תלמידי חכמים מנגחים זה את זה בהלכה? דאס הייסט מנגחים בהלכה? מ'מאכט אן אסיפה איבער אזעלכע דברים חמורים מאד און מ'איגנארירט גענצליך די רבנים האוסרים?
דער תירוץ איז: יא! דאס הייסט מנגחים! נאר איר ווייסט וועמען מ'איז מנגח? הקב''ה ותורתו הקדושה! דאס איז מען מנגח ליידער.
און ווען מ'איז מנגח הקב''ה ותורתו הקדושה, און מ'וויל מפיר זיין בריתו של אברהם אבינו מיט אן עזות וחציפות ושקר שאין כמוהו, מחלל צו זיין און מערב צו זיין זרע קודש עם זרע בת אל נכר רחמנא לישיזבן מיט סברות של שטות ושקר, וועל איך נישט שטיל שווייגן בשום אין פנים ואופן !!!
איך בין אן עזות פנים זאגט איר? וויל אייך זאגן אז עזות פנים איז זייער ווייניג געזאגט. איך וועל טוהן וואס פנחס קנאה האט געטוהן און מקיים זיין דעם 'ויקח רומח בידו' און אריינשטעכן א שווערד אין דעם חומה של שקר וכזב אויף וואס דער היתר איז געבויעט, ואני על משמרתי אעמודה מיטן גרעסן מאס תקיפות ועזות דקדושה לגלות השקר הגס של ההיתר הזה, ביז די חומה וועט גענצליך צופאלן און טהרת וקדושת עם ישראל יוחזר למקומו בעזרת השם יתברך.