הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

מאי שנא מרב זילבער
רב זילבער האלט זיך צום ענין
ער איז זיך מפלפל אין א חת״ם סופר לגבי אתרוג
טעיק איט אר ליוו איט , אבער עט ליסט מישט נישט
קאשע מיט בעבעלעך ווי הרב מייזעלס
 
מאי שנא מרב זילבער
אמת, יעדער אײנער מאכט אױף אפאר זאכן; פארקערט, איך האב מער ד"א פאר די װאס מאכן אױף װײל אײנס זײ זענען מחדש, און צװײ זײ נוצן דעם אײגענעם שכל אױכעט.
 
שיינע פשעטעל.. ''איר גוף בויעט די סעלס להיות ביצה''.
איי וואס איז שוין יעצט פארשטענדליך די חילוק פון תרומת ביצה? דארט קענסטו דאך אויך זאגן ''איר גוף בויעט אויף די ביצה להיות תינוק חי''?
פארוואס פון א משהו ביצה ביז א גוף שלום איז נאכאלץ פשוט אז די מאמע איז די תורמת, און פון סעלס ביז ביצה איז שוין גאר פשוט אז די מאמע איז די נתרמת? נאך דערצו בשעת דער די ען עי ווייזט קלאר ווער די מאמע איז?

די תירוץ איז איין זאך: די ביליאנען פון דעם נגיד הידוע...
עס איז בזיון תלמידי חכמים אזוי צושרייבן
אויף דעם דארף מען קיין תשובה
עס איז מפורש אין די ערשטע משנה פרק חלק
 
איך האב פארשטאנען אז די ביליאנען פון די נגיד הידוע איז א פראדוקט פון די אוסרים נישט פון די מתירים

מ'האט אפירגעקראצט א גוטע וועג אונטערצורייסן די מתירים

אינטערסאנט אז דער נגיד הידוע האט נאר באוויזן אפצוקויפן ר' בנימין לאנדא און נאך געציילטע רבנים

רוב בריוון זענען אויף די צד האוסרים, זעהט אויס אז די רבנים זענען געווארן שונאי בצע, נאר פאר גיטין און דין תורות קען מען זיי אפקויפן...
די אלע פראזן איבערצייגן נישט קיינעם אין די גערעכטיגקייט פון דיינע טענות, נאר פונקט פארקערט.
אויף דעם זאגט די משנה המבזה תלמיד חכם
הרי זה אפיקורוס
פשוטו כמשמעו
 
ר' חא''א שרייבט אין זיין מכתב צו ר' משה שטערנבוך אז ר' הערשעל אויש איז מתיר, אין דער צייט וואס הרב אויש האט מפרסם געווען א מכתב לאיסור. ווילסט מיר זאגן ער האט נישט געוויסט? אקעי. סאו פארוואס פרעגט ער איהם נישט פאר דעם? איינער האט איהם אזוי געזאגט...
און איך רעדט שוין נישט פון דעם גראבן סילוף פון הרב קופשיץ וואס די מתירים האבן געהאלטן אין איין איבערקייען, ביז הרב קופשיץ איז ארויסגעקומען ברבים עס אפלייקענען.
(y)
 
דו שרייבסט וואס מהר"א טענהט אין זיין תשובה.
דא נוצט מען אויך נישט דעיס פאר די גאנצע בעיס ויסוד, אז די קינד איז פון די ערשטע, מ'נוצט עס אויך פאר א ראי' און סימן...
אגב אז מ'רעדט שוין, הירצקא שטיין שוימט פאר כעס אז ס'האט ארויסגעליעקט מהר"א'ס תשובה,...
און כדי צו קענען האקן אויף רבי מענדל זילבער, זאגט ער אז ער האט האט עס ארויסגעליעקט
ס'קומט באמת פון יאנקעלע כהן, ער זאגט אז ער האט עס פון די סענדזשארץ'ר, גיי ווייס..
איי איי
די רעדסט נישט צו די זאך
היי אונזער ענין איז מען נישט אויף סימנים
עס איז לא מעלה ולא מוריד .
וואס א נפקא מינה וואס הירצקא שוימט?
 
עס איז בזיון תלמידי חכמים אזוי צושרייבן
אויף דעם דארף מען קיין תשובה
עס איז מפורש אין די ערשטע משנה פרק חלק
הייסט עס עס אזוי: דעס אז דאס ליידער דער ביטערער מציאות, כידוע לכל, דאס אליין איז נישט קיין בזיון תלמידי חכמים, נאר דאס אז מ'זאגט ארויס אפן און גראב דעם אמת דאס איז גאר בזיון ת''ח? אויב אזוי וויל איך מיט אייך לערנען אן אנדערע גמרא: סנהדרין פב ע"א. ''כל מקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב''. און ווי רש''י זאגט דארט: לפיכך הורה פנחס הלכה בפני רבו, ולא המתין ליטול רשות ממשה, שלא יראו הרואים ''וילמדו להתיר את הנכרית".
און נאך א גמרא: המגלה פנים בתורה שלא כהלכה אין לו חלק לעולם הבא.

און ביידעוועי, פריער ווען איינער האט געשריבן אויף ר' מענדל ז. וואס ער האט געשריבן, האט איר עם נאך פארגינען זיין חלק לעולם הבא...
 
לעצט רעדאגירט:
מישט אויס ענין תולעים
וואס דארטן איז דער מחדש פון נראה לעיניים
דער בעל ערוך השלחן
און עס נתקבל גיווארן
לכל הפוסקים
אונז רעד מיר דא פון @אין זרעו כלה ״ וואס דאס איז
א דין ביי שתילי תרומה , און ביי נדרים
און דארט איז א דבר פשוט אז מען מיינט דןקא
כרוב ובצל

עס האט גארנישט מיט הרב אונגאר
סאױ דער װארט שטעקט אין װער עס איז דער בעל המדמה סוגיה לסוגיה? נאר דער ערוך השולחן און אבן יקרה מעגן מחדש זײן היקישים?

זאת ועוד, מען זעהט אין די אנדערע תשובות אז מען ברױך האבן גאר שטארקע ראיות צו זאגן אז א געװיסע סוגיא איז יוּניק, און מ'קען זיך נישט ברענגען א ראיה פון דארטן (רעד איך אהן קײן סברא לחלק); אזױ װי למשל די װאס פרובירן זאגן אז מ'קען נישט מדמה זײן (נישט אז ס'איז אין פאקט נישט דומה) צו אילן ערלה אדער אתרוג װײל דארט איז דוקא א חידוש װאס אַפּפּלײעט נאר אהין (גוטמאן גײט אױף אזא שניט אױב געדענק איך גוט). זײ מיטשען זיך צו ברענגען מקורות פון פריערדיגע װאס האבן קלאר געזאגט אז יענץ חידוש האט מען נאר מגלה געװען בײ יענע סוגיא און מען טאר זי נישט זוכן צו אפלײען בײ אנדערע ערטער. און אפי' אזױ איז דאס א שװאכע טענה. און דערפאר למשל רעכנט זי רב מײזלס נישט אױס בכלל.
װאס איך מײן צו טענה'ן: דו האסט מיר נאכנישט געברענגט א גענוג שטארקע ראיה צו זאגן אז די סוגיא פון גידולי היתר שניתוספי על עיקר איסור און די מח' הראשונים בין ר"ן לרא"ש און די השלכות דערפון, איז נאר עפעס װאס גײט אהן בײ בצל וכרוב פון נדרים ותרומה און מ'קען זי נישט נוצן בײ תורמת ביצה או שחלה?!
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
זאגטס נאר? איר ווילט איך זאל אהער ברענגען די אלע שורות ווי די מתירים זאגן איינמאל און נאכאמאל אז ביציות איז זיכער אסור בתכלית נאר שחלה איז אנדערש? דעמאלטס וועלמיר זעהן ווער פונקטליך ס'מאכט זיך בושות..

איך קען נישט פארשטיין ווי איר וואגט זיך משקר צו זיין במילתא דעבידא לגלויי בשעת די מתירים האלטן אין איין איבערחזרן די חילוק פון שחלה מיט ביצה. און די זעלבע די אוסרים וואס ענפערן זיי אפ, איז אויך אויף דעם, צו איבערצייגן אז ס'איז נישט קיין חילוק.
נאר וואס דען? אלעס איז איין גראב שטיק שקר!

ר' חא''א שרייבט אין זיין מכתב צו ר' משה שטערנבוך אז ר' הערשעל אויש איז מתיר, אין דער צייט וואס הרב אויש האט מפרסם געווען א מכתב לאיסור. ווילסט מיר זאגן ער האט נישט געוויסט? אקעי. סאו פארוואס פרעגט ער איהם נישט פאר דעם? איינער האט איהם אזוי געזאגט...
און איך רעדט שוין נישט פון דעם גראבן סילוף פון הרב קופשיץ וואס די מתירים האבן געהאלטן אין איין איבערקייען, ביז הרב קופשיץ איז ארויסגעקומען ברבים עס אפלייקענען.

איך וויל דער עולם זאל נאך עפעס אינאכט נעמען צו פארשטיין מיט וויפיל שקר די מתירים באגייען זיך. יעדער ווייס פון די אסיפת הרבנים המתירים וואס איז פארגעקומען יענע וואך.
יעצט גיט א קוק, דא שטייען עטליכע רבנים מובהקים פון עי טיים - בוני עולם וואס האבן מפרסם געווען א מכתב לאיסור, און ווי אויך זייערע מנהלים וואס האבן בידם קלארע מכתבים מיט פסקים פון די גדולים פון א דור צוריק. איז אנשטאט זיי זאלן זיין די הויפט מחותנים ביי אזא אסיפה, וואס דאס איז דאך דער תכלית פון אן אסיפת הרבנים זיך צוזאמזעצן די אוסרים מיט די מתירים און מחוור זיין את הדברים כשמלה כדת של תורה, גייט מען און מ'איגנארירט זיי גענצליך.
און וועמען רופט מען יא? די סאטמארע דיינים ומוצי''ם וואס יעדער איינער ווייס אז זייער עקספערטיז אין די ענינים איז ווייט ווייט פון די פריער דערמאנטע רבנים.
און דאס רופט מען נאך אן אסיפות הרבנים... היש לך ליצנות גדולה מזו?
היש לך הוכחה גדולה מזו אויף דעם פאלטשן בלאפערישן דרך וואס די מתירים האבן פאר זיך גענומען?

און נאכאמאל, אלעס האט איין תירוץ: הכסף יענה את הכל...
זאגט דער װאס האט געזאגט אױף רב מײזלס אז ער מישט און אז
דעס איז א נארמאל לשון צווישן חולקים בענין
אין די גמרא , ראשונים ,און אחרונים
עס איז נישט בגדר ביזוי
אבער איינער וואס ער לא קרא ולא שנה
מיינט ער האט גיכאפט דעם טוטער.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
הייסט עס עס אזוי: דעס אז דאס ליידער דער ביטערער מציאות, כידוע לכל, דאס אליין איז נישט קיין בזיון תלמידי חכמים, נאר דאס אז מ'זאגט ארויס אפן און גראב דעם אמת דאס איז גאר בזיון ת''ח? אויב אזוי וויל איך מיט אייך לערנען אן אנדערע גמרא: סנהדרין פב ע"א. ''כל מקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב''. און ווי רש''י זאגט דארט: לפיכך הורה פנחס הלכה בפני רבו, ולא המתין ליטול רשות ממשה, שלא יראו הרואים ''וילמדו להתיר את הנכרית".
און נאך א גמרא: המגלה פנים בתורה שלא כהלכה אין לו חלק לעולם הבא.

און ביידעוועי, פריער ווען איינער האט געשריבן אויף ר' מענדל ז. וואס ער האט געשריבן, האט איר עם נאך פארגינען זיין חלק לעולם הבא...
תלמידי חכמים מנגחים זה את זהבהלכה
וואו מישט דיך אריין
ציזאגן מגלה פנים שלא כהלכה
מען איז דאך דן אויף די הלכה
על זה אנו דנין וואס עס איז די הלכה
איך וואלט נישט געוואלט זיין מלבין פנים
אבער ווי מען איז דאך אנאנים , וועל איך
יא זאגן ,ביסט אן עזות פנים
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אבער זאג מיר שױן הײליגע @ריבי, װאס איז פשט פון דיע צוהאקטע לײנס? ביסט פון דיע װאס האלטן תורה איז א שיר אדער עפעס אזױ?
אדער דאס סתם אזױ סעיװט דיך קאָממעס?
 
הייסט עס עס אזוי: דעס אז דאס ליידער דער ביטערער מציאות, כידוע לכל, דאס אליין איז נישט קיין בזיון תלמידי חכמים, נאר דאס אז מ'זאגט ארויס אפן און גראב דעם אמת דאס איז גאר בזיון ת''ח? אויב אזוי וויל איך מיט אייך לערנען אן אנדערע גמרא: סנהדרין פב ע"א. ''כל מקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב''. און ווי רש''י זאגט דארט: לפיכך הורה פנחס הלכה בפני רבו, ולא המתין ליטול רשות ממשה, שלא יראו הרואים ''וילמדו להתיר את הנכרית".
און נאך א גמרא: המגלה פנים בתורה שלא כהלכה אין לו חלק לעולם הבא.

און ביידעוועי, פריער ווען איינער האט געשריבן אויף ר' מענדל ז. וואס ער האט געשריבן, האט איר עם נאך פארגינען זיין חלק לעולם הבא...
די גמרא פון המגלה פנים איז אין סנהדרין צ''ט ע''א. אבער די זעלבע שטייט אין די משנה אין אבות פרק ג' משנה י''א: והמגלה פנים בתורה שלא כהלכה, אף על פי שיש בידו תורה ומעשים טובים, אין לו חלק לעולם הבא.

איז דער לשון פונעם ברטנורא דארט אויף די משנה: והמגלה פנים בתורה. ''שמראה פנים ופירושים בתורה שלא כהלכה'' וכן פירוש הרשב''ץ שם.
 
תלמידי חכמים מנגחים זה את זהבהלכה
וואו מישט דיך אריין
ציזאגן מגלה פנים שלא כהלכה
מען איז דאך דן אויף די הלכה
על זה אנו דנין וואס עס איז די הלכה
איך וואלט נישט געוואלט זיין מלבין פנים
אבער ווי מען איז דאך אנאנים , וועל איך
יא זאגן ,ביסט אן עזות פנים
תלמידי חכמים מנגחים זה את זה בהלכה? דאס הייסט מנגחים בהלכה? מ'מאכט אן אסיפה איבער אזעלכע דברים חמורים מאד און מ'איגנארירט גענצליך די רבנים האוסרים?
דער תירוץ איז: יא! דאס הייסט מנגחים! נאר איר ווייסט וועמען מ'איז מנגח? הקב''ה ותורתו הקדושה! דאס איז מען מנגח ליידער.

און ווען מ'איז מנגח הקב''ה ותורתו הקדושה, און מ'וויל מפיר זיין בריתו של אברהם אבינו מיט אן עזות וחציפות ושקר שאין כמוהו, מחלל צו זיין און מערב צו זיין זרע קודש עם זרע בת אל נכר רחמנא לישיזבן מיט סברות של שטות ושקר, וועל איך נישט שטיל שווייגן בשום אין פנים ואופן !!!

איך בין אן עזות פנים זאגט איר? וויל אייך זאגן אז עזות פנים איז זייער ווייניג געזאגט. איך וועל טוהן וואס פנחס קנאה האט געטוהן און מקיים זיין דעם 'ויקח רומח בידו' און אריינשטעכן א שווערד אין דעם חומה של שקר וכזב אויף וואס דער היתר איז געבויעט, ואני על משמרתי אעמודה מיטן גרעסן מאס תקיפות ועזות דקדושה לגלות השקר הגס של ההיתר הזה, ביז די חומה וועט גענצליך צופאלן און טהרת וקדושת עם ישראל יוחזר למקומו בעזרת השם יתברך.
 
זאגטס נאר? איר ווילט איך זאל אהער ברענגען די אלע שורות ווי די מתירים זאגן איינמאל און נאכאמאל אז ביציות איז זיכער אסור בתכלית נאר שחלה איז אנדערש? דעמאלטס וועלמיר זעהן ווער פונקטליך ס'מאכט זיך בושות..

איך קען נישט פארשטיין ווי איר וואגט זיך משקר צו זיין במילתא דעבידא לגלויי בשעת די מתירים האלטן אין איין איבערחזרן די חילוק פון שחלה מיט ביצה. און די זעלבע די אוסרים וואס ענפערן זיי אפ, איז אויך אויף דעם, צו איבערצייגן אז ס'איז נישט קיין חילוק.
נאר וואס דען? אלעס איז איין גראב שטיק שקר!

ר' חא''א שרייבט אין זיין מכתב צו ר' משה שטערנבוך אז ר' הערשעל אויש איז מתיר, אין דער צייט וואס הרב אויש האט מפרסם געווען א מכתב לאיסור. ווילסט מיר זאגן ער האט נישט געוויסט? אקעי. סאו פארוואס פרעגט ער איהם נישט פאר דעם? איינער האט איהם אזוי געזאגט...
און איך רעדט שוין נישט פון דעם גראבן סילוף פון הרב קופשיץ וואס די מתירים האבן געהאלטן אין איין איבערקייען, ביז הרב קופשיץ איז ארויסגעקומען ברבים עס אפלייקענען.

איך וויל דער עולם זאל נאך עפעס אינאכט נעמען צו פארשטיין מיט וויפיל שקר די מתירים באגייען זיך. יעדער ווייס פון די אסיפת הרבנים המתירים וואס איז פארגעקומען יענע וואך.
יעצט גיט א קוק, דא שטייען עטליכע רבנים מובהקים פון עי טיים - בוני עולם וואס האבן מפרסם געווען א מכתב לאיסור, און ווי אויך זייערע מנהלים וואס האבן בידם קלארע מכתבים מיט פסקים פון די גדולים פון א דור צוריק. איז אנשטאט זיי זאלן זיין די הויפט מחותנים ביי אזא אסיפה, וואס דאס איז דאך דער תכלית פון אן אסיפת הרבנים זיך צוזאמזעצן די אוסרים מיט די מתירים און מחוור זיין את הדברים כשמלה כדת של תורה, גייט מען און מ'איגנארירט זיי גענצליך.
און וועמען רופט מען יא? די סאטמארע דיינים ומוצי''ם וואס יעדער איינער ווייס אז זייער עקספערטיז אין די ענינים איז ווייט ווייט פון די פריער דערמאנטע רבנים.
און דאס רופט מען נאך אן אסיפות הרבנים... היש לך ליצנות גדולה מזו?
היש לך הוכחה גדולה מזו אויף דעם פאלטשן בלאפערישן דרך וואס די מתירים האבן פאר זיך גענומען?

און נאכאמאל, אלעס האט איין תירוץ: הכסף יענה את הכל...
זאגטס נאר? איר ווילט איך זאל אהער ברענגען די אלע שורות ווי די מתירים זאגן איינמאל און נאכאמאל אז ביציות איז זיכער אסור בתכלית נאר שחלה איז אנדערש? דעמאלטס וועלמיר זעהן ווער פונקטליך ס'מאכט זיך בושות..

איך קען נישט פארשטיין ווי איר וואגט זיך משקר צו זיין במילתא דעבידא לגלויי בשעת די מתירים האלטן אין איין איבערחזרן די חילוק פון שחלה מיט ביצה. און די זעלבע די אוסרים וואס ענפערן זיי אפ, איז אויך אויף דעם, צו איבערצייגן אז ס'איז נישט קיין חילוק.
נאר וואס דען? אלעס איז איין גראב שטיק שקר!

ר' חא''א שרייבט אין זיין מכתב צו ר' משה שטערנבוך אז ר' הערשעל אויש איז מתיר, אין דער צייט וואס הרב אויש האט מפרסם געווען א מכתב לאיסור. ווילסט מיר זאגן ער האט נישט געוויסט? אקעי. סאו פארוואס פרעגט ער איהם נישט פאר דעם? איינער האט איהם אזוי געזאגט...

און איך רעדט שוין נישט פון דעם גראבן סילוף פון הרב קופשיץ וואס די מתירים האבן געהאלטן אין איין איבערקייען, ביז הרב קופשיץ איז ארויסגעקומען ברבים עס אפלייקענען.

.
.

איך וויל דער עולם זאל נאך עפעס אינאכט נעמען צו פארשטיין מיט וויפיל שקר די מתירים באגייען זיך. יעדער ווייס פון די אסיפת הרבנים המתירים וואס איז פארגעקומען יענע וואך.
יעצט גיט א קוק, דא שטייען עטליכע רבנים מובהקים פון עי טיים - בוני עולם וואס האבן מפרסם געווען א מכתב לאיסור, און ווי אויך זייערע מנהלים וואס האבן בידם קלארע מכתבים מיט פסקים פון די גדולים פון א דור צוריק. איז אנשטאט זיי זאלן זיין די הויפט מחותנים ביי אזא אסיפה, וואס דאס איז דאך דער תכלית פון אן אסיפת הרבנים זיך צוזאמזעצן די אוסרים מיט די מתירים און מחוור זיין את הדברים כשמלה כדת של תורה, גייט מען און מ'איגנארירט זיי גענצליך.
און וועמען רופט מען יא? די סאטמארע דיינים ומוצי''ם וואס יעדער איינער ווייס אז זייער עקספערטיז אין די ענינים איז ווייט ווייט פון די פריער דערמאנטע רבנים.
און דאס רופט מען נאך אן אסיפות הרבנים... היש לך ליצנות גדולה מזו?
היש לך הוכחה גדולה מזו אויף דעם פאלטשן בלאפערישן דרך וואס די מתירים האבן פאר זיך גענומען?

און נאכאמאל, אלעס האט איין תירוץ: הכסף יענה את הכל...
יעדע טענה וואס די שרייבסט האט אן ענטפער יעצט וועל איך דיר ענטפערן בנוגע ר' הערשיל אויש אני בעצמי יודע בבירור שמתחילה דעתו היה להיתר וחזר
 
רב זילבער האלט זיך צום ענין
ער איז זיך מפלפל אין א חת״ם סופר לגבי אתרוג
טעיק איט אר ליוו איט , אבער עט ליסט מישט נישט
קאשע מיט בעבעלעך ווי הרב מייזעלס
טו מיר א טובה ער שטעלט אוועק די שחלה אזוי ווי א שק מלא בצים
 
און בכלל וויל איך מודיע זיין פאר יעדען, אז דער סענדזשארשער רב, און די זעלבע הרב חיים פרייא, אין זייערע בריוון מאכן אש און פארך פון די אלע כלומר'שטע הוכחות פון מהר''א'ס מכתב און ווייזן אויף קליפ און קלאר אז ס'איז אלעס שקרים מיט זיופים. אדרבה עיין שם בדבריהם.

ווער איז דער "הרב חיים פרייא"? נאך קיינמאל דעם נאמען נישט געהערט.
 
סאױ דער װארט שטעקט אין װער עס איז דער בעל המדמה סוגיה לסוגיה? נאר דער ערוך השולחן און אבן יקרה מעגן מחדש זײן היקישים?

זאת ועוד, מען זעהט אין די אנדערע תשובות אז מען ברױך האבן גאר שטארקע ראיות צו זאגן אז א געװיסע סוגיא איז יוּניק, און מ'קען זיך נישט ברענגען א ראיה פון דארטן (רעד איך אהן קײן סברא לחלק); אזױ װי למשל די װאס פרובירן זאגן אז מ'קען נישט מדמה זײן (נישט אז ס'איז אין פאקט נישט דומה) צו אילן ערלה אדער אתרוג װײל דארט איז דוקא א חידוש װאס אַפּפּלײעט נאר אהין (גוטמאן גײט אױף אזא שניט אױב געדענק איך גוט). זײ מיטשען זיך צו ברענגען מקורות פון פריערדיגע װאס האבן קלאר געזאגט אז יענץ חידוש האט מען נאר מגלה געװען בײ יענע סוגיא און מען טאר זי נישט זוכן צו אפלײען בײ אנדערע ערטער. און אפי' אזױ איז דאס א שװאכע טענה. און דערפאר למשל רעכנט זי רב מײזלס נישט אױס בכלל.
װאס איך מײן צו טענה'ן: דו האסט מיר נאכנישט געברענגט א גענוג שטארקע ראיה צו זאגן אז די סוגיא פון גידולי היתר שניתוספי על עיקר איסור און די מח' הראשונים בין ר"ן לרא"ש און די השלכות דערפון, איז נאר עפעס װאס גײט אהן בײ בצל וכרוב פון נדרים ותרומה און מ'קען זי נישט נוצן בײ תורמת ביצה או שחלה?!
ס' קוקט מיר אויס ווי ס' פעלט א פשוטע ווארט בצל וכרוב בלייבן ס' קומט צו נאך דאס מיינט אין זרעו כלה משא"כ ביצים ווערן א אנדערע מציאות
 
תלמידי חכמים מנגחים זה את זה בהלכה? דאס הייסט מנגחים בהלכה? מ'מאכט אן אסיפה איבער אזעלכע דברים חמורים מאד און מ'איגנארירט גענצליך די רבנים האוסרים?
דער תירוץ איז: יא! דאס הייסט מנגחים! נאר איר ווייסט וועמען מ'איז מנגח? הקב''ה ותורתו הקדושה! דאס איז מען מנגח ליידער.

און ווען מ'איז מנגח הקב''ה ותורתו הקדושה, און מ'וויל מפיר זיין בריתו של אברהם אבינו מיט אן עזות וחציפות ושקר שאין כמוהו, מחלל צו זיין און מערב צו זיין זרע קודש עם זרע בת אל נכר רחמנא לישיזבן מיט סברות של שטות ושקר, וועל איך נישט שטיל שווייגן בשום אין פנים ואופן !!!

איך בין אן עזות פנים זאגט איר? וויל אייך זאגן אז עזות פנים איז זייער ווייניג געזאגט. איך וועל טוהן וואס פנחס קנאה האט געטוהן און מקיים זיין דעם 'ויקח רומח בידו' און אריינשטעכן א שווערד אין דעם חומה של שקר וכזב אויף וואס דער היתר איז געבויעט, ואני על משמרתי אעמודה מיטן גרעסן מאס תקיפות ועזות דקדושה לגלות השקר הגס של ההיתר הזה, ביז די חומה וועט גענצליך צופאלן און טהרת וקדושת עם ישראל יוחזר למקומו בעזרת השם יתברך.
איך בין נישט מסכים מיט ריבי ווען מען רעדט אויף היינטיגע איז מען נישט קיין אפיקורוס

אבער איין זאך קען איך דיר זאגן אז סקוקט אויס אז דיין רבי איז חומת הדת און ער האט דיך גוט אויס גילערערנד איבער זאגען נאכמאל און נאכמאל און נישט צולייגען קאפ צו מרעדט צו די זאך
 
Back
Top