- זיך איינגעשריבן
- אוג. 11, 2024
- מעסעדזשעס
- 337
- רעאקציע ראטע
- 997
- פונקטן
- 113
א זון וואס איז געבוירן פון א ovary transplant
מעג ער יעצט חתונה האבן מיט א עכטע טאכטער פון די צווייטע מאמע (די מקבלת) אדער די וואלסט חושש געווען אלטס אחותו מאמו
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
א זון וואס איז געבוירן פון א ovary transplant
מיינסט אוודאי פון אן אנדערען מאן. דאס איז ממש פונקט ווי תרומת ביצית, וואס דעמאלטס האבן רוב פוסקים חושש געווען לחומרא אויך אויף די צווייטע. גראדע לגבי כהונה למשל האט הרב עובדיה יוסף ז''ל געהאלטן אז אויב די ביצית איז פון א ישראלית אפילו די נתרמת איז א נכרית, אינה צריכה גיור אפילו לחומרא, ואפילו אם נתגיירה אינו כלום, ומותרת בכהן לכתחילה.א זון וואס איז געבוירן פון א ovary transplant
מעג ער יעצט חתונה האבן מיט א עכטע טאכטער פון די צווייטע מאמע (די מקבלת) אדער די וואלסט חושש געווען אלטס אחותו מאמו
מיינסט אוודאי פון אן אנדערען מאן. דאס איז ממש פונקט ווי תרומת ביצית, וואס דעמאלטס האבן רוב פוסקים חושש געווען לחומרא ''אויך'' אויף די צווייטע. גראדע לגבי כהונה למשל האט הרב עובדיה יוסף ז''ל געהאלטן אז אויב די ביצית איז פון א ישראלית אפילו די נתרמת איז א נכרית אינה צריכה גיור אפילו לחומרא ומותרת בכהן.
מ'האט חושש געווען לחומרא ''אויך'' אויף די צווייטע, אבער צו זאגן אזא שטות נורא אז ''נאר'' די צווייטע איז די מאמע.. אזאנס איז לא עלתה על דעתם מעולם.
די רעדסט דא פון אזעלכע פוסקים וואס האבן געהאלטן קלאר אז ''הוולד ממזר'' או ספק ממזר, דאס הייסט ביי דיר מודה במקצת?
לכבודך, האב מיר יעצט דורכגעקוקט די תשובות אין להורות נתן (חי"ג סי' צ"ה ביז צ"ח), וואס ווי באקאנט האט ער מצדד געווען להיתר אפילו ביי תרומת ביצית, און ער איז אפילו מצדד אז די קינד איז זיך נאר מתייחס צו די צווייטע, ער נעמט עס נישט אן בברירות, אבער ער ברענגט שטארק ארויף אזא צד. און דאס איז אפילו ביי תרומת ביצית. - למעשה האט ער נישט מתיר געווען, וויבאלד רוב גדולי הפוסקים האבן עס גע'אסרט. אבער מען קען זעהן די צדדים וואס ער איז דארטן נושא ונותן, אז ער האט געהאלטן אז יתכן אז די קינד איז זיך מתייחס נאר צו די צווייטע.מיינסט אוודאי פון אן אנדערען מאן. דאס איז ממש פונקט ווי תרומת ביצית, וואס דעמאלטס האבן רוב פוסקים חושש געווען לחומרא אויך אויף די צווייטע. גראדע לגבי כהונה למשל האט הרב עובדיה יוסף ז''ל געהאלטן אז אויב די ביצית איז פון א ישראלית אפילו די נתרמת איז א נכרית, אינה צריכה גיור אפילו לחומרא, ואפילו אם נתגיירה אינו כלום, ומותרת בכהן לכתחילה.
מ'האט חושש געווען לחומרא ''אויך'' אויף די צווייטע, אבער צו זאגן אזא שטות נורא אז ''נאר'' די צווייטע איז די מאמע.. אזאנס איז לא עלתה על דעתם מעולם.
דאס איז גוט באקאנט אז סיי פון הרב אלישיב ז''ל און סיי פון הרב יוסף ז''ל און אפילו פון הרב וואוזנער, זענען געווען מכתבים בשנים הקודמות, ווי מ'זעהט אז זיי זענען מסופק געווען, און פון שפעטערע יארן ווי זיי שרייבן קלאר לאיסור. און דאס זעלבע זעהט מען אויך ביי געוויסע היינטיגע רבנים. און די סיבה איז זייער פשוט ווי הרב משה שאול קליין און הרב כהן זענען דאס מסביר, אז נאכדעם ווי ס'איז זיי נתברר געווארן דאס מציאות האבן זיי געהאלטן קלאר לאיסור. ממילא איז קיין שום ראיה נישט פונעם בעל להורות נתן ז''ל, אזוי ווי ס'איז נישט קיין ראיה פונעם בעל אבן יקרה ז''ל, ווייל זיי האבן פשוט נאך נישט געוויסט בימים ההם דאס מציאות.לכבודך, האב מיר יעצט דורכגעקוקט די תשובות אין להורות נתן (חי"ג סי' צ"ה ביז צ"ח), וואס ווי באקאנט האט ער מצדד געווען להיתר אפילו ביי תרומת ביצית, און ער איז אפילו מצדד אז די קינד איז זיך נאר מתייחס צו די צווייטע, ער נעמט עס נישט אן בברירות, אבער ער ברענגט שטארק ארויף אזא צד. און דאס איז אפילו ביי תרומת ביצית. - למעשה האט ער נישט מתיר געווען, וויבאלד רוב גדולי הפוסקים האבן עס גע'אסרט. אבער מען קען זעהן די צדדים וואס ער איז דארטן נושא ונותן, אז ער האט געהאלטן אז יתכן אז די קינד איז זיך מתייחס נאר צו די צווייטע.
יעצט שרייב נאכאמאל איבער דיינע ווערטער "אזא שטות נורא אז נאר די צווייטע איז די מאמע, אזאנס איז לא עלתה על דעתם מעולם"..................
שוין ווייטער דרייסטו א קאפ, מ'רעדט פון איין זאך און דו ענטפערסט עפעס אנדערש.דאס איז גוט באקאנט אז סיי פון הרב אלישיב ז''ל און סיי פון הרב יוסף ז''ל און אפילו פון הרב וואוזנער, זענען געווען מכתבים בשנים הקודמות, ווי מ'זעהט אז זיי זענען מסופק געווען, און פון שפעטערע יארן ווי זיי שרייבן קלאר לאיסור. און דאס זעלבע זעהט מען אויך ביי געוויסע היינטיגע רבנים. און די סיבה איז זייער פשוט ווי הרב משה שאול קליין און הרב כהן זענען דאס מסביר, אז נאכדעם ווי ס'איז זיי נתברר געווארן דאס מציאות האבן זיי געהאלטן קלאר לאיסור. ממילא איז קיין שום ראיה נישט פונעם בעל להורות נתן ז''ל, אזוי ווי ס'איז נישט קיין ראיה פונעם בעל אבן יקרה ז''ל, ווייל זיי האבן פשוט נאך נישט געוויסט בימים ההם דאס מציאות.
שוין ווייטער דרייסטו א קאפ, מ'רעדט פון איין זאך און דו ענטפערסט עפעס אנדערש.
וואס אין קאפ אריין קומט דא אריין הרב כהן מיט הרב קליין, דער להורות נתן רעדט פון "תרומת ביצית", ניטאמאל פון "השתלת שחלה". וועלכע מציאות האבן זיי נישט געוויסט פון תרומת ביצית?
דו האסט געשריבן מיט א פעסטקייט, אז "לא עלתה על דעתם מעולם" צו זאגן אז די צווייטע איז די מאמע, נו האב איך געברענגט אז עס איז "עלתה על דעתם", אפילו ביי "תרומת ביצית" האט דער להורות נתן מצדד געווען אז אפשר איז נאר די צווייטע די מאמע.
צו ער האט למעשה מתיר געווען, ניין, ער ענדיגט זיין תשובה אז וויבאלד גדולי ישראל האבן עס גע'אסרט איז ער מבטל דעתו פאר זיי, אבער אודאי איז "עלתה על דעתם"
איך זיך נישט צו מאכן קיין שפיצל אדער איינרעדן קיינעם, איך גראדע האלט אויך לאיסור, אבער איך קען יא פארשטיין די אנדערע מיינונג - אפילו איך האלט נישט אזוי,די רעדסט דא פון אזעלכע פוסקים וואס האבן געהאלטן קלאר אז ''הוולד ממזר'' או ספק ממזר, דאס הייסט ביי דיר מודה במקצת?
ס'פונקט גוט אז זאלסט דיך איינרעדן און גוט פילן אז דו האסט געמאכט דא עפעס א קלוגע שפיצל, אבער נישט מער פון דעם.
ס'ווייזט נאר ווי ווייט דער אמת לאמיתו אינטערעסירט דיך.
דו דארפסט גארנישט מעתיק זיין, איך האב געוואוסט פארדעם וואס די תירוץ וועט זיין.איך האב נישט יעצט קיין צייט מעתיק צו זיין שטיקלעך פון זיין תשובה, אבער ווער ס'לערענט אפ די דריי תשובות זעהט קלאר אז ער האט בכלל נישט ארויס געהאט דעם מציאות וואס ביצה האשה זענען. ער רופט עס אן אפאר מאל בשר האשה, און ער איז עס ממש מדמה מיט די רחם האשה.
ממילא איז פשוט וברור אז ס'איז קיין שום ראיה נישט פון דארט.
see the datesאון אפילו פון הרב וואוזנער, זענען געווען מכתבים בשנים הקודמות, ווי מ'זעהט אז זיי זענען מסופק געווען, און פון שפעטערע יארן ווי זיי שרייבן קלאר לאיסור. און דאס זעלבע זעהט מען אויך ביי געוויסע היינטיגע רבנים. און די סיבה איז זייער פשוט ווי הרב משה שאול קליין און הרב כהן זענען דאס מסביר, אז נאכדעם ווי ס'איז זיי נתברר געווארן דאס מציאות
נו, די היינטיגע זענען בתראי , זיי קענען די מציאות
חסר בינה ודעת האט נישט קיין פראבלעם צו זאגען אז תשע"א איז פאר תשנ"ו
די סטעם סעלס ווערן געמאכט פון די פרימארדיעל דזשערם סעלס ווען די קינד איז נאך במעי אימו אדער אביסל שפעטער. עס ווערט נישט געמאכט פון פריש שפעטער.די SSC סעלס ווערן טאקע געמאכט אין די טעסטיקל, אבער ס'ווערט געמאכט פון א PGC Cell וואס ווערט נישט געמאכט אין די טעסטיקל און האט די-ענ-עי
אין ווען איז געווען תשס''ז? ר משה שאול תשובה פאר ר וואזנער איז תשס''ז אין די תשובה שמואל אליעזר שטערן איז תשעאחסר בינה ודעת האט נישט קיין פראבלעם צו זאגען אז תשע"א איז פאר תשנ"ו
אין ווען איז געווען תשס''ז? ר משה שאול תשובה פאר ר וואזנער איז תשס''ז אין די תשובה שמואל אליעזר שטערן איז תשעא
מכתב פרטים נחוצים בעל אבני חן (1).pdf
ער פארט אים גוט ארײן. ראזענבערג שרײבט למשל דא:דאן איז געקומען איינער און געשריבן א גאנצע מענה אויף דעם צעטל, אנגעהויבן מיט די ווערטער לכבוד הכותב המעלים שמו, און ער שרייבט פול מיט טענות און מענות, און דאן ענדיגט ער צו ובעוה“ר הגענו למצב מה שאמרו חז“ ל חגיגה י “ד ע “א ירהבו הנער בזקן, ונראה לפרש שהנערים מן החכמה ירהבו, שנתקיים בהם מה שאמרו זקן זה שקנה חכמה, ובעוה“ר נתקיים במר מה שאמרו ז“ל גמרא גמור זמורתא תהא )ביצה כ“ד ע“א( ועכשיו משבשתא כיון דעל על, והגם כי ידעתיו מימי נעוריו, לא אפרש שמו, רק אסיים בברכת שלום שלום אמר ה‘ לרחוק ולקרוב ״ורפאתיו״ וד“ל, ואין כאן לא אימה ולא מציק.
ער ווארפט אזוי אריין אז ער קען די כותב מימי נעוריו, די כותב פרובירט נאך צו כאפן ווער דאס איז, ווייל ער האט געשריבן א ענטפער אויפן ענטפער אבער ער ווייסט נישט ווער דאס איז.