- זיך איינגעשריבן
- מאי 16, 2024
- מעסעדזשעס
- 922
- רעאקציע ראטע
- 2,467
- פונקטן
- 423
לתמצית הדברים, איז בוני עולם אריבערגעקומען דעם פֿענס לבסוף? זענען זײ אפיציעל אױך שױן מתיר?
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
לתמצית הדברים, איז בוני עולם אריבערגעקומען דעם פֿענס לבסוף? זענען זײ אפיציעל אױך שױן מתיר?
שוואך. דעפענעטלי נישט פשוט פשט אין תוספות אדער די גמרא.און דא נאכאמאל:
(אײם סארי פאר די רױטע הײלײטס; איך האב עס גענומען פון מײן פאריגע אָפּלױדעד קאָמפּרעסד דאקומענט. יעצט האב איך צוגעלײגט די גרינע).
איך מײן אז ר' א. ע. מײזלס װײזט אױף אז די צװײ זענען לאו דוקא פארבינדן. ס'דא װאס האלטן אז ערבוביה איז א פראבלעם אהן ביאה און ס'דא װאס האלטן אז ביאה איז א פראבלעם אהן ערבוביה.
נאר בײ נידון דידן איז הא בהא תליא: אױב װערט די שחלה נאך פאררעכנט פון די ערשטע פרױ װײל ס'װערט נישט בטל איז דאס גורם אז די ביאה זאל זײן אסור, עכ"פ לפי הרמ"ע מפאנו. סאױ איך מײן אז @בינה ודעת טענה'ט טאקע אז ס'איז דא תערובת אױכעט!?:
View attachment 6820
אבער אין פאקט, ר' מײזלס דרינגט זיך אפילו אױף שפעטער אױף פון רש'י לאפוקי װי דער ציץ אליעזר װיל טענה'ן אז ברגע ס'װערט אפגעשניטן פון די ערשטע פרױ פארלירט עס יחס און עס איז װי ספנא דארעא, װײל דא קען מען עס צוריקלײגן צו די ערשטע פרױ:
View attachment 6822
זעה נאך דא, לױט דיע װאס האלטן די איסור איז מחמת תערובת זרע, רשב"א און רב האי גאון, איז אפי' אָהן אַן עבירה (ביאת איסור), די קינד א ממזר:View attachment 6817
זעה נאך פון רב מײזלס' תשובה (די גרין). לױט די װאס זאגן די פראבלעם איז תערובת לדוג' הרמ"ע מפאנו, איז אפי' בלא ביאה כלל אסור.
View attachment 6814
אבער לױט'ן רמב"ם למשל, איז די איסור נאר אין די ביאה און די (תערובת) זרע גיבט גארנישט צו:
View attachment 6819
View attachment 6818
און די אבני נזר דאכט זיך האלט אז ס'דארף זײן בײדע.
נו, אז ר' אהרן װיל נישט אפ' בחורים זאלן װיסן איז דאך אכשר דרא.
ר' א. ע. מײזלס זאגט דעמאלס איז דא די פראבלעם פון הבחנה אבער ר' עובדיה יוסף האט טאקע מתיר געװען. מײזלס זאגט ער װעט װעגן דעם שרײבן א חלק ב':
View attachment 6821
מײזלס װײזט אױף אז א ממזר קען װערן נישט נאר מיט א ביאת היתר נאר אפי' אהן קײן ביאה בכלל, װילאנג ס'איז דא עטװאס מעשה דורך װעלכע די זרע װערט מעורב כגון װען זי גײט ארײן אין אַן אמבטי, װען ס'איז בדעתה אז ס'איז מעגליך ס'איז דא דארטן זרע פון איר שװער.
זעה למשל דא װאס ער ברענגט פון דער בעל זכר לחגיגה, ובאמצע דבריו:
View attachment 6825
View attachment 6826
דוקא װען ס'איז א גענצליכע מתעסק, שוגג אדער אנוסה (אױך נישט לכל הדעות דאכט זיך), װערט עס נישט קײן ממזר.
דו קענסט אײביג אױסטרעפן אזעלכע מאדנע היכי תמצאס לױט בײדע סײ די מתירים און סײ די אוסרים. און בײדע צדדים זענען אפילו שולדיג און מאכן דיע סארט טענות. אבער דאס איז בכלל נישט קײן אפפרעג װײל אין הכי נמי, אױף יעדן דין דארף מען עקסטער דן זײן און זעהן אױב מ'קען מאכן חילוקים.
איך קען מיך פארשטעלן אײנע פיהר הונדערט צוריק, װען מ'האט אױסגעטראפן די ביצת האישה (נישט מדיוק, נאר לשבר את האוזן) אפלאכן און פרעגן, דו זאגסט אז דאס איז די זרע האישה? װאס װעט זײן אױב מ'װעט אײן טאג ערפונדן אז מען קען ארײנלײגן די ביצה אין א צװײטע פרױ, װעסטו אױך זאגן אז דאס קינד איז נישט פון די ערשטע פרױ?
און לאָו ענד ביהאָולד, ס'זענען דא הײנט אזעלכע װאס װילן דאס טאקע זאגן. פלוצלונג איז עס מער נישט אזױ ביזאַרר. מײ פּױנט, דאס אז דו האסט געפינען א פאל װאס סאַונד אאַוּטלאַנדיש איז נישט קײן ראיה אז בעיקרון איז דער יסוד רעוע נאר ליבערשט אז דײן כח ההיקש איז געשלאגן.
ס'קען זײן סתם א איסור ערװה אבער די קינד איז נישט קײן ממזר, למשל א כהן צו א גרושה. אדער אַן אנוסה. ס'איז דא אפילו אַן איסור כרת אװאו די װלד איז נישט קײן ממזר: װען א מאן װױנט מיט זײן פרױ א נידה.
אױב למשל װערט דאס קינד א ממזר, מאכט דאס אלײן די ביאה צוזײן אַן איסור'דיגע ביאה װײל מען טאר נישט באשאפן א ממזר.
נו, דאס איז דאך פונדקאות װאס למעשה האט מען דאס אױך געאסרט.
ר' יששכר כץ אין זײן DUAL MOTHERHOOD תשובה איז מסביר אז אינאוּנהױב פון די טעכניקן האבן די פוסקים אוּנגענומען פאר א פשטות אז די מאמע װאס 'טראגט' די קינד איז די אמתע מאמע װײל זײ האבן געװאלט מתיר זײן תורמות ביצה. אבער שפעטער װען פונדקאות איז געװארן א פאסעבילעטי האבן מאנכע געטױשט טוּן און יעצט איז געװארן אז די דזשענעטיק קאנטריביוטער איז די אמתע מאמע אזױ אז סײ תורמות ביצה און סײ פונדקאות זאל װערן מותר (?). (מסתמא װײל צוטרעפן א מותר'דיגע תורמות איז נישט אזױ שװער, א יהודײה א פניה אדער, לפי געװיסע, א גױטע און מען איז מגײר דאס קינד. אבער צוטרעפן א פונדקאית װאס זאל זײן מותר איז שװערער אפשר װײל געװענליך זענען זײ פארהײראט, און דערפאר א"א, און דו װילסט געװענליך זײ זאלן זײן אידן. און חוץ מזה העלפט דאס אײנע װאס אירע ביצים זענען פײן, נאר זי קען נישט טראגן דאס קינד)
זה אױבן אז די ביאה מעג זײן א כשרע אבער װילאנג ס'איז דא עטװאס מעשה ביודעין זענען דא אזעלכע פוסקים װאס האלטן ס'איז אסור.
יא, לבײשו, אז דא זאגט מען נישט נאר װײסט מען נישט װער זײן טאטע איז נאר ער האט 100 טאטעס װײל זײ האבן אלע מזנה געװען צוזאמען.
איינער קען אהערברענגען דעי לינק?איך האב געלייגט די לינק צו די דרייוו אין מיין פריערדיגע תגובה.
מוזט נישט הערן די גאנצע, הייב אן הערן ביי 11:04
זייער שוואכע מעשיות..די פלפולים ארום און ארום, און אוודאי לאנגע התעוררות דרשה מיט וואס דו ענדיגסט דיין תגובה, אזויווי געווענליך, איז גענצליך איבעריג, און מסתמא נאר צו פארשלייערן די לעכער אין דיין תשובה אויף די שאלה, וברוב דברים לא יחדל פשע.
איך האב געפרעגט א פשוטע שאלה, פאר 20 אדער מער יאר צוריק ווען עס האט זיך געטוהן וועגן תרומת ביצית, עס זענען געווען רבנים מתירים, אבער די גדולי הפוסקים פון יענע דור האבן מכריע געווען לאיסור. האב איך געוואלט וויסן ווער פון די אלע אוסרים, האבן געשריבן די טערמין "הולד ממזר".
אויבן האסטו געשריבן אז פילע שרייבן אזוי, און דו גייסט באלד מעתיק זיין די לשונות. דערווייל די איינציגסטע נאמען וואס דו האסט געברענגט איז הגאון ר' מאיר בראנדסדארפער זצ"ל בעל קנה בשם, וואס שרייבט זייער קלאר אין זיין תשובה אז תרומת ביצית דארף האבן די זעלבע חומר וואס איז דא ביי הזרעה מלאכתית. - אבער צו באמערקן, אז אין די גאנצע אריכות הלשון זיינע איז נישט אריינגעקומען די טרוקענע ווארט "ממזר", ער וואלט זיך פארשפארט צו שרייבן פילע ווערטער. עפעס זעהט נישט אויס אינגאנצען אז ער האט געהאלטן ביי דעם "הולד ממזר", כאטשיג ער שרייבט גענוג שארף אויף דעם.
הרבנים הגאונים ר' מענדל זילבער, ר' הערשל אויש, ר' מרדכי זאב אייכלער [זיי מיר מוחל, אבער איך מיין אז דו האסט אויך יעצט די ערשטע מאל געהערט זיין נאמען], אב"ד סענזשארץ שליט"א, זענען נישט געווען די גדולי הפוסקים וועלכע האבן 20 יאר צוריק געפסקנט די שאלה, נישט פון זיי האט מען גערעדט.
ר' זלמן נחמי' גולדברג, א דיין אין בי"ד הרבני הגדול, איז אוודאי נישט געווען קיין מכריע פאר די היימישע ציבור, ממילא איז נישט רעלעוואנט פאר אונז וואס ער האט געהאלטן בדעת האדמו"ר מסאטמר.
איך וויל הערן פון אונזערע גדולי הפוסקים, הרב וואזנער, הרב אלישיב, ר' שלמה זלמן, ר' ישראל יעקב פישער, ר' משה הלברשטאם, ר' נסים קארעליץ, ר' יחזקאל ראטה, ועוד כהנה, זכר צדיקים לברכה, צו זיי האבן געשריבן אזא לשון ביי "תרומת ביצית", אדער נישט.
חוץ מזה איז דיין גאנצע אריכות נישט אין פלאץ. האסט עפעס מער דירעקט אויף די פראגע, בין איך גרייט צו הערן.
I feel your painזייער שוואכע מעשיות..
די היזיגע היימישע רבנים זענען גארנישט! די ארץ ישראל'דיגע זענען נישט פאר סאטמאר! נו ווער איז יא א בר סמכא?
די היימישע וואס זאגן וויאזוי איך וויל... נעה! זייער שוואך. איך האב מיך גערישט אויף עפעס בעסער'ס..
הער אויס, דער עולם דא איז זייער אן אויפגעקלעטער, און ווען זיי זעהן אז אן איידעם פון אזא גאון ווי ר' שלמה זלמן ז''ל רעכענט זיך מיט דעת האדמו''ר מסאטמאר מיינט עס עפעס פאר זיי. פארפאלן! מ'קען זיך נישט פאסמאקעווען אגאנץ יאהר אויף קרעמעל, און פלוצלונג זיך מאכן ווי א בת היענה און רעדן אן אייוועלט שפראך. ס'ארבעט נישט אזוי..
נאך אלעם די ווערטער פון הרב גולדברג רעדט מער ווי אלע מתירים צוזאמען, און די מוזט אויפקומען מיט עפעס אן ערעסטע אפפרעג, אז נישט זענען די מתירים טאקע חוזק..
אבער ביני לביני פאר די אויפגעקלערטע דא, וואס זיי איז גוט פרעמדע פסקים אויך.. לאמיר טאקע זעהן וואס דעת הגרי''ש אלישיב ז''ל און דעת הרה''ג רב עובדיה יוסף ז''ל איז געווען.
אין קובץ ישורון ברענגט הרב אברהם שערמן א תלמיד מובהק פון הגרי''ש אלישיב זצ''ל אזא תשובה:
כבוד הגר"נ פרובר שליט"א אב"ד דביה"ד הרבני בת"א העלה שאלה ובקשה חוו"ד ופסק
מכבוד מרן מורי ורבי הרב הגאון שר התורה הרב יוסף שלום אלישיב שליט''א.
בענין שני בני זוג שבאו לפני ביה"ד, שנולדו להם שני ילדים תאומים בן ובת. התאומים נולדו מזרע האב ומתרומת ביצית של אשה גויה (נוכריה), לאחר אחר שהופרתה הביצית בזרעו של הבעל בהפריה חוץ גופית, היא הושתלה ברחמה של האשה היהודיה.
השאלה ששואל אבה"ד את כבוד מרן הרב שליט"א, האם יש לחייב את התאומים בגיור היות והופרו ע"י ביצית של אשה גויה.
כבוד הגר"נ פרובר שליט"א בקש שאעביר לכבוד מרן הרב שליט"א את השאלה.
העלתי השאלות בפני כבוד מרן שליט"א, והשיב ''שהביצית של הנוכריה היא שקובעת את יחוס התאומים והם מתייחסים אחריה. על כן כדי שיהיו יהודים הם צריכים להתגייר''.
(נאך שארפער פון הרב וואוזנער)
ווייטער זאגט ער:
מרן הרב שליט"א הסביר פסיקתו שיצירתו של אדם מתהוה מזרעו של האב והביצית של האשה, והרחם של האשה בו מתפתח וממנו נולד ויוצא לאויר העולם אינו קובע את היחס. הרב שליט"א הוסיף שבכל מה שנוגע ליחוס יש לראות את הרחם ככלי חיצוני בו התפתח העובר וממנו יצא, וכאשר שאלתי את כבוד מרן הרב שליט"א האם יש ליתן משקל ולהתחשב באותם פוסקים ומחברים שפסקו שהאם הפונדקאית המולידה היא אמו של הילוד, וציינתי שם חלק מהם, ''הרב דחה שיטות אלו, והוסיף תמיהה לשיטות אלו ושאל: אם תווצר אפשרות שניתן יהיה לקחת ביצית ולהשתילה ברחם בהמה שתוליד את העובר האם הבהמה תקבע את היחוס של העובר?.
בתמצית דעת מרן שליט"א דהרב רואה ברחמה של האם הפונדקאית כמקום חצוני שאינו קובע את היחס והיחס נקבע רק מזרע האיש והביצית של האשה שמהוים את מרכיב יצירת הולד, ובמקרה שהביצית הופרתה בזרע של יהודי, היחס יקבע ע"י הביצית של הנכרית, כפי שקובעת ההלכה בישראל הבא על הנוכרית, העיבור והילוד הם נכרים. ולזרע הישראל אין כל השפעה בקביעת יחוסו''.
והעליתי בפני כבוד מרן הגרי"ש אלישיב שליט"א את נמוקיו אלו של הגר"א וולדנברג זצ"ל לקביעתו ופסיקותיו שהנולד מתיחס אחר האם המולידה ולא אחר תורמת הביצית והשיב לי בלשון זו. ''גם אם דברים אלו היו כתובים בתוספתא גם אז לא היינו מבינים ויכולים לקבלם, ''ק"ו שהדברים הם סברא בלא מקור''.
אין קובץ אסיא תשס''ז ברענגט ער א פארקערטע מעשה, אז מ'האט גענומען א ביצית פון א אידישע פרוי, און עס איינגעפלאנצט אין א גויאישע פרוי.
ברענגט ער א תשובה וואס הרב ר' שלמה משה עמאר שליט''א האט געענפערט פאר איינעם:
עמדת הגה"ר עובדיה יוסף שליט"א שאם זוג יהודי משתמש באם פונדקאית נכריה להביא בנם לעולם, אין צורך בגרות ''כי האם ההלכתית היא בעלת הביצית''.
וכאן שהביצית מהאשה היהודיה, הבן הוא יהודי. הגם שיושמו במעיה של פונדקאית שאינה יהודיה, ''הולד יהודי גמור. וא"צ גירות, וגם אם יגיירו אין זו גירות, ואם בת היא כשרה לכהונה''.
וכן שמעתי באומרים לי שכן דעת הגאון הגדול המפורסם כמוהר"ר רבינו יוסף שלום אלישיב שליט"א.
ובע"ה ובישועתו עוד אשוב לכתוב בזה באורך וברוחב לאשש הדברים ביסודות נאמנים.
בבה''ת ובהוקרה
שלמה משה עמאר
הראשון לציון הרב הראשי לישראל.
נו זעהט עטס דאך טייערע אידן פון וואספארא הארבע זאכן מ'רעדט דא. שטייטס ווייט פון דעם! עטס ווילטס געהאלפן ווערן מיט טייערע אידישע נשמות, נישט מיט גוים חלילה! נישט מיט ממזירים חלילה!
די הייליגע תורה זאגט: לא יבוא ממזר בקהל ה' עד עולם !!!
שטייטס ווייט אוועק פון השתלת שחלות, און ברענגטס נישט אראפ קיין גוים און ממזירים אויף דער וועלט! דאס איז א מעוות לא יוכל לתקון!
דער באשעפער גייט ענק העלפן מיט א גרויסע גרויסע ישועה! היפלא מה' דבר?
thank you. I really appreciate it
ס'איז א גרויסע טעות וואס מענטשן האבן, ר'חאא האט געשיקט א לענגערע מכתב שאלה צו הרב זילבער גלייך פון אנהייב, די סיבה פארוואס דו זעהסט עס נישט איז ווייל ווער זאל עס ארויסליעקן?...האסט שיין געברענגט פון ר' מאיר בראנדסדארפר אז ער האט אזוי געהאלטען ביי רבנים מובהקים זענען זיינע פסקים בכלל נישט שטארק כידוע און ר' מענדל זילבער האט מען בכלל נישט געפרעגט קיין שאלות אים האט באצלט מען צו זיין א טוען אדער א בורר פשוט ער איז עלטער געווארן איז ער געווארן א שייינער איד (איך ווייס אויך אז ער שרייבט שיינע תשובות שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך)
און די אנדערע ווייס איך דיך וואס זיי זאגען און איך האלט אז זיי זענען נישט גערעכט איך בין אונטייטל אזוי ווי זיי און איך האב נאך א תשובה פון רב וואזנער
איך געב דיר נאך איין געלעגנהייט צו ענטפערן "נאר פונקטליך" אויף וואס מען פרעגט, אן קיין שום אנדערע אריכות און פלפולים.זייער שוואכע מעשיות..
די היזיגע היימישע רבנים זענען גארנישט! די ארץ ישראל'דיגע זענען נישט פאר סאטמאר! נו ווער איז יא א בר סמכא?
די היימישע וואס זאגן וויאזוי איך וויל... נעה! זייער שוואך. איך האב מיך גערישט אויף עפעס בעסער'ס..
הער אויס, דער עולם דא איז זייער אן אויפגעקלעטער, און ווען זיי זעהן אז אן איידעם פון אזא גאון ווי ר' שלמה זלמן ז''ל זאגט קלארע דיבורים אז לפי דעת האדמו''ר מסאטמאר וועט זיין די הלכה ביי תרומת ביצית אז הוולד ממזר, מיינט עס עפעס פאר זיי. פארפאלן! מ'קען זיך נישט פאסמאקעווען אגאנץ יאהר אויף קרעמעל, און פלוצלונג זיך מאכן ווי א בת היענה און רעדן אן אייוועלט שפראך. ס'ארבעט נישט אזוי.. דער עולם דא קויפט עס נישט.
נאך אלעם די ווערטער פון הרב גולדברג רעדט מער ווי אלע מתירים צוזאמען, און די מוזט אויפקומען מיט עפעס אן ערעסטע אפפרעג, אז נישט זענען די מתירים טאקע חוזק..
אבער ביני לביני פאר די אויפגעקלערטע דא, וואס זיי איז גוט פרעמדע פסקים אויך.. לאמיר טאקע זעהן וואס דעת הגרי''ש אלישיב ז''ל און דעת הרה''ג רב עובדיה יוסף ז''ל איז געווען.
אין קובץ ישורון ברענגט הרב אברהם שערמן א תלמיד מובהק פון הגרי''ש אלישיב זצ''ל אזא תשובה:
כבוד הגר"נ פרובר שליט"א אב"ד דביה"ד הרבני בת"א העלה שאלה ובקשה חוו"ד ופסק
מכבוד מרן מורי ורבי הרב הגאון שר התורה הרב יוסף שלום אלישיב שליט''א.
בענין שני בני זוג שבאו לפני ביה"ד, שנולדו להם שני ילדים תאומים בן ובת. התאומים נולדו מזרע האב ומתרומת ביצית של אשה גויה (נוכריה), לאחר אחר שהופרתה הביצית בזרעו של הבעל בהפריה חוץ גופית, היא הושתלה ברחמה של האשה היהודיה.
השאלה ששואל אבה"ד את כבוד מרן הרב שליט"א, האם יש לחייב את התאומים בגיור היות והופרו ע"י ביצית של אשה גויה.
כבוד הגר"נ פרובר שליט"א בקש שאעביר לכבוד מרן הרב שליט"א את השאלה.
העלתי השאלות בפני כבוד מרן שליט"א, והשיב ''שהביצית של הנוכריה היא שקובעת את יחוס התאומים והם מתייחסים אחריה. על כן כדי שיהיו יהודים הם צריכים להתגייר''.
(נאך שארפער פון הרב וואוזנער)
ווייטער זאגט ער:
מרן הרב שליט"א הסביר פסיקתו שיצירתו של אדם מתהוה מזרעו של האב והביצית של האשה, והרחם של האשה בו מתפתח וממנו נולד ויוצא לאויר העולם אינו קובע את היחס. הרב שליט"א הוסיף שבכל מה שנוגע ליחוס יש לראות את הרחם ככלי חיצוני בו התפתח העובר וממנו יצא, וכאשר שאלתי את כבוד מרן הרב שליט"א האם יש ליתן משקל ולהתחשב באותם פוסקים ומחברים שפסקו שהאם הפונדקאית המולידה היא אמו של הילוד, וציינתי שם חלק מהם, ''הרב דחה שיטות אלו, והוסיף תמיהה לשיטות אלו ושאל: אם תווצר אפשרות שניתן יהיה לקחת ביצית ולהשתילה ברחם בהמה שתוליד את העובר האם הבהמה תקבע את היחוס של העובר?.
בתמצית דעת מרן שליט"א דהרב רואה ברחמה של האם הפונדקאית כמקום חצוני שאינו קובע את היחס והיחס נקבע רק מזרע האיש והביצית של האשה שמהוים את מרכיב יצירת הולד, ובמקרה שהביצית הופרתה בזרע של יהודי, היחס יקבע ע"י הביצית של הנכרית, כפי שקובעת ההלכה בישראל הבא על הנוכרית, העיבור והילוד הם נכרים. ולזרע הישראל אין כל השפעה בקביעת יחוסו''.
והעליתי בפני כבוד מרן הגרי"ש אלישיב שליט"א את נמוקיו אלו של הגר"א וולדנברג זצ"ל לקביעתו ופסיקותיו שהנולד מתיחס אחר האם המולידה ולא אחר תורמת הביצית והשיב לי בלשון זו. ''גם אם דברים אלו היו כתובים בתוספתא גם אז לא היינו מבינים ויכולים לקבלם, ''ק"ו שהדברים הם סברא בלא מקור''.
אין קובץ אסיא תשס''ז ברענגט ער א פארקערטע מעשה, אז מ'האט גענומען א ביצית פון א אידישע פרוי, און עס איינגעפלאנצט אין א גויאישע פרוי.
ברענגט ער א תשובה וואס הרב ר' שלמה משה עמאר שליט''א האט געענפערט פאר איינעם:
עמדת הגה"ר עובדיה יוסף שליט"א שאם זוג יהודי משתמש באם פונדקאית נכריה להביא בנם לעולם, אין צורך בגרות ''כי האם ההלכתית היא בעלת הביצית''.
וכאן שהביצית מהאשה היהודיה, הבן הוא יהודי. הגם שיושמו במעיה של פונדקאית שאינה יהודיה, ''הולד יהודי גמור. וא"צ גירות, וגם אם יגיירו אין זו גירות, ואם בת היא כשרה לכהונה''.
וכן שמעתי באומרים לי שכן דעת הגאון הגדול המפורסם כמוהר"ר רבינו יוסף שלום אלישיב שליט"א.
ובע"ה ובישועתו עוד אשוב לכתוב בזה באורך וברוחב לאשש הדברים ביסודות נאמנים.
בבה''ת ובהוקרה
שלמה משה עמאר
הראשון לציון הרב הראשי לישראל.
נו זעהט עטס דאך טייערע אידן פון וואספארא הארבע זאכן מ'רעדט דא. שטייטס ווייט פון דעם! עטס ווילטס געהאלפן ווערן מיט טייערע אידישע נשמות, נישט מיט גוים חלילה! נישט מיט ממזירים חלילה!
די הייליגע תורה זאגט: לא יבוא ממזר בקהל ה' עד עולם !!!
שטייטס ווייט אוועק פון השתלת שחלות, און ברענגטס נישט אראפ קיין גוים און ממזירים אויף דער וועלט! דאס איז א מעוות לא יוכל לתקון!
דער באשעפער גייט ענק העלפן מיט א גרויסע גרויסע ישועה! היפלא מה' דבר?
thanks@בינה ודעת ביטע ברענג די גאנצע תשובה פין קנה בושם אויך די שטיקל וואס ער רעדט פין זרע הבעל וואס מען האט ארויסגענימען פין די כיס
and upload
װער איז דער פתחי דעת? װער פון ר' אלישיב'ס תלמידים גיבט דאס ארױס?
װער איז דאס, ר' יהושע ראזענבערגער פון קרית רמ"א בית שמש?
יא
איך מיין אז סאיז נישט דא קיין בריוו פון איםאיך געדענק נישט איך זאל האבן געזעהן פון אים א תשובה אדער בריװ להתיר?
אנשולדיגט, אבער הרב חיים רוטר דומ"ץ וחבר בד''צ מסורת שרייבט קלאר סוף פון זיין תשובה:איך מיין אז סאיז נישט דא קיין בריוו פון אים
ער האט שוין עטליכע מאל שיעור צוריק געצויגן
די מתירים האלטן אים אן
עפעס אזוי
איך געב דיר נאך איין געלעגנהייט צו ענטפערן "נאר פונקטליך" אויף וואס מען פרעגט, אן קיין שום אנדערע אריכות און פלפולים.
ווער פון די גדולי הפוסקים האבן געשריבן "הולד ממזר" ביי "תרומת ביצית"?
און גדולי הפוסקים מיין איך די גדולי הפוסקים בשעתו, ד"ה פאר 20 יאר צוריק בשעת מען האט דן געווען אויף תרומת ביצית, נישט קיין חילוק צו פון א"י אדער פון חו"ל, אבער די וועלכע האבן דאן געלעבט און מכריע געווען די שאלה לאיסור, ווער האט דאן געשריבן די טערמין "הולד ממזר"?
איך פרעג נישט ווער עס האט געהייסן מגייר זיין, איך פרעג נישט ווער עס האט געשריבן אז די וולד איז זיך מתייחס נאך די תורמת, איך פרעג ספעציפיש די איינע שאלה, ווער האט געשריבן "הולד ממזר"?
גענוג קלאר געפרעגט?
ביטע אויב דו קענסט ענטפערן "פונקטליך" אויף די שאלה, שרייב, טאמער נישט ביטע איגנאריר מיין שאלה.
(און נאכמאל, הרב גולדברג האמיר שוין געהערט, אבער נישט פון אים רעדט מען, איך וויל וויסן פון גדולי הרבנים במחנינו, וועלכע האבן פאר אונז געפסקנט די שאלה פון תרומת ביצית, ווער פון זיי האט געשריבן דעם טערמין).