מיין חבר איז א גרוש, וואס ממש עס עסט מיר דאס געזונט וויאזוי ער לעבט.
ער האט גארנישט געטוישט, ער גייט אן מיט די זעלבע לעבן, אינעם זעלבן סיסטעם, זעלבע שעות, זעלבע לאקאלע בית מדרש, זעלבע היט, זעלבע שיך-בענדל-גאַרטל ביי מערב, זעלבע קעמל אינעם בראכסאוני העמד, זעלבע נסיעה צו קערעסטיר מיט זייט טאטע, זעלבע סדר נאכט, זעלבע מארלבעראו-לייטס א פישקע אין דריי טעג, זעלבע "באַדי קאונט", זעלבע הושענות ווארפן צום זעלבן ארון קודש. זעלבע קפרה סענטער, זעלבע קפרה הינדל און אזוי קען מען דערציילן און דערציילן.
ממש א שאד, כ'ווייס אים נישט וויאזוי צו אויפקלערן, אז ער זאל אנהייבן ענדזויען די פרייקייט. זעהט אפילו נישט אויס ווי עס באדערד אים עפעס.(אדער איז ער נעבעך אזוי צעקלאפט אז ער האט נישט די ענערגיע צו הנאה האבן).