הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

ס'איז א גרויסע טעות וואס מענטשן האבן, ר'חאא האט געשיקט א לענגערע מכתב שאלה צו הרב זילבער גלייך פון אנהייב, די סיבה פארוואס דו זעהסט עס נישט איז ווייל ווער זאל עס ארויסליעקן?...
(איך ווייס אויך אז ער שרייבט שיינע תשובות שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך), וואס מיינט דעיס?
סאױ צו װעמען איז אדרעסירט דער בריװ און תשובה פון ארום פורים צײט, פון ר' אונגער?
 
מענײן לענײן באותו ענײן, הײנט אין 'די טײמס'. 8 בעיביס געבױרן און געזונט, פון מײטאָקאנדריעל דאָנעישען. זײ סענסעישאנעלײזינג עס דורכן זײ רופן בעיביס פון 3 עלטערן. הגם איך גלײב נישט אז טעקניקעלי איז עס ממש דרײ עלטערן. כ'האב נאך דערװײל נישט געלײענט װעגן דער טעכניק.
אבער לענײנו, פון דא זעהט מען אז אפי' HFEA און די בריטיש לעגיסלעיטורס װײסן אז צו ערלױבן אזעלכע קאמפלעצירטע און סענסעטיװע פראסידזשערס ברױך מען באהאנדלען אױף א קעיס בּײ קעיס בעיסיס.
View attachment 7104
איך האב געשמועסט מיט אײנעם פון HFEA די שבת װעגן די נײעס האט זי צו מיר פערזענליך באשטעטיגט אז די 3-פּערענט איז א גראָס מיס-רעפרעזענטעישן. דאס קינד האט נאר 0.001 די-ען-עי פון דעם דאנער. די רעסט איז פון די אײגענע עלטערן.
 
ידוע לכל? ידוע איז אז צווישן אלע רבנים וואס האבן דא אריינגערעדט איז ר' בנימין לאנדא די גרעסטער בקי אין די זאכן
די גרעסטער בקי? אבי געשאסן ליידיגע רעטאריק! ער איז צווישן עטליכע רבנים און מנהלים וואס ווייסן וואס טוט זיך, און פון צווישן זיי אלע איז ער דער איינציגסטער וואס איז מתיר, טראץ וואס זיי אלע האבן זיך נישט גערירט אן הרב וואוזנער'ס הוראה אין די ענינים, און טראץ וואס אלע גיבן איבער בשם הרב וואוזנער לאיסור. דאס איז זייער מאדנע, און ווייזט קלאר אויף א דרויסענדיגער כח וואס מישט אין טעפעל דא.
 
ווען דו ווייסט אליינס אז דו רעדסט שטותים, קען מיך דיך נישט אפפרעגן. פארפאלן, דו ביסט גוט....
 
1753058565341.png

די קינד איז געבוירן בהכשר העדה, נעקסט וועט זיין א צעטיל בהכשר רבי בנימין לאנדא דומ"ץ טאהש...:)
 
און פאר אייער אנפראגע בנוגע ווער ס'האט גענומען געלט פון וועם, זאלט איר זיך ווענדן צו הרב אויש וואס האט מעיד געווען בפני קרוב צו 30 רבנים אז מ'האט אן א בושה גענוצט דעם כח פון שוחד ממון לשחד רבנים שיתירו.
דו מאכסט מיך לאכן. ווען א רב זאגט נאך גאסן שמועות האט ער עפעס מעיד געווען? האט ער דען פארציילט אז איינער האט אים געוואלט אונטערקויפן?
 
דו מאכסט מיך לאכן. ווען א רב זאגט נאך גאסן שמועות האט ער עפעס מעיד געווען? האט ער דען פארציילט אז איינער האט אים געוואלט אונטערקויפן?
גראדע יא. אבער איגעין ער ווייסט דאך נישט צו מען האט געאפפערט פאר אנדערע. לעצם הענין אבער, איז מיך אסאך ענדישער צו זאגן אגב חרופותי' לא דק וכו'
 
דארף מען זעהן צו ס'וועט זיין א מכתב חזרה פאר דעם אויך...
 
בייגעלייגטע פיילס

  • WhatsApp Image 2025-07-21 at 12.38.30 AM.jpeg
    WhatsApp Image 2025-07-21 at 12.38.30 AM.jpeg
    871.1 KB · געזען: 41
דארף מען זעהן צו ס'וועט זיין א מכתב חזרה פאר דעם אויך...

יא! ער טענה'ט מיט רעכט וואס איך שריי דא כסדר, מ'האט געמאכט אזא אסיפה בענין חמור כזה, און דעם הויפט מחותן האט מען נישט גערופן.
נו האט נאך איינער א ספק בכלל איבער די ממש אנזעהבארע פאלטשקייט פונעם א.ג. היתר? נו אויב אזוי וואס האט ער נאך בכלל צו זוכן ביי אזעלכע מסלפי התורה!

א חרפה און בושה וואס דא גייט פאר!

און איך הער פון איינעם נאכן צווייטן א קלא דלא פסיק אויף איינעם פון די הויפט מתירים אז נישט נאר ווען מ'האט געוואלט אריבערקומען צו איהם האט ער זיך גענומן שרייען ארויס פון מיין שטוב, נאר ער האט נאך געהאט אין זיך די מאס עזות אנצושרייען איינער פון די אוסרים פארוואס ער וואגט זיך צו אסר'ן! הערסט א חוצפה און א שקרנות?? מ'טאר שוין נישט זאגן א מיינונג אויך נישט!

ווען איך האב דאס געהערט, האב איך מיך דערמאנט א גוט ווארט. לכאורה וואס איז די טענה אויף די אידן אז זיי האבן זיך צוגעהערט צו די מרגלים, מ'האט דא צוועלעף מענטשן, צען זאגן נישט גוטס אויף ארץ ישראל, און צוויי זאגן יא גוטס, נו אוודאי האבן זיי ענדערש געגלייבט די צען?
נאר דער תירוץ איז, אז ווען מ'קוקט אריין אין פסוק זעהט מען אז אזוי ווי די מרגלים האבן געענדיגט זאגן זייערע ווערטער, האבן יהושע וכלב אנגעהויבן זאגן זייער זייט. וואס שטייט נאכדעם אין פסוק? ''ויאמרו כל העדה לרגום אותם באבנים'' אזוי! הייסט עס אז נישט די הערסט ביידע צדדים און נאכדעם האסטו באשלאסן לויטן רוב. נאר די ווילסט דייקא הערן נאר איין צד, און דעם צווייטען צד איז נישט נאר די הערסט אפילו נישט אויס, נאר דו לאזט איהם ניטאמאל זאגן זיין מיינוג. איז דאך דאס א באווייז אז אלעס איז שקר וכזב!

און פארפאלן מ'מוז זאגן דעם אמת! צו ס'שמעקט יא צו נישט. די מתירים וואס ווייסן קוים אז ס'איז דא גדולי רבנים האוסרים איז איין זאך. אבער די מתירים וואס זענען מתיר אזא דבר שבערווה חמור שבחמורות אן ניטאמאל צו וועלן הערן אדער זיך דורך רעדן מיט רבנים וואס זיי ווייסן גאנץ גוט אז זיי קענען די נושא דורך און דורך שוין אזויפיל יארן, און זיי קענען דאס סאך און סאך בעסער ווי זיי, אויף זיי איז געזאגט געווארן די גמרא אין מסכת שבת קל''ט ע''א:
תניא רבי יוסי בן אלישע אומר אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל, שכל פורענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל. שנאמר (מיכה ג, ט) שמעו נא זאת ראשי בית יעקב וקציני בית ישראל המתעבים משפט ואת כל הישרה יעקשו בונה ציון בדמים וירושלים בעולה ראשיה בשוחד ישפוטו וכהניה במחיר יורו ונביאיה בכסף יקסומו ועל ה' ישענו וגו'

נישט דא נאך א גרעסערע דוגמא פון 'המתעבים משפט ואת כל הישרה יעקשו' ווי דאס.
 
טאקע א חרפה און א בושה, אז הגרז"ל פילאפף, הגרש"ל וויינבערגער האבן מחליט געווען ענדערש זיך צו רעכענען מיט הגר"ב לאנדא ווי איידער מיט הגרמזי"נ אויש....
 
טאקע א חרפה און א בושה, אז הגרז"ל פילאפף, הגרש"ל וויינבערגער האבן מחליט געווען ענדערש זיך צו רעכענען מיט הגר"ב לאנדא ווי איידער מיט הגרמזי"נ אויש....

נישט נאר אויף זיי איז די קשיא, נאר טאקע אויף הגר''ב לאנדא אויך! דו מאכסט עס הגר''ב לאנדא ווערסעס הרב אויש. אבער דער אמת איז אז הגר''ב לאנדא איז ממש א דעת יחיד ווערסעס אלע רבנים כיוצא בו וואס האלטן כולם פה אחד לאיסור, און זאגן אויך עדות אז די פריערדיגע דור גדולי הרבנים האבן אויך געהאלטן לאיסור. און ער ווייסט אויך גאנץ גוט וואס דעת הגר''ש וואוזנער איז געווען. ער ווייסט גאנץ גוט אז ר' מיכל שטיינמעץ איז נישט קיין פאלנער ליגנער. און ער ווייסט אויך גאנץ גוט אז הגרא''צ וואוזנער איז אויך נישט קיין פאלנער ליגנער. ממילא זיך נישט צו רעכענען מיט זיי אלע ביי אזא הארבער ענין, מאכט נישט קיין ברעקל סענס. און ס'איז דא נאר איין תירוץ אויף דעם:
מ'פארקויפט דעם כלל ישראל פאר געלד!
פארפאלן, דאס איז דער גראבער אמת, און דאס מוז געזאגט ווערן בריש גלי!

דא ווערט ליידער מקוים דער פסוק: 'ראשיה בשוחד ישפוטו וכהניה במחיר יורו' במלא מובן המלה.
 
לעצט רעדאגירט:
מען לייענט דעם איגרת פטורין פון הרב אויש שליט״א , קומט מען אוועק מיט א אפשיי , פונעם
גאות און ברייטקייט ,וואס שטעקט זיך ארויס פון די
שורות , ווי ער באציהט זיך צי זיין״ דעת תורה״ , כאילו ער האט א ספעציעל שליסל צי דעם דעת .
מען האט איהם נישט גערופן צי די אסיפה , צוליב
די סיבה , טאקע פאר דעם , ווייל די מסדרי האסיפה
האבן די הבנה , אז אין דעם ענין , האט ער נישט קיין דעת תורה , נאר אהבת הניצוח , און מען איז גיקומען צי די מסקנא , אז ער וועט נישט ברענגען
קיין אינפארמאציע וואס איז נוגע , נאר פיליבאסטער
טומעל ,
איז ער שוין א גברא , וואס ווערט באליידיגט , אז ער איז שוין א דוגמא און משל צי רבי שמעון סופר ז״ל,
ווי ער זיך אזוי שיין מסביר מיט קראקא.

כל דבריו , איז ,ער האט גירעדט , ער האט גירעדט מיט דעם ,מיט יענעם , -ווהאו קעערס,-
די רבנים און מורי הוראה
וואס זענען ארויס להיתר זענען נישט משועבד , צי קיינעם פון זיינע נעמען , מיט וואס ער ווארפט זיך .

יקוב הדין את ההר , עס איז דא גענוג מתירים
אז עס זאל זיין שיבא מכשורא , לבא לעזרת בני ובנות ישראל יושבי גלמודה , ולומר קום בתולת ישראל חבלים נפלו בנעימים , ילד יולד לנו , בן נתן
לנו ולה׳ הישועה .
 
Back
Top