גרושים

אויף למעשה איז עס זיכער גוט פאר א גרוש וואס איז אין די סיסטעם במחשבה ובמעשה.
אבער פון א ברייטערע בליק איז עס טאקע א חורבן... מ'מאכט געוויסע מענטשן פאר א רחמנות און דערנאך קומען גוטע מענטשן העלפן מיטן צושטעלן שיינע שבתים. אויך מיר א סעלושען...
לויט ווי איך פארשטיי, איז עס נישט צוליב א געוויסע לעיבל וכדו', נאר די מענטשן האבן באמת נישט וואו צו זיין א יו"ט, אדער האבן זיי נאך נישט קיין קינדער אדער לאזט מען זיי נישט זעהן די קינדער (אדער איז די יו"ט פונקט די מאמעס רייע צו האבן די קינדער), מיט די עלטערן לעבט מען נישט אזוי גוט, אדער איז נישט בא'טעמט'ט צו גיין ווען אלע חתונה געהאטע געשוויסטער זיצן דארט און דו קומסט זיך אן ווי א אורח, נו וואו זאל דער יונגערמאן גיין? בלייבן אין זיין אונטערערדישן בעיסמענט קלאצן אויף די 4 ווענט און די דאך?

קומען זיך צוזאם אידן אין ענליכע מצבים און צוזאמען פארברענגט מען בשבת אחים אן דזשאדשזן יענעם אדער ווערן געדזשאדזשד.

זייער א שיינע זאך לדעתי.
 
זייער א שיינע זאך לדעתי
הערליך.... כ'האב בכלל נישט אוועקגעמאכט די שיינקייט פון אזא זאך. אידן וועלן באמת העלפן. קומט זיך זיי קרעדיט.

אדער איז נישט בא'טעמט'ט צו גיין ווען אלע חתונה געהאטע געשוויסטער זיצן דארט און דו קומסט זיך אן ווי א אורח
פארוואס?? פאר וועלכע סיבה אין דער וועלט, חוץ אלטמאדישע זשאזשמענט פארן נישט זיין 'ווי יעדעם', זאל ער זיין מער אורח און זיך נישט פילן דאס פלאץ ביי אייגענעם משפחה? אויב עפעס לייגט ער זיך ווייניגער אן ווי דער וואס קומט מיט אן גאנצע געזינדל.

איך לייקן נישט אז ס'איז ליידער די מציאות. איך ווייטאג נאר אויפן מצב.


קומען זיך צוזאם אידן אין ענליכע מצבים און צוזאמען פארברענגט מען בשבת אחים אן דזשאדשזן יענעם אדער ווערן געדזשאדזשד.
הא גופא איז דער נושא דא.
עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין די לאגיק פארוואס עס מוז זיין בלויז אידן אין "ענליכע מצבים" כדי צו קענען פארברענגען "בשבת אחים אן דזשאדשזן יענעם אדער ווערן געדזשאדזשד".

ס'איז נישט אזוי אין אנדערע געזעלשאפטן און ס'איז נישט דא קיין סיבה דאס זאל זיין אין אונזער געזעלשאפט.
 
פארוואס?? פאר וועלכע סיבה אין דער וועלט, חוץ אלטמאדישע זשאזשמענט פארן נישט זיין 'ווי יעדעם', זאל ער זיין מער אורח און זיך נישט פילן דאס פלאץ ביי אייגענעם משפחה? אויב עפעס לייגט ער זיך ווייניגער אן ווי דער וואס קומט מיט אן גאנצע געזינדל.
עס איז פשוט די לאזשיסטיקס, יעדער איז ביזי מיט די ווייב, מיט די קינדער, גרייט אן די ליכט, פסק'נט יא אדער נישט שהחיינו, ביי די יחץ פרעגט מען די קינדער וועלכע שטיקל איז גרעסער לאל... ווער רעדט נאך פון זאגן קדש ורחץ, מה נשתנה, אוועקכאפן די אפיקומן... און דער זיצט איינזאם, טראכט פון זכרונות ווי ער האט אמאל געהאט א ווייב און אפשר אויך קינדער, ומעת חסרנו כל אלה איז ער איינזאם און צובראכן... ס'איז לאו דווקא די דזשאדזשמענט פון איימיצן, עס איז די געפיל וואס אזא יונגערמאן גייט אדורך, ווייט פון א שמחת יו"ט.
 
גוט פאר זיי! די גרושים מעגן אויך לאכן אביסל, און ס'זיי נישטא וואס מקנא צוזיין אינעם יאר רונדע. ס'איז א מצוה משמח צוזיין א סינגל, גרוש, צו פרוד, גענוי ווי מ'וויל משמח זיין א חולה נצרך צו יתום.
גרושים מעגן אויך לאכן א ביסל???
דו שעמסט זיך נישט איך בין עפעס א רחמנות וואס מאכסט מיר אזא מין רחמנות ???
איך בין א נארמאלע נארמאטיווע אינגערמאן
איך וואלט ענדעשער געזאגט אז פארהייראטע מעגן א ביסל לאכן
ס׳נישטא וואס צו מקנא זיין און אונז? רעד זיך ווייטער איין אזוי
איך זאג נישט אז איך וואלט נישט געוואלט זיין פארהייראט יעצט
עס איז דא מעלות צו זיין אין א ריליישינשיפ וואס א סינגל האט נישט אבער דאך איך בין נישט קיין רחמנות
יא איך חזור עס איבער נאכאמאל אין נאכמאל ביז עס וועט דיך אריין גיין אין קאפ אז מיר גרושים זענען נישט קיין רחמנות
גאט העלף אלע יודען.
און לייז זיי אויס פון נארישע איינרעדישן
 
לויט ווי אזוי איך קען די חברה דא אין קרעמל, איז מען בכלל נישט עקסייטעד פאר עני ארג. וואס קאטעגערייזט מענטשן וואס האבן פלעין נישט געטראפן האפט אין זייער חתונה געהאטע לעבן. דאונט געט מי ראנג, ס'איז לכאורה א לייף סעיווער פאר מענטשן וואס זענען באגראבן אין די קאמיוניטי און זיי פילן א שרעקליכע שעים צו זיין גע'גט,

איך האב מורא אז איך בין ראנג, אבער יעצט האלט איך אזוי.
ביזט גארנישט ראנג ביזט הונדערט פראצענט גערעכט
 
לויט וופיל איך ווייס, איז עס נישט בלויז די סיסטעם, צו דאס עצם גט, נאר א סך הכל פון א זאמעל צרות וואס יעדער באזונדער טראגט מיט זיך, און ווען מ'איז אליינס, איז עס שווערער, און ווען מ'איז אריבער אזעלכע עקסטרעמע שינויים אין לעבן, איז עס ממש פיקוח נפש צוצולייגן א יד עוזר וסומך.
יעדער מענטש טראכט זיך זיין פעקל און גרושים פונקט ווי יעדער טראגי זיי אויך
אונז זעמיר פונקט די זעלבע מענטשן ווי פארהייראטע
וכדברי @איש מבקש
 
לויט ווי איך פארשטיי, איז עס נישט צוליב א געוויסע לעיבל וכדו', נאר די מענטשן האבן באמת נישט וואו צו זיין א יו"ט, אדער האבן זיי נאך נישט קיין קינדער אדער לאזט מען זיי נישט זעהן די קינדער (אדער איז די יו"ט פונקט די מאמעס רייע צו האבן די קינדער), מיט די עלטערן לעבט מען נישט אזוי גוט, אדער איז נישט בא'טעמט'ט צו גיין ווען אלע חתונה געהאטע געשוויסטער זיצן דארט און דו קומסט זיך אן ווי א אורח, נו וואו זאל דער יונגערמאן גיין? בלייבן אין זיין אונטערערדישן בעיסמענט קלאצן אויף די 4 ווענט און די דאך?

קומען זיך צוזאם אידן אין ענליכע מצבים און צוזאמען פארברענגט מען בשבת אחים אן דזשאדשזן יענעם אדער ווערן געדזשאדזשד.

זייער א שיינע זאך לדעתי.
אוודאי אז ווען עס קומט פון זיצן און פאברענגען צו זאמען
איז עס זייער גוט די פראבלעם אבער איז עס קומט פון רחמנות
 
אוודאי אז ווען עס קומט פון זיצן און פאברענגען צו זאמען
איז עס זייער גוט די פראבלעם אבער איז עס קומט פון רחמנות
די מעלה איז, אז עס קומט פון א פאלק וואס זענען רחמנים בני רחמנים
 
יאסעלע זיסע.. איך האב זייער רחמנות אויף דיר! ביסט דאך אזא גוטע נשמה!
אויב דו ווילסט עס בעסער פארשטיין, פאנטאזיר דיך אליינס, אויב חס ושלום דיינס א נאנטער איז אין דעם מצב
 
אויב דו ווילסט עס בעסער פארשטיין, פאנטאזיר דיך אליינס, אויב חס ושלום דיינס א נאנטער איז אין דעם מצב
איך זאג דאך דעיס א גאנצען צייט.. אז ווען מ'געבט דיר און תפיסה א פיטער סענדוויטש מיט אויסגעוועפטע סעלצער פאר פרישטיג, כאפ עס מיט ביידע הענט, און עס עס ציזאמען מיט אלע אנדערע ארעסטאנטען, און וואטש אויך די טי ווי דארט און לאנטש ראם די טשענעל וואס די תפיסה אויפזעהר האט אנגעשטעלט.

אדער

ברעך דיך ארויס פון תפיסה, עס און טרינק וואס די ווילסט, וואטש וואס די ווילסט, אינדזשאו די באשעפערס ביוטעפאל וועלט,
קוק מער נישט ארויס חדשים ביז די תפיסה באמטע וועלן זיך דערווארמען און מאכן א שבת אדער י"ט.
 
Back
Top