דארף מען זעהן צו ס'וועט זיין א מכתב חזרה פאר דעם אויך...
יא! ער טענה'ט מיט רעכט וואס איך שריי דא כסדר, מ'האט געמאכט אזא אסיפה בענין חמור כזה, און דעם הויפט מחותן האט מען נישט גערופן.
נו האט נאך איינער א ספק בכלל איבער די ממש אנזעהבארע פאלטשקייט פונעם א.ג. היתר? נו אויב אזוי וואס האט ער נאך בכלל צו זוכן ביי אזעלכע מסלפי התורה!
א חרפה און בושה וואס דא גייט פאר!
און איך הער פון איינעם נאכן צווייטן א קלא דלא פסיק אויף איינעם פון די הויפט מתירים אז נישט נאר ווען מ'האט געוואלט אריבערקומען צו איהם האט ער זיך גענומן שרייען ארויס פון מיין שטוב, נאר ער האט נאך געהאט אין זיך די מאס עזות אנצושרייען איינער פון די אוסרים פארוואס ער וואגט זיך צו אסר'ן! הערסט א חוצפה און א שקרנות?? מ'טאר שוין נישט זאגן א מיינונג אויך נישט!
ווען איך האב דאס געהערט, האב איך מיך דערמאנט א גוט ווארט. לכאורה וואס איז די טענה אויף די אידן אז זיי האבן זיך צוגעהערט צו די מרגלים, מ'האט דא צוועלעף מענטשן, צען זאגן נישט גוטס אויף ארץ ישראל, און צוויי זאגן יא גוטס, נו אוודאי האבן זיי ענדערש געגלייבט די צען?
נאר דער תירוץ איז, אז ווען מ'קוקט אריין אין פסוק זעהט מען אז אזוי ווי די מרגלים האבן געענדיגט זאגן זייערע ווערטער, האבן יהושע וכלב אנגעהויבן זאגן זייער זייט. וואס שטייט נאכדעם אין פסוק? ''ויאמרו כל העדה לרגום אותם באבנים'' אזוי! הייסט עס אז נישט די הערסט ביידע צדדים און נאכדעם האסטו באשלאסן לויטן רוב. נאר די ווילסט דייקא הערן נאר איין צד, און דעם צווייטען צד איז נישט נאר די הערסט אפילו נישט אויס, נאר דו לאזט איהם ניטאמאל זאגן זיין מיינוג. איז דאך דאס א באווייז אז אלעס איז שקר וכזב!
און פארפאלן מ'מוז זאגן דעם אמת! צו ס'שמעקט יא צו נישט. די מתירים וואס ווייסן קוים אז ס'איז דא גדולי רבנים האוסרים איז איין זאך. אבער די מתירים וואס זענען מתיר אזא דבר שבערווה חמור שבחמורות אן ניטאמאל צו וועלן הערן אדער זיך דורך רעדן מיט רבנים וואס זיי ווייסן גאנץ גוט אז זיי קענען די נושא דורך און דורך שוין אזויפיל יארן, און זיי קענען דאס סאך און סאך בעסער ווי זיי, אויף זיי איז געזאגט געווארן די גמרא אין מסכת שבת קל''ט ע''א:
תניא רבי יוסי בן אלישע אומר אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל, שכל פורענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל. שנאמר (מיכה ג, ט) שמעו נא זאת ראשי בית יעקב וקציני בית ישראל המתעבים משפט ואת כל הישרה יעקשו בונה ציון בדמים וירושלים בעולה ראשיה בשוחד ישפוטו וכהניה במחיר יורו ונביאיה בכסף יקסומו ועל ה' ישענו וגו'
נישט דא נאך א גרעסערע דוגמא פון 'המתעבים משפט ואת כל הישרה יעקשו' ווי דאס.