גיין אין מקוה פאר בחורים

חסידיש משפיע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 11, 2024
מעסעדזשעס
210
רעאקציע ראטע
713
פונקטן
123
איז דא א חיוב צו גיין אין מקוה ערב שבת? נישט לטבילת עזרא
און אפילו אויב יא איז דאס נארמאל צו לאזן 13 יעריגע קינדער גיין אין מקוה?
 
ס׳נישטא קיין חיוב, טבילת עזרא איז שוין בטל געווארען, ע״פ חסידות גייט מען אין מקווה זיך מוסיף זיין טהרה.
יא ס׳נערמאל צו לאזן א דרייצען יעריגער גיין אין מקווה, נאכן עם געבן א שיעור כללי איבער סעקסועל סעיפטי.
 
ס׳נישטא קיין חיוב, טבילת עזרא איז שוין בטל געווארען, ע״פ חסידות גייט מען אין מקווה זיך מוסיף זיין טהרה.
יא ס׳נערמאל צו לאזן א דרייצען יעריגער גיין אין מקווה, נאכן עם געבן א שיעור כללי איבער סעקסועל סעיפטי.
אבער נאר אין די גרויסע נארמאלע מקוואות. לאז נישט דיין בחור'ל גיין צו א שטילע מקוה פרי פארטאגס.
 
צו זעהן אנשים ערומים כיום היולדם איז לדעתי עקלדיג
זאגן אויף די נאטורליכע בריאה פון בורא עולם עקעלדיג? ווילסט רעדן פון שמירת עינים העריך אבער עקלדיג איז א פאל וואס דו האסט אריינגעטרעטן און אין כלב'ס צואה.
 
זאגן אויף די נאטורליכע בריאה פון בורא עולם עקעלדיג? ווילסט רעדן פון שמירת עינים העריך אבער עקלדיג איז א פאל וואס דו האסט אריינגעטרעטן און אין כלב'ס צואה.
נו גוט
1. על טעם וריח אין להתווכח
2. אויב האט איר נישט פארשטאנען וועל איך קלאר מסביר זיין, לדעתי א אינגל פון 13 יאר זאל זעהן די ברית קודש והמסתעף פון אנשים מבוגרים איז עקלדיג.
 
זאגן אויף די נאטורליכע בריאה פון בורא עולם עקעלדיג? ווילסט רעדן פון שמירת עינים העריך אבער עקלדיג איז א פאל וואס דו האסט אריינגעטרעטן און אין כלב'ס צואה.
כלב'ס צואה איז פונקט אזוי נאטורליכע בריאה... 😉
 
מענטשן כאפן נישט פון וואס מ'רעדט דא.

פאר א בחור צו גיין אין מקוה צוזאמען מיט אנדערע מענטשן, איז אזוי ווי דו זאלסט זאגן פאר א חתונה געהאטער יונגערמאן, אז ער זאל גיין אין מקוה צוזאמען מיט אנדערע פרויען... איי מין, פאר די בחור איז דאס די זעלבע זאך...
 
ס'ארא נארישקייטן צוזאם צו רעדן

די אלע מענטשן וואס כאפן נישט זענען אויך געווען בחורים אמאל. עס איז דא א געוויסע חלק פון די באפעלקערונג וואס איז 'ביי-סעקסועל' (פאר אלל די טאלק און די מהומה אין די קאנסערוואטיווע עקא טשעמבער איבער דעם גרויסן געפערליכע אויפשטייג אין לגבט פראצענט ביי די יונגווארג, איז דער גרעסטער רוב דערפון בלויז א העכערע נומער פון מענטשן וואס אידענטיפיצירן זיך אפן אלס 'ביי-סעקסועל', ד.מ. מענטשן וואס קענען - עכ"פ בשעת הדחק, א בחור, אין תפיסה וכדו', דאס ווענדט זיך שוין אין יעדן'ס פערזענלעכע דעפיניציע פון דעם טערמין - האבן שייכות מיט ביידע מינים), אבער רוב רובם פונעם ציבור, העכער 80 פראצענט, וועט שנעלער ברעכן ווי צו האבן באציאונגען מיטן זעלבן מין.

אוודאי דארף מען טאקע האבן שמירת עינים און צו זעהן פרייוועט פארטס קען פירן דעם קאפ צו הרהורים וכדו' אבער דאס איז נישט די זעלבע ווי פרויען בכלל. איבריגנס דארף מען טאקע אנזאגן די בחורים וועגן שמירת עינים אין מקוה
 
מענטשן וואס אידענטיפיצירן זיך אפן אלס 'ביי-סעקסועל', ד.מ. מענטשן וואס קענען - עכ"פ בשעת הדחק, א בחור, אין תפיסה וכדו', דאס ווענדט זיך שוין אין יעדן'ס פערזענלעכע דעפיניציע פון דעם טערמין - האבן שייכות מיט ביידע מינים
דאס מיינט נישט ביי סעקסועל, דאס מיינט אז ווען מען האט נישט קיין אנדערע אפציע וועט מען אפלאדענען די לאסט אין וועלכע לאך ס׳איז עס נאר גרייט צי נעמען.
פונקט ווי א מענטש וואס ביים קריגן איז געגאנגען זיכן עסן אין גארבידזש, וואלסטו נישט גערופן א גארבידזש קאלעקטאר.
 
ווי געזאגט, ווען איינער אידענטיפיצירט זיך אלס 'ביי' איז דאס תלוי אין יענעם'ס פערזענלעכע דעפיניציע פונעם ווארט

צו אפלאדענען א לאסט (מיט א פתח) דארף מען נישט האבן קיין לאך בכלל, דער לאך איז פאר כאטש עפעס לאסט (מיט א קמץ)
 
ווי איז אונזער פראפעסאר דאקטער מיט זיין נאטורליכע קשיא:
אויב דו ביסט אזוי אויסער זיך איבער די פאקט אז א דרייצן יעריגע גייט אין מקוה. וואס איז געווען דיין עקספירענס אז דו האסט אזא טראומע?
 
Back
Top