- זיך איינגעשריבן
- מאי 16, 2024
- מעסעדזשעס
- 368
- רעאקציע ראטע
- 987
- פונקטן
- 123
דאס איז ווען מען באגיסט עמיצן מיט "ליבע" און אטענשאן כדי אים צו מאכן פיהלן גוט און ספעשל אבער פאר געוויסע מאטיוון אנדערש פון אויפריכטיקע ליבע.
לעצט רעדאגירט:
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
דאס איז ווען מען באגיסט עמיצן מיט "ליבע" און אטענשאן כדי אים צו מאכן פיהלן גוט און ספעשל אבער פאר געוויסע מאטיוון אנדערש פון אויפריכטיקע ליבע.
במחילת כת"ר, דו קומסט ארײן אומקלאר און אױך האלטסטו אין אײן טױשן סובדזשעקט. שױן, יעצט װילסטו זיך שטעלן אױף װאספארא סובסטענץ אדער פונקציע פון די פרױ, "מזרעת" גײט ארױף (מבלי להתײחס צו ס'דארף זײן א פעולה צונישט - װאס דאס איז ס"ה דער נקודה אױף װאס דער מגיב שטעלט זיך )?קודם וויל איך מיך באציען צו די 4 טענות וואס די ברעגסט נאך פון די מכתב תגובה
1) למאי נפקא מינה
2)3)די חז"ל לערנען ארויס פון אשה כי תזריע וילדה זכר אשה מזרעת 'תחילה' יולדות זכר עיין ברמב"ן וברבינו בחיי שזה נעשה בהרחם מדם (אגב די סיפורנו לערנט אז ס גייט אויף די ליחות )
4) דער חזו"א אין איסורי ביאה סימן לו לערנט אריין אין רמב"ם אז די זרע איז דם חימוד וואס קומט פונעם רחם און ס' גייט אריין אין די חצוצרות
ס'איז אויך כדאי זאלסט לערנען די פירוש המשניות להרמבם אויף די משנה משל משלו חכמים וועט דיר קלאר ווערן אז די שתי ביצים רופט ער די טופס נישט די אווערי
המשך יבוא
ס"ה זאגט ער אז די גאנצע קרנײם, די גאנצע ארעם פון אױבן, זענען די ביצים. נאך מער ראָנג. אקעי, פֿײן. כ'װײס נישט װי-אזױ ס'העלפט אונז דא. די איבעריגע (אהנע פירושים) פארשטײ איך נישט. ער זאגט מ'דארף זײן רגיל מעט בחכמת הניתוח אים צו גוט פארשטײן און איך בין נישט.ועליה - שתי תוספות דומות לשני קרנים אשר על צוואר הרחם, ואמנם מה הם זה הביצים, וזאת הצורה התבאר בספר הניתוח.
װֿאָה, אײן מינוט איך גײ שױן לײענען. אבער װי-אזױ האסטו מצליח געװען ארײנצושמוגלען א תגובה בּעק אין טײם? דו האסט עפעס ספעשל פראטעקציע? אדער האבן די מאָדס אפגעמאכט מ'גײט װיטאוען יעדן תגובה דײנעם, פאר ס'גײט ארױף..?מער איבער ר' מרדכי בריל וואס האט דיך געשלעפט צו זיין פעטער ר' אברהם עמרם מייזעלס:
View attachment 5959
הרה''צ רבי מרדכי ברילל שליט''א אבד''ק 'עזר לישיבות' ד'זאלקווא, אדער גאר זעליכאוו, נאך ר' שמעון זעליכאווער, מיט'ן פנים צענטער, שמועסנדיג מיט ר' מעכל לעבאוויטש שליט''א, ס'פנים אויסגעדרייט פון אונז, לינקס.
ר' מרדכי ברילל, איז אן איידעם ביי ר' מוישע יודל מייזעלס ז''ל, וואס ער לעבט שוין ליידער נישט. ר' מרדכי האט היינט א אייגן שוהל אויף קענט עוועניו צווישן פארק און פלאשינג ווי מ'דאווענט שפעט אדער סתם דאווענט מען דארטן לאנג. עס הייסט עזר לישיבות ווייל ער העלפט יעדן בחור טרעפן א ישיבה. איך מיין עס הייסט אויך זאליקאווע, מסתם נאך עפעס א זיידע וואס איז געווען רב אין אזא שטעטל. אדער זעליכאווע נאך ר' שמעון זעליכאווער דער משגיח פון ישיבת חכמי לובלין וואס מרדכי האט ליב זיין 'סטיל'...
זיין פעטער ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט''א, דארף ליידער א ישועה זינט גאנץ אנהויב פון קאווי''ד... טאקע ווי דיין טאטע האט זיך געווינדערט. ר' אברהם עמרם גייט ארום צו שמחות, און קומט צו תפילות אין שוהל, אבער ער איז ניט וואס ער איז געווען ה''י. אזויווי אסאך מענטשן וואס האבן איבערגעלעבט קאווי''ד.
ר' מרדכי ברילל האט אויך געפענט קעי. דאבעליו. כולל וויליאמסבורג. מכוח זיין עסקנות. נישט בלויז פאר בחורים טוהט ער טאג און נאכט, נאר האט א חלוקה פאר ביליג באצאלט שיך און קליידונג פאר ארימע משפחות אין וויליאמסבורג בדרך כבוד. אויך פירט ער דורך אנטי ציוניסטישע פראטעסטן צוזאמען מיט הערשל קלאר פון צייט צו צייט, אבער דאס טוהט ער פאר פאן אז די בחורים וואס האלטן נישט ביים לערנען זאלן זיך שפירן אידישלעך...
אינטערסאנט איז אז ר' מרדכי ברילל איז אזא סארט בעל בתיש קינד וואס איז געווארן רבניש פרום אלץ טיען-עידזשער. גראדע זיין מאמע'ס פאטער איז געווען ר' שמוא' קרויס ז''ל פאטער פון ר' אהרן קרויס שליט''א אבד''ק בית שמוא' אבער מרדכי איז געווארן זייער א פרומער אין תורת חסד היטשען ביי זיין קאזין ר' אברהם שמוא' שטערן ז''ל, ר' אברהם שמוא'לס מאמע איז א קרויס מרדכי'ס עלטער מומע זיין זיידע ר' שמוא'לס שוועסטער.
ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט''א מיהאלדי רב זז''ג האט א שוהל וקהילה קעגן איבער סאטמאר מצה בעקעריי, נעבן ברוקלין קאר סערוויס, הופער קארנער בראדוועי, מיהאלדי איז אויך א כמו שיעור ד' קיבוץ, פאר עלטערע בחורים וואס זענען שוין נמאס צו זיצן אין קווינס; אזא ישיבה סלעש כולל. ר' אברהם עמרם איז בלויז דער ראש ישיבה אלץ בעל הבית, ער לערנט שוין ליידער נישט היינט פאר קיין שום שיעורים דארטן, די תשובה איז פון יארן צוריק.
אמאל איז ר' אברהם עמרם מייזעלס געווען דער סאטמערער חריף ובקי בכל מקצועות התורה תלמוד חכם ופוסק און טאקע פארגעלערנט הערליכע שיעורים ווי זיינע תשובות להלכה, ווי אט די תשובה דא אין דעם אשכול וואס דו ברענגט דאס אראפעט. - דעריבער האט דיך מרדכי גענומען אהין צו צייגן א געשמאקן סאטמער'ן גדול בתורה! זעהט אויס ס'איז דיר אריין אין די ביינער יענעם וויזיט ווייל דו זאגסט אז עס איז גוטער תשובה...
אמאל איז ר' אברהם עמרם מייזעלס געווען דער סאטמערער חריף ובקי בכל מקצועות התורה תלמוד חכם ופוסק און טאקע פארגעלערנט הערליכע שיעורים ווי זיינע תשובות להלכה, ווי אט די תשובה דא אין דעם אשכול וואס דו ברענגט דאס אראפעט. - דעריבער האט דיך מרדכי גענומען אהין צו צייגן א געשמאקן סאטמער'ן גדול בתורה! זעהט אויס ס'איז דיר אריין אין די ביינער יענעם וויזיט ווייל דו זאגסט אז עס איז גוטער תשובה...
איך בין אביסל צימישט...
איינער קען מיך ביטע מסביר זיין אין קורצן וואס איז די צד האוסרים און וואס איז די צד המתורים?
כדי אז פרוי זאל ווערן פרעגנענט, פעלט זיך אויס ספערם פון די מאן און אייער פון די פרויאיך בין אביסל צימישט...
איינער קען מיך ביטע מסביר זיין אין קורצן וואס איז די צד האוסרים און וואס איז די צד המתורים?
תרומות ביצה איז אויך דא וואס האבן מתיר גיווען ר' פישל הרשקאוויטש ועודאיינע פון די עיקר טענות זעה איך, איז אויב ס'איז אזויווי תרומת ביצים - וואס גדולי ישראל האבן גע'אסר'ט, אדער מ'קען מחלק זיין און מתיר זיין,
תרומת ביצים האט קיינער נישט מתיר געווען?
דאס קען מען טוהן צו א פרוי וואס האט בכלל נישט קיין מאן?א מאן וואס האט נישט קיין ספערם, צו מ'קען נעמען פון א צווייטע מאן, איז געווען א מחלוקה, בערך פופציג יאר צירוק ווי רוב גדולים האבן גע'אסר'ט, און ר' משה פיינשטיין האט מתיר געווען,
איינער פון די פראבלעמען איז געווען, אז דאס איז נישט קיין עכטע קינד פון די טאטע, און די קינד גייט נישט וויסן, און וועט חתונה האבן מיט א געשוויסטער א קינד פון די דאנער, וואס דאס איז א ערווה דאורייתא, האט ר'"מ גע'פסק'נט אז מ'זאל נעמען פון א גוי.
געווענליך וועט מען עס מאכט דורך IVF וואס איז נישט דרך ביאה,דאס קען מען טוהן צו א פרוי וואס האט בכלל נישט קיין מאן?
(מיין שאלה איז, צו די מאן העלפט דא עפעס אויך צו?
ווייל סיי ביי תרומת ביצים, און סיי דא ביי השתלת שחלות, אהן די פעולה וואס די מאן טוט מיט זיין פרוי איז בכלל נישט דא דא קיין קינד, דהיינו די מאן וואוינט מיט זיין פרוי אזויווי אלע מענטשן, און נאר אזוי האבן זיי א קינד, און די איינציגסטע זאך איז נאר אז פארדעם האט מען עפעס אריין געלייגט אין די מאמע, אבער דאס אויב דארף מען נישט די מאן פאר דעם איז עס אינו דומה)
במציאות מאכט די מאן דא אויס עפעס?געווענליך וועט מען עס מאכט דורך IVF וואס איז נישט דרך ביאה,
די פרעגסט הלכה אדער מציאות?
ווען מ'נעמט דאנער ספערם מאכט די מאן גארנישט אויס
לפי זה, קען מען פארשטיין פארוואס סאטמאר רב האט געהאלטן אז מ'טאר עס נישט טוהן
סאוי פאר עז סאטמער גאָוֹסאמאל איז ר' אברהם עמרם מייזעלס געווען דער סאטמערער חריף ובקי בכל מקצועות התורה תלמוד חכם ופוסק און טאקע פארגעלערנט הערליכע שיעורים ווי זיינע תשובות להלכה, ווי אט די תשובה דא אין דעם אשכול וואס דו ברענגט דאס אראפעט. -
די האסט גענומען די ציור פון פעדער און די שטעלסט עס צוזאם מיטען רמב"ם סאיז אבער נישט ריכטיג די אווערי איז העכר די פעלאפין טיובס און דאס האב איך געמיינט ווען איך האב גשריבן טופס אנשטאד א ב האב איך גשריבן פבמחילת כת"ר, דו קומסט ארײן אומקלאר און אױך האלטסטו אין אײן טױשן סובדזשעקט. שױן, יעצט װילסטו זיך שטעלן אױף װאספארא סובסטענץ אדער פונקציע פון די פרױ, "מזרעת" גײט ארױף (מבלי להתײחס צו ס'דארף זײן א פעולה צונישט - װאס דאס איז ס"ה דער נקודה אױף װאס דער מגיב שטעלט זיך )?
1) למאי נפקא מינה װאס?
2)3) קענסט מיר ברענגען נאך 15 ראשונים װאס יעדער זאגט ס'מײנט עפעס אנדערש ביז אירע 'טרערן'. אבער דאס קומט נאר מחזק זײן אז 'כי תזריע' קומט נישט בכלל זאגן אז ס'מוז זײן א נײע 'פעולה' אדער אז אלע זענען מסכים װאס דער פעולה איז.
4) כ'האב נישט קײן אהנונג װאס דם חימוד איז. כ'זעה ס'האט א גאנצע װיקי פעידזש און אײן שורה אז חוקרים טראכטן אפשר מײנט דאס דמם שבירה דהײנו פון א מכה וכדומה. אבער װען דו רעדסט צו מיר בזמן הזה ברױכסטו שטימען מיט מאדערן סײענס, װאס מ'װײסט הײנט. ברענגען ראשונים (װֿעל, די חזו"א איז אפי' אן אחרון אױך נישט) װאס זאגן דאס און יענץ איז נאר גוט אױף אפצופרעגן ראיות פון זײ, און מחלק זײן צושטעלונגען; עספּעשעלי אױב ער "לערנט נאר אזױ ארײן אין דעם רמבם".
דערמאנסט מיר פון ר' יואל גוטמאן װאס מאכט אזא תורה: אז דעם אבן יקרה'ס 'כלי הולדה' מוז זײן ער מײנט 'נאר רחם' װײל אזױ האט דער צור-יעקב פארשטאנען אין אים. װײל מ'מעג דאך נישט פארשטײן אנדערש װי דער צור-יעקב, װײל ער איז דאך א פריערדיגער. דוכט זיך, זילבער אדער אױש מאכן אױך אזעלכע תורות. ס'איז גוטמאנען נישט אײנגעפאלן אז ס'איז אפשרי דאס דער אבן-יקרה האט שױן געװיסט פון די דאקטױרים און עקספערימענטן װאס כ'האב אױבן צוגעלינקט.. אזױ זעהט מען אױס װען אלץ װאס מ'קוקט איז נאר "טעקסט" אינעװײניג.
אגב, כ'האב געזעהן דעם פירוש המשניות. ס'איז מיר גארנישט לײכטער געװארן. כ'װײס נישט װאס 'טופס' מײנט. אין עברית מײנט עס א פֿאָרם:
ס"ה זאגט ער אז די גאנצע קרנײם, די גאנצע ארעם פון אױבן, זענען די ביצים. נאך מער ראָנג. אקעי, פֿײן. כ'װײס נישט װי-אזױ ס'העלפט אונז דא. די איבעריגע (אהנע פירושים) פארשטײ איך נישט. ער זאגט מ'דארף זײן רגיל מעט בחכמת הניתוח אים צו גוט פארשטײן און איך בין נישט.
און אז דו דערמאנסט מיר שױן, קװאָטן מײנט װען מען ציטירט עמיצן.
אין זיין ספר ברענגט ער עטליכע מאל אויך פון הר צביסאוי פאר עז סאטמער גאָוֹס:
View attachment 5985
זאל אים איינער זאגן אז ר' יקתואל אריה קמלהאר האט געשטיצט די ציוניסטישע קרן היסוד.