הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

ווען מ'זעהט אז דער מעכטיגער באמבאסטישער שקר פון דעת ר' הערשל אויש האט אויפגעפלאצט ווי א אטעם באמבע. נעמט מען זיך שיסן מיט תגובות ווי שוואמען נאך א רעגן צו נידערן די שטויב פונעם אויפרייס.

אבער איך זאג ענק נאכאמאל: ווען מ'קען קומען און זאגן אויף איינעם וואס שרייבט אזא זעלטען שארפע תשובה לאיסור, אז עכט האט ער געהאלטן להיתר נאר מ'האט אים נאכדעם איבערצייגט, איז דער רעאקציע מיט איין ווארט:

ירא הקהל וישפוט מיט וואספארא שקרנים און ספינערס מ'האנדעלט דא!

און די זעלבע האבן זיי געטוהן מיט ר' נתן קופשיץ, ביז ער האט נישט געהאט קיין בריירה און ארויס געקומען עס לייקענען בריש גלי. די חברה זענען הוחזק שקרן אויף א פרעצעדענטלאזן פארנעם
ר' נתן קופשיץ האט זיך מצטרף גיווען צו ר' בנימין לאנדא צו איר ווילט אדער נישט יעדער קען זען זיין חתימה
 
דער האט חוץ צוגעשריבן צום סוף, אויכט ארויסגענומען עטליכע חלקים, זעה אז זיינס איז עטליכע בלעטער קערצער
די גאנצע אופן יצירת הביצים פון סוף דף א' ביז סוף דף ב' האט יענער ארױסגעשניטן. און שפעטער אױך װעגן די דנ"א, עֶמאָנג אנדערע טשעינדזשעס אױף כמה פלעצער אינמיטן פון די תשובה (צום סוף האט ער צוגעלײגט עפעס א תורה'לע פון דער מהר"ל). װי אױך האט ער געטױשט פון בעל דברי יואל אדער אדמו"ר מסאטמאר צו מרן זי"ע :ROFLMAO:. זײער נחוץ! איך בין סופרײזד עמיצער זאל מאכן טשעינדזשעס צו עמיצער אנדערשן'ס תשובה, אהן רשות, און אפילו נישט אהנמערקן װאו ער האט געמאכט זײנע טשעינדזשעס. װאַט דע פ***?

אױך האט ער געמאכט בּאָלד געװיסע פאראגראפס װאס ער האט ליב געהאט.

איך האב תיכף חושד געװען דאס איז דער קעיס װײל, חוץ װאס די צאל פון בלעטער זענען אנדערש, האב איך געזעהן a) די אותיות זענען א משהו קלענער, b) ער האט רעמאָװד אסאך new lines פון די תשובות און c) די אהנפאנג און ענדע פון די שורות מעטשן נישט אלעמאל מיט דער ארגינעלער דאקומענט. נאכמער, אין אפאר פלעצער דערקענט זיך אז ער האט פרובירט צובאהאלטן זײנע ענדערונגען דורכ'ן למשל צוריקשטעלן די שורות זײ זאלן װידער מעטשן. אױף א פלאץ למשל מאכט ער פון 'וקל וחומר' צו א ר"ת (וק"ו) כדי צוריק צו פארגלײכן די שורות.

דא האט איר בײדע דאקומענטן. דארט װי עס דא א טשעינדזש, א רעמאָװעל אדער אַן עדישען, האב איך די װערטער געמאַרקט אין סײען. בד"װֿ, כ'האב דאס אלץ געדארפט מאכן מעניוּלי װײל מײן 'קאָמפּער דאקומענטס' פֿיטשער אין PDF ארבעט נאכנישט.
 
בייגעלייגטע פיילס

ווען מ'זעהט אז דער מעכטיגער באמבאסטישער שקר פון דעת ר' הערשל אויש האט אויפגעפלאצט ווי א אטעם באמבע. נעמט מען זיך שיסן מיט תגובות ווי שוואמען נאך א רעגן צו נידערן די שטויב פונעם אויפרייס.

אבער איך זאג ענק נאכאמאל: ווען מ'קען קומען און זאגן אויף איינעם וואס שרייבט אזא זעלטען שארפע תשובה לאיסור, אז עכט האט ער געהאלטן להיתר נאר מ'האט אים נאכדעם איבערצייגט, איז דער רעאקציע מיט איין ווארט:

ירא הקהל וישפוט מיט וואספארא שקרנים און ספינערס מ'האנדעלט דא!

און די זעלבע האבן זיי געטוהן מיט ר' נתן קופשיץ, ביז ער האט נישט געהאט קיין בריירה און ארויס געקומען עס לייקענען בריש גלי. די חברה זענען הוחזק שקרן אויף א פרעצעדענטלאזן פארנעם
ר' בנימין לאנדא האט אויכט באמת נישט מתיר געווען?
ר' אהרן טייטלבוים'ס תשובה האט אים איינער געצווינגען צו שרייבן?
ווער זיין נעפיו ר' יעקב בער?

ס'איז זייער קלאר אז ס'זענען דא פיינע רבנים וואס זענען מתיר מדעת עצמם, און קענען אויך די סוגיא, ר' בנימין איז נישט ניי דא, ער קען די זאכן גאנץ גוט, און אפי' ר' אהרן, האט אריין געלייגט כוחות ביז ער איז צוגעקומען צום היתר

די זעלבע ביי די אוסרים, ס'זענען זיכער דא וואס פארשטייען די זאכן, און ס'איז זיי אויסגעקומען לאיסור, און גארנישט אנדערש האט זיי געשטיפט צו דעם, נאר די אמת

אבער די וואס קומען שרייען אז ס'איז קלאר נאר איין צד, און די אנדערע זייט זענען סתם שקרנים, וכו',
די זענען וואס שטיפן עפעס אן אגענדע
 
I ask you again please hear it and come back
שפעלע טייערע? מ'האט אייך שטארק איינגערעדט אז ס'איז דא אזא ריקארדינג? איך ווייס.. באט איטס טיים טו וועיק אפ ענד סמעל די האט פרעש קאפי.. לא היה ולא נברא אזא ריקארדינג!
 
לעצט רעדאגירט:
ווי איז דא די ריקארדינג?

נו ווי טאקע..

די רעדטס דיך טאקע איין פאר איין רגע אז סאיז דא אזא ריקארדינג? להד''ם!

ר' הערשל ווערט דערמאנט אין די סאמע ערשטע תגובה פון דעם אשכול אלס איינער פון די הויפט אוסרים. און בכלל גיי לערן זיין תשובה און טראכט אליין צו ס'איז מעגליך אז דער מענטש זאל האבן געהאלטן אמאל להיתר..
 
לעצט רעדאגירט:
דאן איז געקומען איינער און געשריבן א גאנצע מענה אויף דעם צעטל, אנגעהויבן מיט די ווערטער לכבוד הכותב המעלים שמו, און ער שרייבט פול מיט טענות און מענות, און דאן ענדיגט ער צו ובעוה“ר הגענו למצב מה שאמרו חז“ ל חגיגה י “ד ע “א ירהבו הנער בזקן, ונראה לפרש שהנערים מן החכמה ירהבו, שנתקיים בהם מה שאמרו זקן זה שקנה חכמה, ובעוה“ר נתקיים במר מה שאמרו ז“ל גמרא גמור זמורתא תהא )ביצה כ“ד ע“א( ועכשיו משבשתא כיון דעל על, והגם כי ידעתיו מימי נעוריו, לא אפרש שמו, רק אסיים בברכת שלום שלום אמר ה‘ לרחוק ולקרוב ״ורפאתיו״ וד“ל, ואין כאן לא אימה ולא מציק.
אױב האט דײן חבר געמײנט אז ער קען מאכן גוטע װיצן מיט היכי תמצאס פון אידענטיקעל צװילינגען און דזשערמלײן מאזעיסיזם האט דער פון דער 'לכבוד הכותב המעלים שמו' דאקומענט געװיזן אז ער קען בעסער:
יח) מה שהביא ראיה מאדם הראשון שלקח הקב”ה הצלע ונברא בו חוה, אין עניינו לכאן, ובפרט קודם שנצטוו שום דבר, דמבואר שם באור החיים הקדוש (בראשית ב י”ח) שהיה יכול להוליד מעצמו, ונברא עם כח המזריע ועם כח ההולדה, ולא נאסר לבוא אליו, ורק אחר שנחלק משנים התחיל החיוב של איש ואשה, ומה תאמר שבא אדם הראשון יציר כפיו של הקב ”ה על כל בהמות וחיות שגם כן מותר?
lol.gif
 
מילתא דעבידא לאגלויי לא משקרי אינשי
 
ר' נתן קופשיץ האט זיך מצטרף גיווען צו ר' בנימין לאנדא צו איר ווילט אדער נישט יעדער קען זען זיין חתימה
צדיק'ל גיב אכטונג וואס די שרייבסט, ווייל פון דעם איז עכט דא א ריקארדינג..

ווער קען מיך אויסלערנען וויאזוי מ'לייגט ארויף א ריקארדינג?
 
מילתא דעבידא לאגלויי לא משקרי אינשי
נאר "אינשי", אבער א ניק קען יא משקר זיין.....

אזויפיהל איז ביי מיר קלאר, אז ס'איז זיך נישטא וואס צו טענה'ן מיט דעם "חסר בינה ודעת", מ'זאגט איין זאך, הייבט ער אן שרייען און שימפן עפעס אנדערש, און ווען מ'דרוקט אים צו די וואנט שרייט ער אז ס'איז לא היו דברים מעולם, ווען יעדער קען הערן די רעקארדינג קליפ און קלאר. אויב איך וועל האבן צייט וועל איך עס ארויפברענגן, נישט פאר דעם בינה ודעת, נאר פאר די אנדערע.

און נאכאמאל, איך האב גארנישט קעגן הרה"ג ר' הערשל אויש שליט"א, ער איז ביי מיר אלץ געווען א חשובע תלמיד חכם און מורה הוראה, און ער איז בארעכטיגט צו טראכטן קודם אז אפשר איז עס מותר, און שפעטער מכריע זיין לאיסור חמור. איך האב נאר געברענגט א הוכחה פון זיינע ווערטער, אז ער האט נישט געהאט קיין קבלה פון קארלסבורגער רב אין דעם ענין, ותו לא מידי.
 
ווען די וועסט האבן צייט? ווילאנג דויערט עס טאקע?
 
מ'קען עפעס דערשנאפן א חשש גילו דעדורך?
רעכטס קליק אױף די פײל צו גײן צו פּראָפערטיס, דערנאך גײ צו די דיטעילס טעבּ:
1752466681748.png

דרוק רעמאװ פראפערטיס ענד פערסאנעל אינפארמעישאן:
1752466197434.png

װעהל אױס 'קריעיט עי קאפי וכו'. און װי זאגט ריבי?, ויאכלו ענװים וישבעו...:

1752466854449.png
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top