הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

לפי זה, קען מען פארשטיין פארוואס סאטמאר רב האט געהאלטן אז מ'טאר עס נישט טוהן

אפי' אין די תורה שטייט נאר אז מ'טאר נישט האבן קיין ביאה מיט די אלע וכו', און דא איז עס נישט דא
אבער אויב איז דאס א וועג ווי מ'קען האבן א קינד, איז אפשר לומר אז ס'איז אזויוו א ביאה

משא''כ ביי תרומת ביצים, און כ''ש ביי השתלת שחלות, ווי די אופן וויאזוי די קינד ווערט למעשה געבוירן איז דורך א כשר'ע ביטע פון די מאן און פרוי, וואס באמת נאר דאס מאכט די קינד אזויווי ביי אלע
נאר מ'האט אפעס אריין געלייגט אין די פרוי פארדעם, וויאזוי זאל דא זענען עפעס א ביאה אסורה?

אויב איז יא קינד געבוירן בהיתר ברויך עס זיין מותר

אשה שנתעברה באמבטי, איז א אלטע דיון אין די פוסקים, און די פראבלעם איז שמא ישא אחותו, אבער קיינער רעדט נישט פון ממזרת,
און ס'איז שוין געשעהן מיט בן סירא בנו של ירמיה שרחץ באמבטי, (בדרך נס)
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אשה שנתעברה באמבטי, איז א אלטע דיון אין די פוסקים, און די פראבלעם איז שמא ישא אחותו, אבער קיינער רעדט נישט פון ממזרת,
און ס'איז שוין געשעהן מיט בן סירא בנו של ירמיה שרחץ באמבטי, (בדרך נס)
גערעכט

אבער באופן וואס די קינד ווערט געבוירן פון אן ביאה כשירה איז דאך עס זיכער נישט קיין פראבלעם
 
גערעכט

אבער באופן וואס די קינד ווערט געבוירן פון אן ביאה כשירה איז דאך עס זיכער נישט קיין פראבלעם
תרומת ביצים מאכט מען אייביג דורך איי ווי עף

השתלת שחלות ווייס איך נישט, ווילסטו זאגן אז דאס איז מותר ווייל מ'קען נישט אסר'ן א מאן האבן ביאה מיט זיין פרוי, איך הער קען זיין.
אפשר קען מען יא אלטס גזירה שמא ישא אחותו (אשה מוזהרת שאל תשכב על סדין ששכב עליהן איש אחר, פן תתעבר משכבת זרע של אחר, גזירה שמא ישא אחותו מאביו)

אדער אפשר הייסט עס ביאה מיט א אשת איש ? אזוי ווייט וואלט איך לכאורה נישט געגאנגען

אבער איך מיין ביי די אלע מאכט מען עניוועי אייוויעף
 
  • האהא
רעאקציעס: Yesh
די האסט גענומען די ציור פון פעדער און די שטעלסט עס צוזאם מיטען רמב"ם סאיז אבער נישט ריכטיג די אווערי איז העכר די פעלאפין טיובס און דאס האב איך געמיינט ווען איך האב גשריבן טופס אנשטאד א ב האב איך גשריבן פ

דער רמב״ם האט געמאכט א ספר פרקי משה דארט זעט מען אז זיין ציור נעמט ער פון א דאקטער גאלינעס און זיי האבען נאך נישט גיקענט זען אינווייניג זיי האבען סך הכל צושניטען טויטע פרויען און נאכן טויט באקומט עס אביסל א אנדערע צורה
יא איך האב אזוי פארשטאנען. אגב פּאָסט מארטעם פאטאלעדזשי אלס די איינציגסטע וועג צו פארשטיין די אינטערנעל ארגענס איז נאך אהנגעגאנגען אזוי שפעט ווי די 1830s װען הענרי גרעי און הענרי װאנדײק קארטער האבן מחבר געװען דעם אילוסטרירטן גרעיס אנאטאמי בוך עט סעינט דזשארדעזעס האספיטאל מעדיקל סקול אין לונדון.
נחזור לענייננו אזוי ווי די האסט מעתיק גיווען די מכתב תגובה און סהאט אויסגעקוק אז סהאט גירעדט צו דיר האב איך פשוט גיענטפערט אויף די די פיר קשיות בקיצור
יעצט אויב די רבנים האוסרים ווילן אסערען מכח סייענס זאלען זיי קלאר ארויס זאגען אז אפילו מדברי חזל און די ראשונים זעט מען אז די זרע שאפט זיך ביי די פרוי בשעת ביאה פון גלוסטען עכ"ז גייט מען נישט מיט חז"ל ווי באלד סייענס זאגט אנדערש און שלום על ישראל
המשך יבוא
און װאס האסטו געענטפערט? אז מ'זעהט אנדערע זאגן כי תזריע מײנט בלוט אין די רחם אדער די ליחות. נו, דאס האב איך דאך שױן געזעהן אין ר' פנחס' כץעס תשובה אלײנס.
װי קענסטו ערװארטן פון פרומע דײנים זאגן אז מ'גײט נישט מיט חז"ל? נאר די קלוגע צװישן זײ זאגן טאקע אז מ'רעכנט זיך מיט די ען עי און אז מ'לייענט צװישן די שורות זעהט מען אז זײ זענען טאקע מרמז אז חז"ל האבן נישט געװיסט.
ס'איז איז אײן זאך צו זאגן אז כי תזריע אדער אשה מזרעת קען אױך מײנען אדער ארױף גײן אױף די ביצים פון געבורט, װי מ'װײסט הײנט, װײל אױב חזל װאלטן הײנט געלעבט װאלטן זײ אױך געזאגט אזױ. נאר היות זײ האבן נישט געװיסט האבן זײ געזאגט ס'מײנט די אבװיעס, דם אדער ליחות אד"ג.
ס'איז גאר א צװײטע זאך צו קומען און מאכן א נײע חידוש אז חז"ל זאלן האבן געמײנט אז די פרױ מוז מאכן א פעולה נאנט צום געבורט כדי 'כי תזריע' זאל חל זײן, און אז װען זײ װאלטן הײנט געלעבט װאלטן זײ אױך נישט געזאגט אז די ביצים גײן ארײן אין גדר פון כי תזריע, װאס איז קלאר א חוכא ואיטלולא. זעכער װאלטן זײ געזאגט ס'מײנט דעיס.
 
תרומת ביצים מאכט מען אייביג דורך איי ווי עף

השתלת שחלות ווייס איך נישט, ווילסטו זאגן אז דאס איז מותר ווייל מ'קען נישט אסר'ן א מאן האבן ביאה מיט זיין פרוי, איך הער קען זיין.
אפשר קען מען יא אלטס גזירה שמא ישא אחותו (אשה מוזהרת שאל תשכב על סדין ששכב עליהן איש אחר, פן תתעבר משכבת זרע של אחר, גזירה שמא ישא אחותו מאביו)

אדער אפשר הייסט עס ביאה מיט א אשת איש ? אזוי ווייט וואלט איך לכאורה נישט געגאנגען

אבער איך מיין ביי די אלע מאכט מען עניוועי אייוויעף
שחלות מאכט מען נישט דורך איי ווי עף, פאר דעם איז דא וואס ווערטלען זיך אויף ר' חיים לייב כץ אז ער וועט מתיר זיין השתלת שחלות ווייל ער איז נאר קעגן איי ווי עף.

בנוגע שמא ישא אחותו, פארוואס זאל מען נישט מאכן א ספעציעלע ליסטע ווי מ'וועט טשעקן אויב ס'איז אחותו, און פערטיג? ביי שלאפן אויף א סדין קען מען חושש זיין אז מ'ווייסט נישט פון וועם מ'איז נתעבר געווארן אבער דא איז נישט שייך אזא חשש.

ס'איז יא דא וואס טענה'ן אז דאס קינד וועט זיין א ממזר אלס אזא חשש פון ביאה מיט אן אשת איש, הגם ס'איז זייער א גרויסע סטרעטש, איך מיין ר' משה שאול קליין שרייבט אז דאס קינד וועט זיין א ממזר, אפילו זיין גאנצע איסור איז געבויעט אויף רב וואזנער און רב וואזנער האט נישט געזאגט אז דאס קינד וועט זיין א ממזר. דאס האט ער שוין אליינס צוגעלייגט.

די וואס האלטן אז מ'וועט זיין א ממזר אויף די וועג, וועט זיין א שאלה אויב מ'נעמט די שחלה פון א פנויה, וועט מען יא מעגן?

און די פנויה וועט נישט מעגן חתונה האבן שפעטער ווייל זי איז שוין כאילו נקנה געווארן בביאה אלס די צווייטע ווייב פון דער וואס האט געדארפט די שחלה?

ס'וועט אויסקומען אז בשעת זי גייט זיין אויפן קאוטש און לייענען א ביכל גייט זי פלוצלינג ווערן חתונה געהאט מיט איינעם פון א אנדערע שטאט...
 
שחלות מאכט מען נישט דורך איי ווי עף, פאר דעם איז דא וואס ווערטלען זיך אויף ר' חיים לייב כץ אז ער וועט מתיר זיין השתלת שחלות ווייל ער איז נאר קעגן איי ווי עף.

בנוגע שמא ישא אחותו, פארוואס זאל מען נישט מאכן א ספעציעלע ליסטע ווי מ'וועט טשעקן אויב ס'איז אחותו, און פערטיג? ביי שלאפן אויף א סדין קען מען חושש זיין אז מ'ווייסט נישט פון וועם מ'איז נתעבר געווארן אבער דא איז נישט שייך אזא חשש.
אויב אזוי קען מען ביי תרומות ביצה און זרע אויך מאכן די ליסט

איינער דערמאנט די עצה אין איינער פון די תשובות?
 
ר' עובדיה יוסף האט מתיר געווען תורמת ביצה פון א יהודית גרושה או אלמנה.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
שמעתי אז היינט קומט אן אסיפה אין בארא פארק פון די אוסרים
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
שמעתי עס קומט יעצט פאר אין אנשי ספרד מיט די באטייליגונג פון פריימאן, וואלקאון, מיהאלדי,
גאלאנטא
בורשטין
דעבריצין
ר' מעכיל שטיינמעץ
ר' אפרים שמעון - סאטמאר 15
ר' יצחק שטיין - פאליטישאן
ר' משה קעסלער - וויזניץ מאנסי
 
ר' הערשל אויש - וואלקאן טרעט אויף
 
גאלאנטא
בורשטין
דעבריצין
ר' מעכיל שטיינמעץ
ר' אפרים שמעון - סאטמאר 15
ר' יצחק שטיין - פאליטישאן
ר' משה קעסלער - וויזניץ מאנסי
ר' אהרן גאלדמענציער - סקווירא
חוסט רבי
ר' משה ראטה - קארליסבורג
ר' אנשיל שעהר - קלעסן
פאפא רבי - ב''פ
 
ס'איז איז אײן זאך צו זאגן אז כי תזריע אדער אשה מזרעת קען אױך מײנען אדער ארױף גײן אױף די ביצים פון געבורט, װי מ'װײסט הײנט, װײל אױב חזל װאלטן הײנט געלעבט װאלטן זײ אױך געזאגט אזױ. נאר היות זײ האבן נישט געװיסט האבן זײ געזאגט ס'מײנט די אבװיעס, דם אדער ליחות אד"ג.
ס'איז גאר א צװײטע זאך צו קומען און מאכן א נײע חידוש אז חז"ל זאלן האבן געמײנט אז די פרױ מוז מאכן א פעולה נאנט צום געבורט כדי 'כי תזריע' זאל חל זײן, און אז װען זײ װאלטן הײנט געלעבט װאלטן זײ אױך נישט געזאגט אז די ביצים גײן ארײן אין גדר פון כי תזריע, װאס איז קלאר א חוכא ואיטלולא. זעכער װאלטן זײ געזאגט ס'מײנט דעיס
זיי מיר מוחל איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט
די חזל זאגען אז דאס קינד זאל זיין א זכר אדער א נקיבה איז תלוי ווער ס' איז מזריע קודם און די חזל זאגען אויך אז כדי זי זאל האבן א זכר זאל ער שוהה זיין על הבטן אז זי זאל קודם מזריע זיין אויב אזוי איז קלאר אז איר גוף איז פועל הזרעה בשעת ביאה
המשך יבוא
 
Back
Top