ס'קוקט אױס װי מײזלס לײגט צו נאך א נקודה לחלק. בײ אַן ענף, קומט די ארגינעלע כח הזריעה װאס ליגט דערין, פון דער ערד - װאס איז א מקור שזרעו כלה (ס'קען נישט געבױרן א נעקסטע דור אזױ װי קערעלעך קענען). װײל די אילן איז מחובר לקרקע.
װידעראום בײ א ביצה אדער א ביצה שבשחלה, קומט די ביצה פון א מקום, פון א מקור שאין זרעה כלה, פון די ערשטע פרױ (װאס האט פריער געקענט און קען נאכאלס - אױב בלײבט זי מיט די צװײטע שחלה אין טאַקט - געבױרן נעקסטע דורות), װאס װען צוגעגליכן צו די אילן, איז זי נישט מחובר לקרקע. זי איז נישט יונק עקסלוסיװלי, פון א מקור שזרעה כלה. (הגם, א מענטש, פונקט װי א אילן, אומדײרעקטלי שפײזט זיך פון די בײמער און פון די ערד, און די חיות װאס מיר עסן, פונקט אזױ; װײסעך נישט).
אבער דאס איגנארירסטו אז פון דער גמרא קען מען אױך זיך דרינגען אז בײ נידון דידן װי ס'איז דא א עיקר ביצה, און גידולין על העיקר, קען אױב אזױ א קינד האבן צװײ מאמעס אױכעט!? און דעמאלס װערט נולד די שאלה װעלכע מאמע איז װיכטיגער? זיכער די מאמע אװאו די ביצה האט זיך געקאכט פאר 17-18 יאר װי אײדער די פרױ װאס טוהט נאר װירקן די ביצה זאל װערן פארענדיגט און רעליעסט פון די חצוצרות צו די רחם!? (אױך פון מײזלס):
View attachment 6306