

אבער יעצט פארשטיי איך עס יא, ווייל למעשה האב איך צוויי ניקים און מיר,

איך האב די איש מבקש ניק, פשוט און גראד, איך בין נישט ציפרידן פון מיין מצב, איך האב נישט דערווייל קיין אמתדיגע שמחת החיים, איך לעב א דאפלט לעבן, און אי"ה בקרוב וועל איך אויפגעראכטן ווערן.

און נאכדעם האב איך די אנדערע ניק אין מיר, וואס מיינע חברים אין שול און מיין ווייב קענען, די אקטאר זייט, די אלעס איז גוט זייט, די היט און רעקל זייט.

סא ווייניגער ווי מיינע חברים און שול זענען ענק זיכער נישט, און איך קען נישט פליצלינג אויפהערן שרייבן, ס'איז טארטשער, טראכט איך צו עפענען א ניק וואס גייט רעפעזענטן די אנדערע האלב פון מיר, די וואס מיינע חברים און שול קענען.
 
סארי חברא פארן משוגא מאכן..

איך האב שוין א נייע ניק איך קען מיר אבער נישט זעהן שרייבן דערמיט, איך פיל ווי לבן די פאפער.

איך גיי ווייטער שרייבן געהעריג מיט מיין יעצטיגע ניק, ס'גארנישט, ס'געווען א שטיקל פריצייטיגע מיד לייוו קרייסיס פאריגע וואך ווען איך האב געזען אז איך בין איין אינטער ביי די "מערסטע מעסעדזשעס",

אבער וואס? זאל איך מיר שעמען דערמיט? ס'דא מענטשן וואס פלאפענען אין שול אדער אויף די פאון, איך פלאפע דא, סא מי!

און די קאמפלימענטס און ווארימע ווערטער האבן פארשטייט זיך אויך אסאך אויסגעמאכט, סא א אמת'ע דאנק פאר יעדען וואס האט גענומען די מי צו שרייבן א גוט ווארט, איך פארשטייי שוין די מענטשן וואס פעיקן זייער טויט צו הערן וואס מענטשן האלטן אויף זיי..

עפעס א טויש דארף איך מאכן, האמיר געטוישט דעם איש מבקש צי איינער וואס איז מער אפטעמיסטיש פאר די עתיד.

לאמיר צירוק אריינטאנצן!
 
(אפשר וועלן דיינע הענט וואס בעטן ווערן אראפ געלייגט און עס וועט זיך אנטפלעקן דער ריכטיגער צורה)
@איש מבקש כ‘האב הנאה אז די האסט זיך אנטפלעקט דאס פנים! פון דעם ריכטיגן איש מבקש, די עכטע ווערסיע, ס‘האט זיך אנטפעקט א פרייליכע דערהויבענע דמות פון א איד,
וואס איז טאקע נאך א מבקש אבער פארט מיט דעם וישישו בשמחה,
מיט אן התגלות, מיט א אויפגעהויבענעם קאפ, מיט אן אפטעמיסטישקייט! כה לחי! ברודער לך אכול בשמחה כי כבר רצה... כה יתן וכה יוסף עוד רבות בשנים,
#מבקש 2.0
 
סארי חברא פארן משוגא מאכן..

איך האב שוין א נייע ניק איך קען מיר אבער נישט זעהן שרייבן דערמיט, איך פיל ווי לבן די פאפער.

איך גיי ווייטער שרייבן געהעריג מיט מיין יעצטיגע ניק, ס'גארנישט, ס'געווען א שטיקל פריצייטיגע מיד לייוו קרייסיס פאריגע וואך ווען איך האב געזען אז איך בין איין אינטער ביי די "מערסטע מעסעדזשעס",

אבער וואס? זאל איך מיר שעמען דערמיט? ס'דא מענטשן וואס פלאפענען אין שול אדער אויף די פאון, איך פלאפע דא, סא מי!

און די קאמפלימענטס און ווארימע ווערטער האבן פארשטייט זיך אויך אסאך אויסגעמאכט, סא א אמת'ע דאנק פאר יעדען וואס האט גענומען די מי צו שרייבן א גוט ווארט, איך פארשטייי שוין די מענטשן וואס פעיקן זייער טויט צו הערן וואס מענטשן האלטן אויף זיי..

עפעס א טויש דארף איך מאכן, האמיר געטוישט דעם איש מבקש צי איינער וואס איז מער אפטעמיסטיש פאר די עתיד.

לאמיר צירוק אריינטאנצן!
האסט אפשר געטרינקען טיי?🤣
 
@איש מבקש כ‘האב הנאה אז די האסט זיך אנטפלעקט דאס פנים! פון דעם ריכטיגן איש מבקש, די עכטע ווערסיע, ס‘האט זיך אנטפעקט א פרייליכע דערהויבענע דמות פון א איד,
וואס איז טאקע נאך א מבקש אבער פארט מיט דעם וישישו בשמחה,
מיט אן התגלות, מיט א אויפגעהויבענעם קאפ, מיט אן אפטעמיסטישקייט! כה לחי! ברודער לך אכול בשמחה כי כבר רצה... כה יתן וכה יוסף עוד רבות בשנים,
#מבקש 2.0
איך האב דיר טאקע פארגעסן צו געבן קרעדיט, איך האב געוויסט איינער האט מיר עס אריינגעלייגט אין קאפ איך האב נישט געדענקט ווער.
 
בין איך געזעצן דעם שבת ביי א שמחה אין די משפחה, און איינע פון די 101 דרשות איז געווען מיין קליינע ברידער, ער האט חתונה געהאט אזא 2 יאר צירוק בערך.

האט ער אינצווישן נאכגעזאגט עפעס א טייטש פון איינע פון די רבי'ס אז לכאורה ווען א מאן און פרוי האבן חתונה איז דאך עס נישט נאטירלעך, מ'קען זיך דאך נישט, האט יענער געטיישט עפעס א מעשה א בודעם אז וועגן דעם שטייט עפעס גילה רינה, כ'געדענק נישט יעצט פונטקליך.

די פאונט איז אז יענער פארענטפערט מיט א שיינע טייטש אין פסוק ווי אזוי די באשעפער האט געמאכט אזא נס אז חתונה האבן זאל ארבעטן אפילו מ'קען זיך נישט.

איך בין דאך איך, געב איך אזא שעפשע צו מיין אויפגעקלערטע ברידער אז איך האב סאך א בעסערע תירוץ.. מ'קען אנהייבן דעיטן, מ'דארף נישט קיין פסוקים קיין טייטשן קיין דרשות.. מ'קען חתונה האבן מיט א פרוי נאטירלעך...

איך האלט נאך אלס אינמיטן אפווישן די טאץ פיקעלס וואס מיינע פרומע ברידערס האבן געווארפן אויף מיר...
 
"א שידוך איז באשערט" איז איינע פון די גרעסטע ליגנטס זייט די וועלטס באשאף...

ס'איז פשוט געזאגט אין דיפלאמטישע ווערטער "איך בין געווען א טשיקן און געטאן דעם שידוך"

די מחותעניסטע איז געווארן אינטימידעידעט פונעם שדכן נאכדעם וואס די שדכן מאכט איר פילן 2 סענס אדער אנדערע מעטאדן וואס זיי האבן... איך דארף ענק נישט זאגן די ר'ת פון שדכן.

די שידוך געשעט עקזעקלי אין די מינוט (בשעה טובה) וואס די מחותנים דיסיידן אוועקציקוקן אויף זאכן, צי ווייל זיי ווילן שוין זעהן זייער קינד א חתן/כלה... אדער ווייל די שדכן האט געדרייט א קאפ.

אויך, אויב די שידוך "געשעט" די נעקסטע טאג איז נישט וועגן עפעס א העכערע ריזען וועגן די מזלות, די טאטע האט עס געוואלט איבערשלאפן. (אגב ווי קומט די טאטע דא אריין? גוטע קשיא)

קאט די קרעפ

יעדע פריקען זאך וואס געשעט אויף דעם עולם איז אריינגעמישט אין דעם בחירות פון מענטשן, הערטס אויף מיט די העכערע שפראך.
 
לעצט רעדאגירט:
"א שידוך איז באשערט" איז איינע פון די גרעסטע ליגנטס זייט די וועלטס באשאף...

ס'איז פשוט געזאגט אין דיפלאמטישע ווערטער "איך בין געווען א טשיקן און געטאן דעם שידוך"
קאט די קרעפ

יעדע פריקען זאך וואס געשעט אויף דעם עולם איז אריינגעמישט אין דעם בחירות פון מענטשן, הערטס אויף מיט די העכערע שפראך.
די שידוך וועלט איז קאמפליצירט נאך פון די תלמוד
און נאך פריער דער ערשטער שידוך וואס איז גיוועהן גיהעריג ערענדזשט און עס ווערטדעסקרייבט אין די תורה, ביי אליעזר עבד אברהם, און ער זאגט צו רבקה׳ס עלטערן, ואקד ואשתחוה לה׳ ואברך את ה׳ אשר הנחני בדרך אמת לקחת את בת אחי אדוני לבנו , איז דאך אלעס קלאהר פאר איהם אז עס איז מן השמים , זאגט ער אבער אין נעקסט פסוק ,ואם לא הגידו ואפנה על ימין או על שמאל , ביז אין די ענדע ענטפערן בתואל און לבן, מה׳ יצא הדבר, און דער שידוך איז גיווארען ווען דער שידוך ווערט איז מען עס תולה אין מה׳ יצא הדבר , אזוי איז אויך ביי אלע אנדערע מאורעות אין אונזער וועלט נאכדעם ווי עס ווערט איז יכירו וידעו כי מה׳ יצא דבר .
די תלמוד אין סוטה האט אויך א שקלא וטריא, צו א זיווג איז לפי מעשיו, אדער לויט די כרוז פון ארבעים יום קודם יצירת הולד בת קול יוצאת ואמרת בת פלוני לפלונית , און ער מאכט א דיפערענץ צווישען זיווג ראשון און זיווג שני וואס איז לפי מעשיו, עס איז שווער צופארשטיין וואס דער חילוק איז קען זיין די כוונה איז אז א שידוך איז לפי מעשיו אזוי ווי דער מושכל ראשון גיט אריין - דער שדכן ארבייט דאך אויך עטוואס מיט די צוגאנג -לפי מעשיו פונדעם בחור פונדעם מיידעל און די משפחות עס זאל מעטשען לפי דעתו , אז עס ווערט נגמר דע שידוך זאגט מען אז עס איז טאקע די בת קול און דאס גיט א חיזוק פאר די שידוך, אז עס זאל זיך אויס ארבעטען קיין פערפעקט סיסטעם איז נישט דא , און די רעיט פון העפי מערידזשעס נאך 10 יאהר איז 50% ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג , און ביי די היימישע מי יודע , אבער מסתבר אז עס איז א סימילער נומבער.
 
"א שידוך איז באשערט" איז איינע פון די גרעסטע ליגנטס זייט די וועלטס באשאף...
די רמב"ם שרייבט שוין אזוי אין א תשובה:
וזה שאמר לך רבך: "בת פלוני לפלוני וממון של פלוני לפלוני", אם גזרה השוה בכל היא זאת, והדברים כפשוטן, למה נאמר בתורה 'פן ימות במלחמה ואיש אחר יקחנה... ואיש אחר יחללנו'. וכי יש בעולם בעל דעה יסתפק לו דבר זה, אחר מה שכתוב בתורה. אלא כך ראוי למי שהוא מבין ולבו נכון, לטול דרך האמת, שישים ענין זה המפורש בתורה עיקר ויסוד שלא יהרוס בנין ויתד התקועה אשר לא תמוט. וכשימצא פסוק מדברי הנביאים או דבר מדברי רז"ל חולק על עיקר זה וסותר ענין זה, ידרוש ויבקש בעין לבו עד שיבין דברי הנביא או החכם, אם יצאו דבריהם מכוונים בענין המפורש בתורה הרי מוטב, ואם לאו, יאמר דברי הנביא הזה או דברי חכם זה איני יודע אותם, ודברים שבגו הם ואינם על פשוטיהם.
 
און דער רמב״ם פיערט אויס מיט די מאמר חז״ל פון ילקוט ,אפילו ממזר אחד בסוף העולם וממזרת אחת בסוף הקב״ה מזווגן זו לזו
גאו פיגור איט אוטו.
 
ברוך שכוונתי...

איך פארשטיי אבער נישט אינגאנצן זיין ראיה, פארוואס קען נישט די פסוק שטימען מיט דעם בת פלוני לפלוני?

א מענטש וואס גייט מלחמה האלטן האט מורא אז אויב ער גייט ווערן געהארגעט וועט א צווייטער חתונה האבן מיט זיין כלה, (וואס ס'גייט אים אן? איין באשעפער ווייסט) אבער אזא מענטש דארף זיך נאך אלס זארגן, אפילו ער ווייסט פון דעם בת פלוני לפלוני, ווייל יענס ארבעט נאר ביז ער שטארבט.
 
אבער אויב איז יענעם באשערט חתונה צו האבן מיט זיין ווייב גייט ער עניוועי שטארבן.

ווען די רמב"ם וויל קען ער טרעפן א תירוץ, די רמב"ם דערשרעקט זיך נישט אזוי פון א פסוק, מ'קען אייביג טרעפן אן אנדערע וועג עס צו טייטשן. נאר די רמב"ם האט געהאלטן אז עס נישט אמת אין מציאות, און פאר יענעם האט ער געזאגט אז עס איז קעגן אן אפענע פסוק.
 
און דער רמב״ם פיערט אויס מיט די מאמר חז״ל פון ילקוט ,אפילו ממזר אחד בסוף העולם וממזרת אחת בסוף הקב״ה מזווגן זו לזו
גאו פיגור איט אוטו.
יו קולד פיגור איט אוט איף יו וואנט.

די רמב"ם זאגט דארט אז עס איז אמאל דא אזא זאך בדרך שכר ועונש "ואין דבר זה השוה לכל אלא לאלו שנתחייבו או שזכו כמו שישר בעיני אלהים יתעלה".
 
יו קולד פיגור איט אוט איף יו וואנט.

די רמב"ם זאגט דארט אז עס איז אמאל דא אזא זאך בדרך שכר ועונש "ואין דבר זה השוה לכל אלא לאלו שנתחייבו או שזכו כמו שישר בעיני אלהים יתעלה".
הא גופא קשיא,ווען איז יא שכר ועונש און ווען נישט .
מען קען מיישב זיין, מיט דעם וואס ער זאגט אין מורה אויף -יקראני ואענהו עמו אנכי .. אחלצהו ואכבדהו , אז עס איז נאר ביי דעם וואס ער איז
כי בי חשק , וואס חשק איז נאכמער ווי אהבה .
 
אבער אויב איז יענעם באשערט חתונה צו האבן מיט זיין ווייב גייט ער עניוועי שטארבן.
איך מיטשע מיר שוין א טאג צו פארשטיין דעם שטיקל, עניבאדי?

אפענער האט ליב צו רעדן קורץ און שארף, מיין קאפ האט אבער א שטאטע פראסעסער.
 
ברוך שכוונתי...

איך פארשטיי אבער נישט אינגאנצן זיין ראיה, פארוואס קען נישט די פסוק שטימען מיט דעם בת פלוני לפלוני?

א מענטש וואס גייט מלחמה האלטן האט מורא אז אויב ער גייט ווערן געהארגעט וועט א צווייטער חתונה האבן מיט זיין כלה, (וואס ס'גייט אים אן? איין באשעפער ווייסט) אבער אזא מענטש דארף זיך נאך אלס זארגן, אפילו ער ווייסט פון דעם בת פלוני לפלוני, ווייל יענס ארבעט נאר ביז ער שטארבט.
ניין פון די פסוק זעהט מען אז א שידוך איז נישט באשערט דאס איז די ראיה פונעם רמב"ם
 
Back
Top