- זיך איינגעשריבן
- אוג. 11, 2024
- מעסעדזשעס
- 284
- רעאקציע ראטע
- 836
- פונקטן
- 113
לפי זה, קען מען פארשטיין פארוואס סאטמאר רב האט געהאלטן אז מ'טאר עס נישט טוהן
אפי' אין די תורה שטייט נאר אז מ'טאר נישט האבן קיין ביאה מיט די אלע וכו', און דא איז עס נישט דא
אבער אויב איז דאס א וועג ווי מ'קען האבן א קינד, איז אפשר לומר אז ס'איז אזויוו א ביאה
משא''כ ביי תרומת ביצים, און כ''ש ביי השתלת שחלות, ווי די אופן וויאזוי די קינד ווערט למעשה געבוירן איז דורך א כשר'ע ביטע פון די מאן און פרוי, וואס באמת נאר דאס מאכט די קינד אזויווי ביי אלע
נאר מ'האט אפעס אריין געלייגט אין די פרוי פארדעם, וויאזוי זאל דא זענען עפעס א ביאה אסורה?
אויב איז יא קינד געבוירן בהיתר ברויך עס זיין מותר
אשה שנתעברה באמבטי, איז א אלטע דיון אין די פוסקים, און די פראבלעם איז שמא ישא אחותו, אבער קיינער רעדט נישט פון ממזרת,
און ס'איז שוין געשעהן מיט בן סירא בנו של ירמיה שרחץ באמבטי, (בדרך נס)