- זיך איינגעשריבן
- מאי 16, 2024
- מעסעדזשעס
- 878
- רעאקציע ראטע
- 2,379
- פונקטן
- 423
במחילת כת"ר, דו קומסט ארײן אומקלאר און אױך האלטסטו אין אײן טױשן סובדזשעקט. שױן, יעצט װילסטו זיך שטעלן אױף װאספארא סובסטענץ אדער פונקציע פון די פרױ, "מזרעת" גײט ארױף (מבלי להתײחס צו ס'דארף זײן א פעולה צונישט - װאס דאס איז ס"ה דער נקודה אױף װאס דער מגיב שטעלט זיך )?קודם וויל איך מיך באציען צו די 4 טענות וואס די ברעגסט נאך פון די מכתב תגובה
1) למאי נפקא מינה
2)3)די חז"ל לערנען ארויס פון אשה כי תזריע וילדה זכר אשה מזרעת 'תחילה' יולדות זכר עיין ברמב"ן וברבינו בחיי שזה נעשה בהרחם מדם (אגב די סיפורנו לערנט אז ס גייט אויף די ליחות )
4) דער חזו"א אין איסורי ביאה סימן לו לערנט אריין אין רמב"ם אז די זרע איז דם חימוד וואס קומט פונעם רחם און ס' גייט אריין אין די חצוצרות
ס'איז אויך כדאי זאלסט לערנען די פירוש המשניות להרמבם אויף די משנה משל משלו חכמים וועט דיר קלאר ווערן אז די שתי ביצים רופט ער די טופס נישט די אווערי
המשך יבוא
1) למאי נפקא מינה װאס?
2)3) קענסט מיר ברענגען נאך 15 ראשונים װאס יעדער זאגט ס'מײנט עפעס אנדערש ביז אירע 'טרערן'. אבער דאס קומט נאר מחזק זײן אז 'כי תזריע' קומט נישט בכלל זאגן אז ס'מוז זײן א נײע 'פעולה' אדער אז אלע זענען מסכים װאס דער פעולה איז.
4) כ'האב נישט קײן אהנונג װאס דם חימוד איז. כ'זעה ס'האט א גאנצע װיקי פעידזש און אײן שורה אז חוקרים טראכטן אפשר מײנט דאס דמם שבירה דהײנו פון א מכה וכדומה. אבער װען דו רעדסט צו מיר בזמן הזה ברױכסטו שטימען מיט מאדערן סײענס, װאס מ'װײסט הײנט. ברענגען ראשונים (װֿעל, די חזו"א איז אפי' אן אחרון אױך נישט) װאס זאגן דאס און יענץ איז נאר גוט אױף אפצופרעגן ראיות פון זײ, און מחלק זײן צושטעלונגען; עספּעשעלי אױב ער "לערנט נאר אזױ ארײן אין דעם רמבם".
דערמאנסט מיר פון ר' יואל גוטמאן װאס מאכט אזא תורה: אז דעם אבן יקרה'ס 'כלי הולדה' מוז זײן ער מײנט 'נאר רחם' װײל אזױ האט דער צור-יעקב פארשטאנען אין אים. װײל מ'מעג דאך נישט פארשטײן אנדערש װי דער צור-יעקב, װײל ער איז דאך א פריערדיגער. דוכט זיך, זילבער אדער אױש מאכן אױך אזעלכע תורות. ס'איז גוטמאנען נישט אײנגעפאלן אז ס'איז אפשרי דאס דער אבן-יקרה האט שױן געװיסט פון די דאקטױרים און עקספערימענטן װאס כ'האב אױבן צוגעלינקט.. אזױ זעהט מען אױס װען אלץ װאס מ'קוקט איז נאר "טעקסט" אינעװײניג.
אגב, כ'האב געזעהן דעם פירוש המשניות. ס'איז מיר גארנישט לײכטער געװארן. כ'װײס נישט װאס 'טופס' מײנט. אין עברית מײנט עס א פֿאָרם:
ס"ה זאגט ער אז די גאנצע קרנײם, די גאנצע ארעם פון אױבן, זענען די ביצים. נאך מער ראָנג. אקעי, פֿײן. כ'װײס נישט װי-אזױ ס'העלפט אונז דא. די איבעריגע (אהנע פירושים) פארשטײ איך נישט. ער זאגט מ'דארף זײן רגיל מעט בחכמת הניתוח אים צו גוט פארשטײן און איך בין נישט.ועליה - שתי תוספות דומות לשני קרנים אשר על צוואר הרחם, ואמנם מה הם זה הביצים, וזאת הצורה התבאר בספר הניתוח.
און אז דו דערמאנסט מיר שױן, קװאָטן מײנט װען מען ציטירט עמיצן.
לעצט רעדאגירט: