בינה ודעת
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- נאוו. 28, 2024
- מעסעדזשעס
- 196
- רעאקציע ראטע
- 272
- פונקטן
- 63
@בינה ודעת נעם עס נישט אזוי פערזענלעך, ס'איז צוויי צדדים וואס מ'קען טראכטן, איך פארשטיי ביידע צדדים, הגם איך בין מער נוטה צי איין זייט, מ'דארף קענען פארשטיין אז ס'איז דא מענטשן וואס טראכטן אנדערשט
דארפסט פארשטיין, דא רעדט מען נישט פון די עירוב, דא רעדט מען נישט פון צומות הגידין, דא רעדט מען צו די זאלסט האבן חס ושלום קינדער אדער אייניקליך ממזרים אדער גוים רחמנא ליצלן!! אדער נישט. דאס גייט נישט עפעס אזוי גלייכגילטיג ווי: נו הער אויס, נאך אלעם איז דאך דא צוויי צדדים.. דאס איז א שפיל מיט פייער ממש!! צוויי צדדים איז אפשר גוט ווען מ'רעדט פון א שאלה אין הלכות תפילה, צו אפילו הלכות שבת, נישט ווען מ'האנדעלט דא פונעם עתיד פון יוחס עם ישראל.
און גלייב מיר אז אפילו ווען דא זאל עכט זיין א סברה לכאן ולכאן איז עס אויך גענוג א געפערליכע זאך אז היינטיגע מענטשן זאלן על דעת עצמם מתיר זיין אזא הארבע שאלה, אזא שאלה מכריע צו זיין באלאנגט פאר די חכמי המשנה והתלמוד, אדער העכסטענס פאר די הייליגע ראשונים, נישט פאר היינטיגע פוסקים. אבער ווען די מתירים זאלן כאטש האבן עפעס א אמת'דיגע סמך אויף וואס מתיר צו זיין, איז איין זאך.
די פראבלעם און די גרויסער ווייטאג פון יעדען איד וואס איז א מבקש האמת איז, אז דא וויל מען מתיר זיין איסורים חמורים ונוראים געבויעט אויף נארישע אייגענע חילוקים, וואס יעדער איינער אפילו די מתירים אליין ווייסן גאנץ גוט אז דאס מציאות איז ממש היפך פון דעם. זיי אליין ווייסן אויך גאנץ גוט דעם אמת לאמיתו ווער ס'איז די עכטע מאמע דא, און אז אלע זייערע פשטליך צו מאכן די נתרמת פאר די מאמע האט נישט קיין שום אחיזה אינעם מציאות און אין די הלכה.
און דער גרעסטער שייגעץ שטיק פון אלעם איז נאך, אז מ'וויל נאך אריינצווינגען דערין מענטשן על כרחם נגד דעתם ונגד דעת א רובא דמינכר פון רבנים ופוסקים מפורסמים, דאס איז א זאך וואס טוט אויפשוידערן יעדען פשוטען איד אפילו.
א איד וואס ווייסט דעם אמת, און ווייסט וואס מ'וויל מתיר זיין און מיט וואס מ'שפילט זיך דא, דער קען פשוט נישט שלאפן רואיג אין די טעג.
און דאס איז נאר איך מיינסטו? איך האב שוין גערעדט צו צענדליגער אידן תלמידי חכמים און אפילו סתם בעלי בתים וואס ווייסן פון וואס מ'רעדט דא, און אלע זאגן אז דער מצב איז ממש איום ונורא. א גאנץ פשוטער איד א פראמעדיק וואס ווייסט גוט און האט ארויס פונקטליך דעם מציאות, האט מיר זיך אויסגעדרוקט אפאר טאג צוריק, אז מ'דארף ממש גוזר תענית זיין.
ס'איז קלאר אז דא גייט גענומען ווערן דראסטישע שריט אינעם ריכטונג פון זיך פראטעקטען פון די שרעקליכע מכשולות וואס די מתירים ווילן דא ארויפצווינגן אויף יעדעם. אדער מיט א קלארע סיסטעם אז מ'זאל דאס קענען נאכגיין, אדער מיט ''הבדלו'' פשוט זיך אפטיילן און ווערן זעלבסשטענדיג און אומאפהענגיג פון די מתירים מיט זייערע פאסילעטיס. ווייל אנדערש קען דאס פשוט נישט אנגיין ווייטער. ס'איז ממש עק וועלט!
לעצט רעדאגירט: