מען לייענט דעם איגרת פטורין פון הרב אויש שליט״א , קומט מען אוועק מיט א אפשיי , פונעם
גאות און ברייטקייט ,וואס שטעקט זיך ארויס פון די
שורות , ווי ער באציהט זיך צי זיין״ דעת תורה״ , כאילו ער האט א ספעציעל שליסל צי דעם דעת .
מען האט איהם נישט גערופן צי די אסיפה , צוליב
די סיבה , טאקע פאר דעם , ווייל די מסדרי האסיפה
האבן די הבנה , אז אין דעם ענין , האט ער נישט קיין דעת תורה , נאר אהבת הניצוח , און מען איז גיקומען צי די מסקנא , אז ער וועט נישט ברענגען
קיין אינפארמאציע וואס איז נוגע , נאר פיליבאסטער
טומעל ,
איז ער שוין א גברא , וואס ווערט באליידיגט , אז ער איז שוין א דוגמא און משל צי רבי שמעון סופר ז״ל,
ווי ער זיך אזוי שיין מסביר מיט קראקא.
כל דבריו , איז ,ער האט גירעדט , ער האט גירעדט מיט דעם ,מיט יענעם , -ווהאו קעערס,-
די רבנים און מורי הוראה
וואס זענען ארויס להיתר זענען נישט משועבד , צי קיינעם פון זיינע נעמען , מיט וואס ער ווארפט זיך .
יקוב הדין את ההר , עס איז דא גענוג מתירים
אז עס זאל זיין שיבא מכשורא , לבא לעזרת בני ובנות ישראל יושבי גלמודה , ולומר קום בתולת ישראל חבלים נפלו בנעימים , ילד יולד לנו , בן נתן
לנו ולה׳ הישועה