Yiddishkind
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- דעצ. 22, 2024
- מעסעדזשעס
- 93
- רעאקציע ראטע
- 116
- פונקטן
- 28
פון ר' הערשיל אויש אויף חומת הדת
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
פון ר' הערשיל אויש אויף חומת הדת
On the google drive the link is on page 6
די גאנצע אופן יצירת הביצים פון סוף דף א' ביז סוף דף ב' האט יענער ארױסגעשניטן. און שפעטער אױך װעגן די דנ"א, עֶמאָנג אנדערע טשעינדזשעס אױף כמה פלעצער אינמיטן פון די תשובה (צום סוף האט ער צוגעלײגט עפעס א תורה'לע פון דער מהר"ל). װי אױך האט ער געטױשט פון בעל דברי יואל אדער אדמו"ר מסאטמאר צו מרן זי"עדער האט חוץ צוגעשריבן צום סוף, אויכט ארויסגענומען עטליכע חלקים, זעה אז זיינס איז עטליכע בלעטער קערצער
ר' בנימין לאנדא האט אויכט באמת נישט מתיר געווען?ווען מ'זעהט אז דער מעכטיגער באמבאסטישער שקר פון דעת ר' הערשל אויש האט אויפגעפלאצט ווי א אטעם באמבע. נעמט מען זיך שיסן מיט תגובות ווי שוואמען נאך א רעגן צו נידערן די שטויב פונעם אויפרייס.
אבער איך זאג ענק נאכאמאל: ווען מ'קען קומען און זאגן אויף איינעם וואס שרייבט אזא זעלטען שארפע תשובה לאיסור, אז עכט האט ער געהאלטן להיתר נאר מ'האט אים נאכדעם איבערצייגט, איז דער רעאקציע מיט איין ווארט:
ירא הקהל וישפוט מיט וואספארא שקרנים און ספינערס מ'האנדעלט דא!
און די זעלבע האבן זיי געטוהן מיט ר' נתן קופשיץ, ביז ער האט נישט געהאט קיין בריירה און ארויס געקומען עס לייקענען בריש גלי. די חברה זענען הוחזק שקרן אויף א פרעצעדענטלאזן פארנעם
שפעלע טייערע? מ'האט אייך שטארק איינגערעדט אז ס'איז דא אזא ריקארדינג? איך ווייס.. באט איטס טיים טו וועיק אפ ענד סמעל די האט פרעש קאפי.. לא היה ולא נברא אזא ריקארדינג!
אױב האט דײן חבר געמײנט אז ער קען מאכן גוטע װיצן מיט היכי תמצאס פון אידענטיקעל צװילינגען און דזשערמלײן מאזעיסיזם האט דער פון דער 'לכבוד הכותב המעלים שמו' דאקומענט געװיזן אז ער קען בעסער:דאן איז געקומען איינער און געשריבן א גאנצע מענה אויף דעם צעטל, אנגעהויבן מיט די ווערטער לכבוד הכותב המעלים שמו, און ער שרייבט פול מיט טענות און מענות, און דאן ענדיגט ער צו ובעוה“ר הגענו למצב מה שאמרו חז“ ל חגיגה י “ד ע “א ירהבו הנער בזקן, ונראה לפרש שהנערים מן החכמה ירהבו, שנתקיים בהם מה שאמרו זקן זה שקנה חכמה, ובעוה“ר נתקיים במר מה שאמרו ז“ל גמרא גמור זמורתא תהא )ביצה כ“ד ע“א( ועכשיו משבשתא כיון דעל על, והגם כי ידעתיו מימי נעוריו, לא אפרש שמו, רק אסיים בברכת שלום שלום אמר ה‘ לרחוק ולקרוב ״ורפאתיו״ וד“ל, ואין כאן לא אימה ולא מציק.
יח) מה שהביא ראיה מאדם הראשון שלקח הקב”ה הצלע ונברא בו חוה, אין עניינו לכאן, ובפרט קודם שנצטוו שום דבר, דמבואר שם באור החיים הקדוש (בראשית ב י”ח) שהיה יכול להוליד מעצמו, ונברא עם כח המזריע ועם כח ההולדה, ולא נאסר לבוא אליו, ורק אחר שנחלק משנים התחיל החיוב של איש ואשה, ומה תאמר שבא אדם הראשון יציר כפיו של הקב ”ה על כל בהמות וחיות שגם כן מותר?
צדיק'ל גיב אכטונג וואס די שרייבסט, ווייל פון דעם איז עכט דא א ריקארדינג..ר' נתן קופשיץ האט זיך מצטרף גיווען צו ר' בנימין לאנדא צו איר ווילט אדער נישט יעדער קען זען זיין חתימה
דארט קען מען א ריקארדינג אויך? איך זעה עפעס נישט אזא אפשן
נאר "אינשי", אבער א ניק קען יא משקר זיין.....
מ'קען עפעס דערשנאפן א חשש גילו דעדורך?
און וואס טוט זיך מיט א מילתא דלא עבידא לגלויי...?
גיי אריין אין דעם לינק ביי די דרשות, וועסטו טרעפן די דררשה פון ר' הערשל אויש, אויב דו ווילסט וויסן קענסטו עס אויסהערן. אויב נישט, דאן שריי ווייטער אז עס איז להד"ם.
ווען די וועסט האבן צייט? ווילאנג דויערט עס טאקע?נאר "אינשי", אבער א ניק קען יא משקר זיין.....
אזויפיהל איז ביי מיר קלאר, אז ס'איז זיך נישטא וואס צו טענה'ן מיט דעם "חסר בינה ודעת", מ'זאגט איין זאך, הייבט ער אן שרייען און שימפן עפעס אנדערש, און ווען מ'דרוקט אים צו די וואנט שרייט ער אז ס'איז לא היו דברים מעולם, ווען יעדער קען הערן די רעקארדינג קליפ און קלאר. אויב איך וועל האבן צייט וועל איך עס ארויפברענגן, נישט פאר דעם בינה ודעת, נאר פאר די אנדערע.
און נאכאמאל, איך האב גארנישט קעגן הרה"ג ר' הערשל אויש שליט"א, ער איז ביי מיר אלץ געווען א חשובע תלמיד חכם און מורה הוראה, און ער איז בארעכטיגט צו טראכטן קודם אז אפשר איז עס מותר, און שפעטער מכריע זיין לאיסור חמור. איך האב נאר געברענגט א הוכחה פון זיינע ווערטער, אז ער האט נישט געהאט קיין קבלה פון קארלסבורגער רב אין דעם ענין, ותו לא מידי.
רעכטס קליק אױף די פײל צו גײן צו פּראָפערטיס, דערנאך גײ צו די דיטעילס טעבּ: