- זיך איינגעשריבן
- יולי 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 409
- רעאקציע ראטע
- 1,080
- פונקטן
- 223
במשך די יארן האב איך אסאך געהערט און ארומגערעדט איבער די נושא פון חלב סתם מיט אלע מינע מענטשן און חשובע אידן.
איך האב אסאך געהערט איבער די היתר פון הרב משה פיינשטיין זצ"ל די בעל אגרות משה, אז זיין היתר איז נאר בשעת הדחק, אדער נאר פאר קליינע קינדער, און אז לכתחילה זאל מען עס נישט טרינקען, אויכט כל מיני מעשיות ווי ער האט געזאגט אז מען זאל זיך נישט פארלאזן אויפן היתר, איך האב עס אנגענומען אלס פארשטענדליך און נישט געקימערט צו סאך.
מיט א צייט צוריק האב איך באשלאסן אז איך וויל זען די אגרות משה אליינס, האב איך מיך נישט געפוילט און אפירגעזוכט אן אגרות משה און געטשעקט, זעה איך דארט אז ער שרייבט אז עס איז מותר לכתחילה און די איינציגסטע זאך וואס ער שרייבט אז מען זאל עס נישט נוצן איז אז פאר בעלי נפש איז ראוי צו מחמיר זיין און אזוי פירט ער זיך אויך.
איך ברענג דא אראפ די אגרות משה און אויב איינער ווייסט אנדערש אדער אז ער ברענגט אין א צווייטער תשובה פארקערט ביטע ברענגטס עס אבער.
קלארשטעלונג: איך פערזענליך באנוץ זיך נישט מיט חלב סתם פראדוקטען.