Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
אבער דאס איז נישט א געװענליך קינד װײל ס'האט אלע קראמאזאנס פון איר. ס'איז נישט געזונט אױכעט.און מ'קען כמעט נעמען סיי וועלכע סעל פון א פרוי און מאכן פון דעם א קינד, אויב אזוי איז יעדע פרוי ראוי להוליד
ממילא איז די צװייטע פרױ די זעלבע בריה חשובה װי דער ביצה אדער ביצות שבשחלה.נו נו
ווער זאגט אז נישט
אין א גיוויסען זין וודאי יא
איז וואס יעצט ?
מ'וועט נאך קענען מאכן מייאסיס אין א לעבאבער דאס איז נישט א געװענליך קינד װײל ס'האט אלע קראמאזאנס פון איר. ס'איז נישט געזונט אױכעט.
אה, און דאכצעך אזא קינד קען נישט מוליד זײן אין די געװענליך װעג כשאר בני אדם, ע"י תשמיש. קען מען אױפ'ן קינד אױך מאכן קלאונינג? װײסעך נישט.אבער דאס איז נישט א געװענליך קינד װײל ס'האט אלע קראמאזאנס פון איר. ס'איז נישט געזונט אױכעט.
זאגסט אליינס די פירכאאיך האב גראדע יא געלערנט די גמרא אין ישיבה נאר ס'איז מיר געװען אזױ פשוט אז ס'איז דומה לנידון דידן, אסאך בעסער פון ילדה שסיבכה בזקינה אז כ'האב מיך נישט מטריח געװען עס איבערצולערנען.
און איך האלט נאכאלס אז ס'איז גאר א שײנער דימוי. די גמרא דארף עפעס לאזן מען זאל עס צוגלײכן צו מענטשן? די פארגלײך צו ילדה שסיבכה בזקינה האט אױך נאר דער אבן יקרה אױסגעטראפן.
נו, איז מײזלס פארברײטערט עס אז זרעו כלה הײסט ס'קען נישט װײטער מוליד זײן און זרעו כלה הײסט ס'קען יא. איז עס דען נישט דומה צו א בצל װי דער ארגינאלער שתיל בלײבט? נאך אלעם, װאס זענען קערעלעך, זײ זענען כמו די שתיל פון דער פרי, װעלכע פארבלײבן און מ'קען פון זײ װידער אײנפלאנצן א נעקסטע דור.
אזױ? פארװאס טאקע זענען חיטים נישט אין כלל? און פארװאס איז א ביצה אדער שחלה ענדישער דומה צו חיטים?
די טעכנאלגיע איז נאך נישט דערווייל אהנגיקומעןאה, און דאכצעך אזא קינד קען נישט מוליד זײן אין די געװענליך װעג כשאר בני אדם, ע"י תשמיש. קען מען אױפ'ן קינד אױך מאכן קלאונינג? װײסעך נישט.
מישט אויס ענין תולעיםסאױ די װארט שטעקט אין די 'נראה לעינים'?
אײם סארי, חוץ אונגער געדענק איך נישט קײנעם דערמאנען אז נראה לעינים אדער לא נראה לעינים מאכט א חילוק. קײנער װעט נישט פלוצלונג מתיר זײן פלעין געקױפטע סטראבעריס אין געשעפט. ס'מוז זײן פארפרױרענע.
איך האב פונקט יעצט געטראפן אין אגרות משה סי' ע"אדי זאגסט אז תוספות האט גיהאט א טעות
איך זאג אז תוספות האט גיהאלטן אז איך גיי נאך
די מציאות פון בעילות
און אז הונדערט האבן בועל גיוועהן און זי איז גיווארן
מעוברת , און מען ווייסט נישט פון וועם
זענען על פיהלכה אלע אבותיו
ווייל איך זאג על פי הלכה מתעברת וחוזרת ומתעברת
די הלכה מוז נישט שטימען מיט די חכמת הטבע
אויף די דברי טיפשות פון ר' מענדל זילבער איז געשריבן געווארן א שיינע תשובה מען זאגט אז ר'שבתי קעסטענבוים האט עס גשריבן חומת הדת האט ארויפגעלייגט אויפן גוגל דרייו א תשובה אפצופרעגן יענע תשובה אבער די תשובה אליין האט ער מורא געהאט ארויפצולייגן זיי האבען א מהלך מדארף ענפערן יא צו די זאך נישט צו די זאך אבי גיענטפערט און מען טרייען נישט צו מפרסם זייןאין הכי נמי סענדזשארץ רב הרב קאהן אין זיין תשובה שרייבט טאקע די נקודה אפצופרעגן די נארישע טענה פון די ען עי. און נאך מער שרייבט ער דארט אפצופרעגן אן אנדערע נארישע יסוד וואס די מקילים לייגן אראפ אז וויבאלד אן די האורמאונס פון די מקבלת וועלן די ביציות אפשטארבן, ממילא איז זי די עיקר. שרייבט ער דארט ''צריך עיון מה החילוק בין כל זרע הבעל הרי אם ינוחו כך ימות''. און איך לייג צו, און וואס איז מיט אריינלייגן פארטיגע ביציות וואס דאס איז דאך כו''ע מודה לאיסור, דאס דארף דען נישט צוקומען צו די מקבלת צו קענען סערווייווען? און ר' מענדל זילבר אין זיין תשובה לייגט עס בעסער אראפ, ס'איז דא א כח היצירה, און נאכדעם א כח ההזנה, וואס גיט חיות. למשל א מענטש וואס איז אויף אקסעדזשין וועט איינער זאגן אז די אקסעדזשין גיט אריין זיין מהות אין איהם? ניין! ס'שפייזט אים, ס'גיט אים בלויז חיות. און די זעלבע זענען אלע אויך מודה אז ווען מ'לייגט אריין א פארטיגע ביצה כאטשיג נאכדעם וואקסט עס פון א משהו שבמשהו וואס מ'קען קוים זעהן, צו א גוף שלם מיט הענט אין פיס, און אלעס מיטן כח פון די דם ואברים פון די אשה המקבלת, דאך איז כו''ע מודה אז די יצירה איז שוין פערטיג געווארן בשעת ס'איז געווען א ביצה, און אלעס נאכדעם איז נאר א כח ההזנה וואס מאכט גארנישט אויס לגבי יחוס. ממילא וואס איז אנדערש די קורצע פרעצעדור פון די האורמענס וואס גיט כח פאר די זרע נשתלשל צו ווערן פון די שחלה אריין אינעם רחם אז דאס זאל שוין יא הייסן א יצירה נישט בלויז א כח ההזנה? די מאמע במשך ימי עיבורה גיט דען נישט סאך מער כח און בלוט צו מאכן א גוף שלם, וויפיל די האורמאונס גיבן צו גרייט מאכן די ביצה ראויה להיריון? במילא מאי חזית לחלק בין זו לזו, מתיר צו זיין אזעלכע ענינים חמורים?
ואם יתעקש המתעקש דאולי אפשר יש חילוק בזה, קומט דאך אבער די די ען עי און ווייזט איבער יותר מאלף הוכחות אז די יצירה איז אינגאנצן פארטיג געווארן מיט די יצירת הביצה, אין אלעס נאכדעם איז נישט מער ווי א כח ההזנה, א כח החיות, און במילא איז די גאנצע מהות, אויסזעהן, און תכונת הנפש, פונעם קינד, דומה אינגאצן צו די אשה התורמת, און מיט ''גארנישט'' דומה צו די אשה המקבלת. דארף מען דען נאך א גרעסערע ראיה פון דעם ווער ס'איז די עכטע מאמע?
און בכלל די די נארישע פאלטשע טענה אז ''ווי זעהט מען אז די תורה זאל זיך רעכענען מיט די ען עי'' איז דאך ממש נישט צו פארשטיין! דער וואס וויל מחמיר זיין אז די תורמת איז די ריכטיגע מאמע ווייל די די ען עי ווייזט קלאר אזוי, דארף דא ברענגען א ראיה אז די תורה רעכענט זיך מיט די ען עי, און ביז דעמאלטס איז פשטות אנגענומען אז מ'רעכענט זיך נישט? אדער דער וואס וויל מקיל זיין אז די תורמת איז נישט די מאמע, כאטשיג די מציאות וויייזט קלאר נישט אזוי, דער איז דער וואס דארף ברענגען קלארע ראיות אז די תורה רעכענט זיך נישט מיט די ען עי, און ביז ער ברענגט נישט איז פשטות אנגענומן אז מ'רעכענט זיך יא? געוואלד אין געשריגן ווי רבנים זאלן פאר אביסל געלד נגיעות קענען רעדן אזעלכע שקרים און שטותים!!
און בכלל שרייבט ר' מענדל אין זיין תשובה אז אפילו לקולא ביי עגונות רעכענט מען זיך כסדר מיט די ען עי, כל שכן לחומרא.
און בכלל וויל איך מודיע זיין פאר יעדען, אז דער סענדזשארשער רב, און די זעלבע הרב חיים פרייא, אין זייערע בריוון מאכן אש און פארך פון די אלע כלומר'שטע הוכחות פון מהר''א'ס מכתב און ווייזן אויף קליפ און קלאר אז ס'איז אלעס שקרים מיט זיופים. אדרבה עיין שם בדבריהם.
איך האב גערעדט מיט א סאטמארן איד, א גרויסער תלמיד חכם, א קלוגער איד, דירעקט נישט קיין עקסטרעם פרומער, דירעקט מער אן אויפגעקלערטער, וואס רעגט זיך כסדר אויף די אלע איסורים וחרמים וואס די עקסטרעמע גיבן כסדר ארויס חדשים לבקרים. זאגט ער מיר אז ער האט גוט דורכגעטוהן די זאך מרישא ועד גמירא, און ער איז ממש נבהל ונשתומם ווי מ'קען אזא הארבע זאך מתיר זיין מיט אזעלכע דקות'דיגע חילוקים וואס אפילו גאנץ לינקע רבנים טרויען זיך נישט, ער זאגט מיר אז ס'איז נישט ביים איהם קיין ספק אז ר' יואל מסאטמאר זצ''ל וואלט ממש מרעיש עולומות געווען קעגן אזאלכע פאלטשע היתירים.
במילא וויל איך דא אויסשרייען בקול רעש גדול אנטקעגן די אלע סאטמארע רבנים און דיינים:
אֶת מִי חֵרַפְתם וְגִדַּפְתם וְעַל מִי הֲרִימוֹתם קּוֹל וַתִּשָּׂא מָרוֹם עֵינֶיכם עַל קְדוֹשׁ יִשְׂרָאֵל.!!
ווי וואגט מען זיך מיט אזא קלות און מיט אזעלכע נארישע סברות מתיר צו זיין אזעלכע איסורים חמורים וואס רירט צו דעם עתיד פון כלל ישראל, אלעס ווייל א נגיד מיט טיפע טאשן וויל אזוי??
ווי שעמט עטס ענק נישט פון ענקער הייליגן רבי'ן וואס האט כל ימיו לוחם געווען קעגן די פורצי גדר הקדושה וואס זענען מתיר את השרץ בק''נ טעמים?? מי יגלה עפר מעיניך רבינו יואל בן חנניה יו''ט, אז תלמידים הקרוים על שמו זענען פורץ אזא פירצה חמורה בכרם בית ישראל???
צו די אונטערן פלעיס טאר מען נישט גיין? א סענסע טאר מען נישט האבן? טעקס מעסעדש איז א פראבלעם?
געוואלד און געשריגן, עטס זענטס מתירי ממזרים בישראל !!
געוואלד און געשריגן, עטס ברענגט אריין גוים און גויעס אין כלל ישראל !!
אוי לכם מיום הדין, אוי לכם מיום התוכחה.
וואס שרייבסטו מיט א היסטעריעאון ס'איז נאך באמת סאך מער פון דעם. ווייל דער גאנצער צוגלייך צו ילדה שסיבכה בזקינה איז דאך אויך נאר געבויעט אויף דעם חילוק דק, ווייל אויב זאל איך נישט אננעמען דעם חילוק נאר זאגן אז ס'איז גלייך צו תרומת ביצית, דעמאלטס איז דאך עס דומה צו ילדה שטעונה פירות וואס דעמאלטס איז דאך זיכער אז מ'גייט נאכן ענף.
איז קומט אויס קלאר און דייטליך אז דער גאנצער היתר איז נישט מער ווי געבויעט נאר אויף דעם איינעם חילוק דקה מן הדקה, וואס ווי געזאגט איז עס קעגן דעם מציאות און קעגן דעם די ען עי, און דעסטוועגן דאך קומען היימישע רבנים און דיינים, און פארלאזן זיך אויף דעם היתר שדופות קדים, חלילה וחלילה לערב זרע גוים הטמאים בזרע ישראל עם קודש, ולהתיר ממזרים בישראל רחמנא ליצלן.
ס'איז נישט צום גלויבן וויי ווייט די כוחות הטומאה פאלייגן זיך מחריב צו זיין דעם כלל ישראל מיסודו רח''ל היל''ת.
ווען מ'טראכט נאר אריין וואס דא גייט זיך אפשפילן אין 20 יאהר ארום אויב מ'שטעלט נישט אפ די מקילים באצייטענס, שטעלט זיך ממש דער מח אפ פון טראכטן.
רבונו של עולם אבינו אב הרחמן:
הושענא למען דתך הושענא!
הושענא למען נצחך הושענא!
הושענא למען קדושתך הושענא!
זאגט ער דאך אז ווען די זרע זענען שוים בבריאותאיך האב פונקט יעצט געטראפן אין אגרות משה סי' ע"א
בדבר מה שנשאלתי מרעיתו הרבנית הכבודה מרת חנה תחיה עבור אשה אחת שנתביישה לשאול מכתר״ה נתאחרתי להשיב משום שרציתי לחקור הדבר אצל רופאים מומחים וכפי שנודעתי ע״י חתני הרה״ג ר׳ משה דוד טענדלער שליט״א מה שמוסיפים לזרע של איש זה מזרע איש אחר שקוראים ״בוסטער״ הוא רק ענין רמאות להשקיט רוח בעל האשה שיחשוב שהולד הוא גם מזרע שלו והוא אביו אבל באמת אינו כלום. ולפ״מ שפרש״י בסוטה דף מ״ב ד״ה בר מאה פאפי שאף שבאו הרבה אנשים על אשה בלילה אחד ונתעברה אין העיבור אלא מן אחד עיי״ש הרי א״א זה כלל שיהיה לשנים חלק אבהתא בהולד אלא שהוא לאחד וממילא כיון ששלו אינו ראוי ושל האחר ראוי הרי יהיה הולד של האחר כולו. אך להתוס׳ שם שכתבו אליבא דמסקנת הירושלמי יבמות פ״ד ה״ב אפשר לאשה
להתעבר גם מזרע של שני אנשים היה אפשר להיות דבר כזה שמעירוב זרע שלו ושל איש אחר תתעבר מזרע שניהם ויהיו לשניהם חלק אבהתא בהולד ויש
ממש בעשיית הבוסטער שיהיה גם לו שייכות אבהתא בהולד דלא כהודעת חתני הרמד״ט. אבל הוא רק בזרע של שני אנשים שוים, דבעובדא זו הרי אם היה
החסרון בשל איש זה שמספר החיות בזרע שלו הוא רק מחצה מכפי הצורך לעיבור, היו הרופאים מייעצים להאיש שיוציא זרע שני פעמים או שלשה עד שיהיה
מספר הראוי להריון ומדלא יעצו לו זה משמע שזרעו אין ראוי כלל ואין שייך שיצורף והעיבור יהיה רק משל זרע האחר ומה שיקחו גם זרעו הוא לרמאות בעלמא. ונמצא שדין זה הוא רק בזריקת זרע של אחר לגמרי.
ביי אן אתרוג שטייט פרי ''עץ'' הדר. א עץ הייסט נאר וואס איז מחובר לקרקע, דער חת''ס אין די תשובה שרייבט קלאר אזוי! ס'איז טאקע אן אתרוג, אבער ס'איז נישט קיין פרי עץ הדר, נאר א פרי עץ לימון. אבער ווי קומט עס בכלל אריין דא לענין יחוס בני אדם??
בכלל די גאנצע דמיון צו ילדה שסיבכה בזקינה שטאמט פונעם שו''ת אבן יקרה, און מ'באנעמט זיך דערצו כאילו ער וואלט געווען א ראשון.
די גאנצע צוגלייך האב איך שוין געזהן עטליכע גרויסע רבנים וואס שרייבן אז לא דובים ולא יער, הלכות ערלה מיט הלכות יחוס איז כרחוק מזרח ממערב, און האט נישט קיין שום שייכות אז מ'זאל קענען ארויסלערנען פון איינעם צום אנדערן
סעים טינגאון דער עולם דארף אינאכט נעמען נאך א וויכטיגע נקודה.
יעדער ווייסט קלאר אז למשל א 70 יעריגער פרוי איז שוין לאנג אויסגעלאפן פון ביציות, און איז שוין נישט מעגליך בשום פנים אופן צו פראדוצירן און מזריע זיין ביציות.
יעצט הערט און שטוינט, אויב וועט מען משתיל זיין אין איר א שחלה, וועט זי קענען האבן קינדער!! גוט געהערט!
זי וועט טאקע דארפן האבן טערעפי אז איר רחם זאל קענען ווייטער האלטן דעם עיבור, אבער זי קען דעפענעטלי אריינגיין להריון.
יעצט וויל איך פרעגן די מתירים: יעצט וועט עטס אויך שרייען אז די עיקר איז פון די אשה המקבלת? אדער דא איז שוין יא ברור אז אלעס איז פון די אשה התורמת? הא?
ס' געפעלט מיר די האסט נאך נישט פארשטאנען וואס יענער זאגט אבער די האסט שוין גיענטפערטנו איז דאך הערשט א ראיה להחמיר, מה דאך בזרע האיש איז כו''ע מודה להחמיר, איז כל שכן ביי זרע האשה וואס אלע סטאדיס און די מציאות ווייזן קלאר אז דאס קינד'ס די ען עי און כתוצאה מזה זיין האר קאליר, אויגן, תואר הפרצוף, און מידותיו ותכונותיו, איז אלעס דומה ממש צו די אשה התורמת און גארנישט צו די אשה המקבלת, איז דאך על אחכו''כ אז מ'גייט בתר האשה התורמת, ס'איז פשוט נישט צו פארשטיין ווי מ'קען מכחיש זיין שמש בצהריים און נאך שרייבן אזא שטות נורא אז מ'זעהט נישט אז די תורה זאל זיך רעכענען מיט די ען עי.
ביי זרע האיש זענען זיי אלע מודה אז ס'איז אסור! ביי תרומת ביצית זענען זיי אויך אלע מודה אז ס'איז אסור! אבער פלוצלינג ביי שחליים איז עס עפעס מורא'דיג פשוט להיתר.. פארוואס? וועגן עפעס א לופטיגע חילוק דקה מן הדקה. איי דער די ען עי און די מציאות ווייזן קלאר אז דער חילוק איז נישט אמת, און ס'איז במציאות פונקט ווי תרומת ביצית? אבער ניין! די חילוק איז יא אמת! פארוואס? ווייל ווייז מיר אויף אז די ען עי איז א באווייז.. איי די שוטה ושקרן שכמותך, ווייז די אויף אז די ביסט בכח מחדש צו זיין אזא חילוק דק צווישן ביצית און שחלה, אין דער צייט וואס דער די ען עי ווייזט קלאר נישט אזוי? רח''ל ווי מ'קען מתיר זיין זיין אזעלכע איסורים חמורים מיט אזעלכע שקרים וכזבים.
יעדער מבקש האמת וואס זעהט אויף וואס דער היתר אין אזא דבר חמור איז געבויעט, זעהט קלאר אז דער נגיד הידוע האט אפגעמאכט פאר זיינע אינטערעסן אז מ'גייט דאס מתיר זיין אפגעזעהן סיי וואס, און ער נוצט דערצו זיין כח הממון, אין למרבה הצער פון כל יראי השם זענען נישט קיין אנדערע נאר די סאטמארע רבנים אין דיינים געפאלן פאר אזא היתר וואס פאסט ניטאמאל פאר מזרחי רבנים.
אוי נא לנו שכך עלתה בימינו !!!
ר׳ מנדל זילבער שליט״א איז א ת״ח ח״ו להקלאויף די דברי טיפשות פון ר' מענדל זילבער איז געשריבן געווארן א שיינע תשובה מען זאגט אז ר'שבתי קעסטענבוים האט עס גשריבן חומת הדת האט ארויפגעלייגט אויפן גוגל דרייו א תשובה אפצופרעגן יענע תשובה אבער די תשובה אליין האט ער מורא געהאט ארויפצולייגן זיי האבען א מהלך מדארף ענפערן יא צו די זאך נישט צו די זאך אבי גיענטפערט און מען טרייען נישט צו מפרסם זיין
איך זה אז איר זענט אזוי ווילד אז סאטמערע תלמודים אייכם כאלו די רבי רעדט פון דעם און איר האט הנאה פון מענדל זילבער און וואס איז מיט די גוטין מעושין פון די רבנות וואס ער האט א קליינע פראבלעם מיטען רבין און ממזרות
איך זע אז די האסט א גרויסע טעות די מיינסט אז יעדער איז מודה בתרומות ביצה אז סאיז זיך מתייחס צו די תורמת וויל איך דיר מודיע זיין אז אין תשובות שבט הלוי נעמט אן אז סאיז נתייחס לנתרמתנו איז דאך הערשט א ראיה להחמיר, מה דאך בזרע האיש איז כו''ע מודה להחמיר, איז כל שכן ביי זרע האשה וואס אלע סטאדיס און די מציאות ווייזן קלאר אז דאס קינד'ס די ען עי און כתוצאה מזה זיין האר קאליר, אויגן, תואר הפרצוף, און מידותיו ותכונותיו, איז אלעס דומה ממש צו די אשה התורמת און גארנישט צו די אשה המקבלת, איז דאך על אחכו''כ אז מ'גייט בתר האשה התורמת, ס'איז פשוט נישט צו פארשטיין ווי מ'קען מכחיש זיין שמש בצהריים און נאך שרייבן אזא שטות נורא אז מ'זעהט נישט אז די תורה זאל זיך רעכענען מיט די ען עי.
ביי זרע האיש זענען זיי אלע מודה אז ס'איז אסור! ביי תרומת ביצית זענען זיי אויך אלע מודה אז ס'איז אסור! אבער פלוצלינג ביי שחליים איז עס עפעס מורא'דיג פשוט להיתר.. פארוואס? וועגן עפעס א לופטיגע חילוק דקה מן הדקה. איי דער די ען עי און די מציאות ווייזן קלאר אז דער חילוק איז נישט אמת, און ס'איז במציאות פונקט ווי תרומת ביצית? אבער ניין! די חילוק איז יא אמת! פארוואס? ווייל ווייז מיר אויף אז די ען עי איז א באווייז.. איי די שוטה ושקרן שכמותך, ווייז די אויף אז די ביסט בכח מחדש צו זיין אזא חילוק דק צווישן ביצית און שחלה, אין דער צייט וואס דער די ען עי ווייזט קלאר נישט אזוי? רח''ל ווי מ'קען מתיר זיין זיין אזעלכע איסורים חמורים מיט אזעלכע שקרים וכזבים.
יעדער מבקש האמת וואס זעהט אויף וואס דער היתר אין אזא דבר חמור איז געבויעט, זעהט קלאר אז דער נגיד הידוע האט אפגעמאכט פאר זיינע אינטערעסן אז מ'גייט דאס מתיר זיין אפגעזעהן סיי וואס, און ער נוצט דערצו זיין כח הממון, אין למרבה הצער פון כל יראי השם זענען נישט קיין אנדערע נאר די סאטמארע רבנים אין דיינים געפאלן פאר אזא היתר וואס פאסט ניטאמאל פאר מזרחי רבנים.
אוי נא לנו שכך עלתה בימינו !!!
זאל מען שױן ענדישער זיך פירן לײכטער מיט גרים אדער מענטשן װאס װיל זיך מגײר זײן צוליב לאװ און ס'װעט אסאך שנעלער אױפטוהן?!וואס שרייבסטו מיט א היסטעריע
מען רעדט דאך נאר לעת הצורך
איט איז נאט דעט קאמאן
אויף דעם קען מען זאגן לא גלו ישראל אלא שיתוספו
עליהם גרים , מען איז מקרב די גאולה
והיה ה׳ למלך על כל הארץ