הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

א מין אינטרעסאנטע היכי תמצא װי די זאכן װאס די ציונישטישע רבנים האלטן נישט װי סאקמער רב דארף מען אים פאלגן אבער די זאכן ציװאס זײ זענען אױך מסכים, דוקא דיע דארף מען נישט פאלגן?? אַמער?
זיי זענען נישט מסכים, דער הרב גולדברג איז בפירוש מתיר תרומת ביצית, ער וויל נאר אויפטוהן אז עס זאל זיין געמאכט אן קיין שום אנדערע חששות, און ער פארשטייט אז לדעת האדמו"ר מסאטמר איז דא א חשש ממזרות, ממילא וויל ער עס זאל זיין פון א פנויה. אבער ער אליינס פסק'נט נישט אזוי, ער האט נישט אנגענומען קיין פסקים פון האדמו"ר מסאטמר, און בכלל האלט ער אז תרומת ביצית אויך מותר,

הרב זלמן נחמיה ז״ל איז גיוועהן גדול כוחו בהלכה , אויף אזוי ווייט אז ער האט מתיר גיוועהן
מזכה ציזיין א גט פאר א פרוי , וואס די מאן איז גיוועהן אין Vegetative state מכח זכין לאדם
שלא בפניו , קיינער פון די היימישע וואלט וועהן
נישט אונטערגינומען אזא שווערע היתר ,אבער דא גייט ער און די צד לחומרא , אין דאס איז ביי
תרומת ביצית , ממילא לעניינינו ווי מען רעדט פון
השתלה , האט עס נישט קיין שייכות , אזוי ווי די
בעלי סברא- די מתירים זענען מחלק בטוב טעם
ודעת , האבן דאך די חז״ל שוין מגדיר גיוועהן
אם אין דעת הבדלה מנין , מען דארף מתפלל זיין
ביי אתה חונן , ציהאבן דעת און פארשטיין דעם
חילוק ,
קוק פריער, הרב גולדברג גייט נישט לחומרא ביי תרומת ביצית, ער איז עס מתיר, ער זאגט נאר אז לפי האדמו"ר מסאטמר קען זיין א חשש ממזרות אויב מען נעמט עס פון אן אשת איש, ממילא זאל מען עס נעמען פון א פנויה, כדי צו פארמיידן פונעם קינד קיין שום חששות, אבער ער איז גארנישט מחמיר, ער איז פיין מתיר.
 
לעצט רעדאגירט:
און דא נאכאמאל:

(אײם סארי פאר די רױטע הײלײטס; איך האב עס גענומען פון מײן פאריגע אָפּלױדעד קאָמפּרעסד דאקומענט. יעצט האב איך צוגעלײגט די גרינע).
איך מײן אז ר' א. ע. מײזלס װײזט אױף אז די צװײ זענען לאו דוקא פארבינדן. ס'דא װאס האלטן אז ערבוביה איז א פראבלעם אהן ביאה און ס'דא װאס האלטן אז ביאה איז א פראבלעם אהן ערבוביה.

נאר בײ נידון דידן איז הא בהא תליא: אױב װערט די שחלה נאך פאררעכנט פון די ערשטע פרױ װײל ס'װערט נישט בטל איז דאס גורם אז די ביאה זאל זײן אסור, עכ"פ לפי הרמ"ע מפאנו. סאױ איך מײן אז @בינה ודעת טענה'ט טאקע אז ס'איז דא תערובת אױכעט!?:
View attachment 6820
אבער אין פאקט, ר' מײזלס דרינגט זיך אפילו אױף שפעטער אױף פון רש'י לאפוקי װי דער ציץ אליעזר װיל טענה'ן אז ברגע ס'װערט אפגעשניטן פון די ערשטע פרױ פארלירט עס יחס און עס איז װי ספנא דארעא, װײל דא קען מען עס צוריקלײגן צו די ערשטע פרױ:
View attachment 6822

זעה נאך דא, לױט דיע װאס האלטן די איסור איז מחמת תערובת זרע, רשב"א און רב האי גאון, איז אפי' אָהן אַן עבירה (ביאת איסור), די קינד א ממזר:View attachment 6817

זעה נאך פון רב מײזלס' תשובה (די גרין). לױט די װאס זאגן די פראבלעם איז תערובת לדוג' הרמ"ע מפאנו, איז אפי' בלא ביאה כלל אסור.
View attachment 6814

אבער לױט'ן רמב"ם למשל, איז די איסור נאר אין די ביאה און די (תערובת) זרע גיבט גארנישט צו:
View attachment 6819
View attachment 6818

און די אבני נזר דאכט זיך האלט אז ס'דארף זײן בײדע.

נו, אז ר' אהרן װיל נישט אפ' בחורים זאלן װיסן איז דאך אכשר דרא.

ר' א. ע. מײזלס זאגט דעמאלס איז דא די פראבלעם פון הבחנה אבער ר' עובדיה יוסף האט טאקע מתיר געװען. מײזלס זאגט ער װעט װעגן דעם שרײבן א חלק ב':
View attachment 6821

מײזלס װײזט אױף אז א ממזר קען װערן נישט נאר מיט א ביאת היתר נאר אפי' אהן קײן ביאה בכלל, װילאנג ס'איז דא עטװאס מעשה דורך װעלכע די זרע װערט מעורב כגון װען זי גײט ארײן אין אַן אמבטי, װען ס'איז בדעתה אז ס'איז מעגליך ס'איז דא דארטן זרע פון איר שװער.

זעה למשל דא װאס ער ברענגט פון דער בעל זכר לחגיגה, ובאמצע דבריו:
View attachment 6825
View attachment 6826
דוקא װען ס'איז א גענצליכע מתעסק, שוגג אדער אנוסה (אױך נישט לכל הדעות דאכט זיך), װערט עס נישט קײן ממזר.

דו קענסט אײביג אױסטרעפן אזעלכע מאדנע היכי תמצאס לױט בײדע סײ די מתירים און סײ די אוסרים. און בײדע צדדים זענען אפילו שולדיג און מאכן דיע סארט טענות. אבער דאס איז בכלל נישט קײן אפפרעג װײל אין הכי נמי, אױף יעדן דין דארף מען עקסטער דן זײן און זעהן אױב מ'קען מאכן חילוקים.

איך קען מיך פארשטעלן אײנע פיהר הונדערט צוריק, װען מ'האט אױסגעטראפן די ביצת האישה (נישט מדיוק, נאר לשבר את האוזן) אפלאכן און פרעגן, דו זאגסט אז דאס איז די זרע האישה? װאס װעט זײן אױב מ'װעט אײן טאג ערפונדן אז מען קען ארײנלײגן די ביצה אין א צװײטע פרױ, װעסטו אױך זאגן אז דאס קינד איז נישט פון די ערשטע פרױ?

און לאָו ענד ביהאָולד, ס'זענען דא הײנט אזעלכע װאס װילן דאס טאקע זאגן. פלוצלונג איז עס מער נישט אזױ ביזאַרר. מײ פּױנט, דאס אז דו האסט געפינען א פאל װאס סאַונד אאַוּטלאַנדיש איז נישט קײן ראיה אז בעיקרון איז דער יסוד רעוע נאר ליבערשט אז דײן כח ההיקש איז געשלאגן.

ס'קען זײן סתם א איסור ערװה אבער די קינד איז נישט קײן ממזר, למשל א כהן צו א גרושה. אדער אַן אנוסה. ס'איז דא אפילו אַן איסור כרת אװאו די װלד איז נישט קײן ממזר: װען א מאן װױנט מיט זײן פרױ א נידה.

אױב למשל װערט דאס קינד א ממזר, מאכט דאס אלײן די ביאה צוזײן אַן איסור'דיגע ביאה װײל מען טאר נישט באשאפן א ממזר.

נו, דאס איז דאך פונדקאות װאס למעשה האט מען דאס אױך געאסרט.

ר' יששכר כץ אין זײן DUAL MOTHERHOOD תשובה איז מסביר אז אינאוּנהױב פון די טעכניקן האבן די פוסקים אוּנגענומען פאר א פשטות אז די מאמע װאס 'טראגט' די קינד איז די אמתע מאמע װײל זײ האבן געװאלט מתיר זײן תורמות ביצה. אבער שפעטער װען פונדקאות איז געװארן א פאסעבילעטי האבן מאנכע געטױשט טוּן און יעצט איז געװארן אז די דזשענעטיק קאנטריביוטער איז די אמתע מאמע אזױ אז סײ תורמות ביצה און סײ פונדקאות זאל װערן מותר (?). (מסתמא װײל צוטרעפן א מותר'דיגע תורמות איז נישט אזױ שװער, א יהודײה א פניה אדער, לפי געװיסע, א גױטע און מען איז מגײר דאס קינד. אבער צוטרעפן א פונדקאית װאס זאל זײן מותר איז שװערער אפשר װײל געװענליך זענען זײ פארהײראט, און דערפאר א"א, און דו װילסט געװענליך זײ זאלן זײן אידן. און חוץ מזה העלפט דאס אײנע װאס אירע ביצים זענען פײן, נאר זי קען נישט טראגן דאס קינד)

זה אױבן אז די ביאה מעג זײן א כשרע אבער װילאנג ס'איז דא עטװאס מעשה ביודעין זענען דא אזעלכע פוסקים װאס האלטן ס'איז אסור.

יא, לבײשו, אז דא זאגט מען נישט נאר װײסט מען נישט װער זײן טאטע איז נאר ער האט 100 טאטעס װײל זײ האבן אלע מזנה געװען צוזאמען.
שוואך. דעפענעטלי נישט פשוט פשט אין תוספות אדער די גמרא.
 
  • לייק
רעאקציעס: Dna
Back
Top