- זיך איינגעשריבן
- מאי 16, 2024
- מעסעדזשעס
- 883
- רעאקציע ראטע
- 2,388
- פונקטן
- 423
זעה איך יעצט אז ר' @יששכר כץ מאכט אױך דעם טעות פון גלאט אהננעמען אז דער אבן יקרה האט נישט געקענט רעדן פון אַן עקשועל קעיס..:ענדליך קומט איינער אריין קלאר וועגן די היסטאריע. אויב האט איינער געמיינט אז די רבנים קריגן זיך בלויז ארום איבער סייענטיפישע פאקטן, שטעלט זיך ארויס זיי זענען אויך צעמישט לגבי די היסטאריע פון דער פראסידזשער.
אקארדינג צו בּייאוסייענטיפיקע האט פּאול בּערט אין פאריז שוין אין 1863 (תרכג אדער ד') אדורכגעפירט השתלת שחלות אויף רעביטס (כאטש נישט סוקסעספול) און 30 יאר שפעטער האב Chrobak און זיין אסיסטענט Emil Knauer אין אוסטריה איבערגעמאכט בערט'ס עקספערימענט אוואו די בעלי חיים האבן איבערגעלעבט.
די ערשטע סוקסעספולע אוועריען אַללאָגרעפֿטס (פון איין מענטש צו אנאנדערן) אויף היוּמענס (איין פרוי איז טראגעדיג געווארן אבער שפעטער אַבּאָרטעד) איז דורכגעפירט געווארן דורך ראבערט מאריס אין ניו יארק אין יאהר 1895 (תרנה אדער ו'). 130 יאר צוריק. מער ווי גענוג צוגעבן דעם אבן יקרה צייט פאר זיין תשובה. (און פריער פון די די תרעא דעיט - 1910 אדער 11' - וואס ווײַסמאנדל ברענגט דא.)
און די ערשטע פרוי וואס איז טראגעדיג געווארן און געבוירן 3 קינדער דורך מוריס' אפעראציע איז געווען אין 1906 (תרסו אדער ז') בערך 120 יאהר, נאך אלס אין דער אבן יקרה'ס לייף טיים, און זיכער ר' מאיר אריק'ס. רוברט איז אהנגעגאנגען אין מאכן 26 אזעלכע אפעראציעס!
און נאכדעם איז מיר א שטיקל װינדער געװען אז ער ברענגט זיך א ראיה פון די גמ' אין סוטה מב:, רבי יוחנן אמר בר מאה פפי וחדא נאנאי וגלית שמו מגת, אז חזל האבן שױן דערמאנט די מעגליכקײט פון מוּלטיפּעל טאטעס װײל דאס האט חזל געזאגט אלס א גנאי און א זנות; נו, קען מען דאס נישט נוצן אלס עקזעמפל, צו די הײנטצײטיגע פראסידזשערס - אין אופנים װי א מענטש קען האבן דוּאַל פערענהוּד בלי זנות, אז זײ האבן ענטערטעינד דעם פאסעבּילעטי.
איך זאג נישט אז אױב װאלטן זײ געװיסט פון די פראסידזשערס איז נישט ײתכן אז זײ װאלטן קאנסידערט דואל פערענטהוד. איך זאג נאר אז פון סוטה זיך צו ברענגען א ראיה, אהן ציטירן מער פון די מקור, שמעקט עפעס נישט גוט.
דיסקלעימער: איך האב נישט נאכגעקוקט די אנדערע מראה מקומות אבער דאס האב איך שױן געדענקט פון פריער.
הבנתי.
כנ״ל, לכאורה הדבר פשוט להיתר לויט די אלע פוסקים וואס זענען מתיר תרומת ביציות. די שאלה איז נאר ווער איז די מוטער? לענ״ד אין מנוס פון די מסקנא אז אזא קינד האט צוויי מאמעס.
Dual Motherhood.pdf
לעצט רעדאגירט: