Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
יא , סאיז איבער 20 זייטן ער זאגט אז ער דארף עס נאך מגיה זייןאיך הער אז די שפאטיווקער האט /גייט ארויס געבן א תשובה....
(*נישט קיין ווערטל)
(אז דו רעדסט איבער מגיה זיין וועל איך דיר מגיה זיין אז מ'שרייבט 'מגיה' זיין און נישט 'מגיע' זיין...)
פערצופאל גאנץ א גיטע תשובה, איך האב עקספעקטעד פלפולים ופתלתולים, אבער ניין, ס'איז פשוט אין צי די זאך
דא שטייט אז דאס איז פריטויותדיגע היתר און עס איז נישט פאר א פאבליק היתר...א בריוו פון ר' בנימין לאנדא, אונטערגעשריבן אויך דורך ר' נתן קופשיץ, פון רב קופשיץ איז דא א רעקארדינג אז ער זאגט אז ער האט עס קיינמאל נישט מתיר געווען.
פון וועמען?ס' איז דא א תשובה פון 17 עמודים להיתר אויב איינער האט עס זאל ער ס' ארויפלייגן
לויט די היינטיגע קענטעניס איז די טייטשיא איך האב אזוי פארשטאנען. אגב פּאָסט מארטעם פאטאלעדזשי אלס די איינציגסטע וועג צו פארשטיין די אינטערנעל ארגענס איז נאך אהנגעגאנגען אזוי שפעט ווי די 1830s װען הענרי גרעי און הענרי װאנדײק קארטער האבן מחבר געװען דעם אילוסטרירטן גרעיס אנאטאמי בוך עט סעינט דזשארדעזעס האספיטאל מעדיקל סקול אין לונדון.
און װאס האסטו געענטפערט? אז מ'זעהט אנדערע זאגן כי תזריע מײנט בלוט אין די רחם אדער די ליחות. נו, דאס האב איך דאך שױן געזעהן אין ר' פנחס' כץעס תשובה אלײנס.
װי קענסטו ערװארטן פון פרומע דײנים זאגן אז מ'גײט נישט מיט חז"ל? נאר די קלוגע צװישן זײ זאגן טאקע אז מ'רעכנט זיך מיט די ען עי און אז מ'לייענט צװישן די שורות זעהט מען אז זײ זענען טאקע מרמז אז חז"ל האבן נישט געװיסט.
ס'איז איז אײן זאך צו זאגן אז כי תזריע אדער אשה מזרעת קען אױך מײנען אדער ארױף גײן אױף די ביצים פון געבורט, װי מ'װײסט הײנט, װײל אױב חזל װאלטן הײנט געלעבט װאלטן זײ אױך געזאגט אזױ. נאר היות זײ האבן נישט געװיסט האבן זײ געזאגט ס'מײנט די אבװיעס, דם אדער ליחות אד"ג.
ס'איז גאר א צװײטע זאך צו קומען און מאכן א נײע חידוש אז חז"ל זאלן האבן געמײנט אז די פרױ מוז מאכן א פעולה נאנט צום געבורט כדי 'כי תזריע' זאל חל זײן, און אז װען זײ װאלטן הײנט געלעבט װאלטן זײ אױך נישט געזאגט אז די ביצים גײן ארײן אין גדר פון כי תזריע, װאס איז קלאר א חוכא ואיטלולא. זעכער װאלטן זײ געזאגט ס'מײנט דעיס.
לפי דעתי מישט די אויס זאכן וואס האבן נישטאיך קען נאך מסכים זײן מיט דיר אז מען קען אפדעיטן די טײטש פון אשה כי תזריע. אבל שתי תשובות בדבר. אײנס, אשה כי תזריע זאגט נישט װער עס איז די מאמע אדער לגבי צו ס'איז עריות. ס'זאגט װען זי װערט טמא.
צװײ, מען דארף אױך אפדעיטן אז אשה כי תזריע איז נאר "אַטײל" פון דעם בילד. ד.ה. ס'איז דא מער װי אײן פאזע פון מזריע זײן. אױב װיל מען עס אײנטײלן אין מײלסטאונס, קען מען זאגן: 1) דאס מאכן די ביצה װען זי איז די מאמע'ס בױך נאך, 2) װען זי װערט געבױרן, 3) װען דאס װערט רעאקטיװיזירט בײ 12 יאר אדער אין די צענערלינג יארן - דורך די FHS הארמאן, 4) די רעליעס פון די ביצה אין די פעלאפיען אדער יוטעריטעריען טיוב, 5) די רגע װען די ספערם דרינגט אין איר ארײן, 6) און פײנעלי װען די עמבּריאו װערט רעליעסט צו די רחם. פּיק יור טשױס.. אױב װיל מען גײן מיט פֿרױד אױכעט איז דא מסתמא א פעריאד װען דאס קינד איז צװײ אדער דרײ יאר אלט װאס מען קען נעמען אין באטראכט אלס א באזונדערע פאזע פאר זיך.
אדער קען עס מײנען בלוט, ליחות, דם חמוד און די אלע אנדערע זאכן פונװאס די אלע פוסקים רעדן.
נו אזא א שאלה איז אלץ פרטיותדיגדא שטייט אז דאס איז פריטויותדיגע היתר און עס איז נישט פאר א פאבליק היתר...
איך האלט נאך אלס אינמיטן זײן תשובה. כ'האף מגיב צוזײן װען איך ענדיג. נאר שנעל האב איך געװאלט זאגן אז זײן סטײל איז אן אינטרעסאנטער: ס'דערמאנט מיך די דברי יואל שטיקלעך װאס איך פלעג לערנען אמאל אלס בחור. ער האט כנראה עדאָפּטעד זײן רעבין'ס סטײל לגבי הלכה אױכעט. ער בױעט אױף, ברענגט א באנטש מיט מקורות און דומיים, פרעגט קשיות אױף יעדן און פון אײנע אױפ'ן צװײטן, פרובירט פארענטפערן יעדן אײנעם און ביסלעכװײז בױעט אױף א קעיס.
דער האט חוץ צוגעשריבן צום סוף, אויכט ארויסגענומען עטליכע חלקים, זעה אז זיינס איז עטליכע בלעטער קערצעראיך האב א חבר א אינגערמאן מיט אסאך נאלעזש און א גוטע פעדער, זיינע ארומיגע האבן אים געפרעגט וואס איז די שאלה פון די שחלות, האט ער דעסיידעט עס אפצושרייבן, מיט אלע דעטאלן מיט שיינע הסברים אלע צדדים, ס'איז אויסגעקומען א שיינע לאנגע דאקומענט, ער האט צוגעענדיגט אז ער נעמט נישט קיין צד, מי אני להכניס את ראשי בין ההרים הגדולים וכו'.
ער האט עס נישט געשיקט צו די פובליק, ס'האט נישט געדארפט אנקומען צו די פובליק בכלל.
א שטיק צייט שפעטער זעהט ער אז איינער האט אפגעשניטן דעם אונטערשטן שטיקל פון די דאקומענט, און צוגעשריבן החותם בעילום שם מחמת אימת המציק יענקלע כהן ושותפו יצחק בנימין שטערן, דאס האט געדארפט זיין עפעס א שטיקל ליצנות אויף זיי.
דאן איז געקומען איינער און געשריבן א גאנצע מענה אויף דעם צעטל, אנגעהויבן מיט די ווערטער לכבוד הכותב המעלים שמו, און ער שרייבט פול מיט טענות און מענות, און דאן ענדיגט ער צו ובעוה“ר הגענו למצב מה שאמרו חז“ ל חגיגה י “ד ע “א ירהבו הנער בזקן, ונראה לפרש שהנערים מן החכמה ירהבו, שנתקיים בהם מה שאמרו זקן זה שקנה חכמה, ובעוה“ר נתקיים במר מה שאמרו ז“ל גמרא גמור זמורתא תהא )ביצה כ“ד ע“א( ועכשיו משבשתא כיון דעל על, והגם כי ידעתיו מימי נעוריו, לא אפרש שמו, רק אסיים בברכת שלום שלום אמר ה‘ לרחוק ולקרוב ״ורפאתיו״ וד“ל, ואין כאן לא אימה ולא מציק.
ער ווארפט אזוי אריין אז ער קען די כותב מימי נעוריו, די כותב פרובירט נאך צו כאפן ווער דאס איז, ווייל ער האט געשריבן א ענטפער אויפן ענטפער אבער ער ווייסט נישט ווער דאס איז.
סאו איך ברענג דא אלע דאקומענטן, ס'איז אינטערסאנט.
דער װארפט צאַם א געװאלד. ער ברענגט די רמ"ע מפאנו װעגן דזרע האב נסרח מקודם ואח"כ לובש צורה (אגב אײנער װײסט װאס ס'מײנט 'אין כח באם לאהדורי לעובר אמילתא קמײתא'?) און שפעטער װעגן גלית הפלשתי בר מאה פפי וחדא נאנאיכ'האב נישט קײן אהנונג װאס ער װיל לול.
יעצט זעה איך פון רב יצחק שילת ווי ער נוצט דעם רמ"ע מפאנו זיך פושט צוזיין אויב א קינד וואס מען מאכט פון קלאונען די מאמע (נאר פון אירע סעלס; אהן א טאטע בכלל) האט לדינא א טאטע? ער פרעגט אפשר איז עס די מאמע'ס טאטע און דאס קינד איז א ברודער פון זיין מאמע? צום סוף זאגט ער אז לפי הרמ"ע האט נישט דאס קינד א מאמע.
פון דעם רמ״ע מפאנו , קען מען ארויס נעמען קלאהר אז הלכה האט א אייגענע מהלך , אוןיעצט זעה איך פון רב יצחק שילת ווי ער נוצט דעם רמ"ע מפאנו זיך פושט צוזיין אויב א קינד וואס מען מאכט פון קלאונען די מאמע (נאר פון אירע סעלס; אהן א טאטע בכלל) האט לדינא א טאטע? ער פרעגט אפשר איז עס די מאמע'ס טאטע און דאס קינד איז א ברודער פון זיין מאמע? צום סוף זאגט ער אז לפי הרמ"ע האט נישט דאס קינד א מאמע.
View attachment 6222
אגב איך זעה שוין וואס דער רמע מיינט מיט: וגוף האם לא חזי לאהדורי לעובר אמילתא קמייתא. דאס איז ווי הרב יצחק שרייבט: ואינו מוחזר ע"י האם אל צורת האב. בּאָט ווייסט איינער וויאזוי דאס ארבעט טעקניקלי? איז דאס ריעל בּייאלידזשי?
װאס איז אינטרעסאנט און א פלא איז אז ס'איז דא א אנדערע רמ"ע מפאנו (װאס מײזלס זעלבסט ברענגט צו) װי דער רמע זאגט אז בײ א פײגל-נקיבה װערט די ביצה אױכעט קודם פארשמילט פאר ס'איז ראױ להװלד ממנה.פון דעם רמ״ע מפאנו , קען מען ארויס נעמען קלאהר אז הלכה האט א אייגענע מהלך , און
עס איז דוקא נישט פארבינדן מיט סייענס אדער מיט דנ״א , ווייל ער איז מייסד זיינע ווערטער אויף
אויסדרוקן אין די גמרא וואס ער אליינס האט
זיכער געוויסט אז עס שטימט נישט מיט די חכמת
הרפואה ,