- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,092
- רעאקציע ראטע
- 7,271
- פונקטן
- 943
ווען איך הער אזא שאלה (פונעם פותח האשכול) פרעג איך די ערשטע זאך צוריק, 1. דעפיניר OTD, און 2. דעפיניר 'תורת משה'. אז דו ווילסט גיין טיפער, דעפיניר עקסטער 'תורה' און עקסטער 'משה'..
די זאך דא איז אז ס'איז נישט מער ווי א סעמאנטישע חקירה לדעתי, ווייל ס'ווענד זיך בלויז און וויאזוי מ'דעפינירט OTD און וויאזוי מ'דעפינירט וואס מיינט תורה.
אויב OTD מיינט טון אנדערש ווי משה רבינו האלט, דאן איז די פראגע אן אקסימאראן מתחילתו.
אויב OTD מיינט טון אנדערש ווי דער באשעפער וויל, אדער אויב עס מיינט טון אנדערש ווי אין די תורה שטייט, דאן מאי שנא משה פון סיי וועמען.
(אליבא דאמת מיינט דאך אבער OTD נישט דאס און נישט דאס, ס'איז ס"ה א מאדערנע טערמין צו באצייכענען איינער וואס בויקאט אונזער סיסטעם פון ארטאדאקסיע - אונזער 'דרך'.. און הגם איך פארשטיי אז אין אלע דורות איז געווען א קאנצעפט ענליך צו דעם, רוף עס זקן ממרא, רוף עס מומר להכעיס, אדער סתם בעל עבירה - ווערט עס אבער זייער קאמפליצירט און געוואנדן אין די סוביעקטיווע אפטייטש פון די טערמינען.)
מ'קען אבער אויך אריינגיין אין די פראגע צו משה מיט די תורה זענען איינס - און ווי איך פארשטיי איז דאס מער די כוונה פונעם שאלה (און דאס ליגט אין מיין צווייטע פראגע - צו דעפינירן תורה מיט משה..)
נאר דא איז עס ווייטער זייער אומקלאר.
זאגן 'תורת משה' העלפט נישט ארויס צום שמועס עס ברענגט נאר ארויס די דעפינאציע קאנפיושאן וואס הערשט אין די נושא בכלל.
מ'דארף קודם קלאר מאכן צו מ'רעדט הלכה'דיג - וואס דאן האט הלכה לכאו' נישט דוקא מיט משה פער סע.
אדער צו מ'רעדט היסטאריש - וואס דאן איז דאך די גאנצע נושא (לכאו') א פיקציע..
אדער צו מ'רעדט הייפאטעטיש/היסטאריש (וויאזוי מ'האט עס אנגעקוקט לאורך הדורות) - ווידעראום, טו וואס דו ווילסט מיט דעם און קלויב דיך דיינע סאורסעס..
מ'קען אויך רעדן טעאלאגיש - וואס באדייט די קאנצעפט פון תורה, און וויפיל אטאריטעט משה האט אויף די געבוי דערפון. אבער ווידער טרעפט מען זיך אין א וואלד וואו יעדער וואס וויל קען שרייען וואס אים געפעלט..
אין קורצן. די שאלה איז הייפאטעטיש און נישט קלאר דעפינירט. און אפי' ווען יא, איז נישטא קיין קלארע מעטריקס וויאזוי עס אויסצו'פסק'נען - וואס מאכט די גאנצע זאך נישט מער ווי א סעמאנטישע עקסערסייז - אין מיין קליינע מיינונג.
ברכה והצלחה.