הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

א זון וואס איז געבוירן פון א ovary transplant
מעג ער יעצט חתונה האבן מיט א עכטע טאכטער פון די צווייטע מאמע (די מקבלת) אדער די וואלסט חושש געווען אלטס אחותו מאמו
מיינסט אוודאי פון אן אנדערען מאן. דאס איז ממש פונקט ווי תרומת ביצית, וואס דעמאלטס האבן רוב פוסקים חושש געווען לחומרא אויך אויף די צווייטע. גראדע לגבי כהונה למשל האט הרב עובדיה יוסף ז''ל געהאלטן אז אויב די ביצית איז פון א ישראלית אפילו די נתרמת איז א נכרית, אינה צריכה גיור אפילו לחומרא, ואפילו אם נתגיירה אינו כלום, ומותרת בכהן לכתחילה.

מ'האט חושש געווען לחומרא ''אויך'' אויף די צווייטע, אבער צו זאגן אזא שטות נורא אז ''נאר'' די צווייטע איז די מאמע.. אזאנס איז לא עלתה על דעתם מעולם.
 
לעצט רעדאגירט:
מיינסט אוודאי פון אן אנדערען מאן. דאס איז ממש פונקט ווי תרומת ביצית, וואס דעמאלטס האבן רוב פוסקים חושש געווען לחומרא ''אויך'' אויף די צווייטע. גראדע לגבי כהונה למשל האט הרב עובדיה יוסף ז''ל געהאלטן אז אויב די ביצית איז פון א ישראלית אפילו די נתרמת איז א נכרית אינה צריכה גיור אפילו לחומרא ומותרת בכהן.

מ'האט חושש געווען לחומרא ''אויך'' אויף די צווייטע, אבער צו זאגן אזא שטות נורא אז ''נאר'' די צווייטע איז די מאמע.. אזאנס איז לא עלתה על דעתם מעולם.

מודה במקצת
 
די רעדסט דא פון אזעלכע פוסקים וואס האבן געהאלטן קלאר אז ''הוולד ממזר'' או ספק ממזר, דאס הייסט ביי דיר מודה במקצת?

ס'פונקט גוט אז זאלסט דיך איינרעדן און גוט פילן אז דו האסט געמאכט דא עפעס א קלוגע שפיצל, אבער נישט מער פון דעם.

ס'ווייזט נאר ווי ווייט דער אמת לאמיתו אינטערעסירט דיך.
 
מיינסט אוודאי פון אן אנדערען מאן. דאס איז ממש פונקט ווי תרומת ביצית, וואס דעמאלטס האבן רוב פוסקים חושש געווען לחומרא אויך אויף די צווייטע. גראדע לגבי כהונה למשל האט הרב עובדיה יוסף ז''ל געהאלטן אז אויב די ביצית איז פון א ישראלית אפילו די נתרמת איז א נכרית, אינה צריכה גיור אפילו לחומרא, ואפילו אם נתגיירה אינו כלום, ומותרת בכהן לכתחילה.

מ'האט חושש געווען לחומרא ''אויך'' אויף די צווייטע, אבער צו זאגן אזא שטות נורא אז ''נאר'' די צווייטע איז די מאמע.. אזאנס איז לא עלתה על דעתם מעולם.
לכבודך, האב מיר יעצט דורכגעקוקט די תשובות אין להורות נתן (חי"ג סי' צ"ה ביז צ"ח), וואס ווי באקאנט האט ער מצדד געווען להיתר אפילו ביי תרומת ביצית, און ער איז אפילו מצדד אז די קינד איז זיך נאר מתייחס צו די צווייטע, ער נעמט עס נישט אן בברירות, אבער ער ברענגט שטארק ארויף אזא צד. און דאס איז אפילו ביי תרומת ביצית. - למעשה האט ער נישט מתיר געווען, וויבאלד רוב גדולי הפוסקים האבן עס גע'אסרט. אבער מען קען זעהן די צדדים וואס ער איז דארטן נושא ונותן, אז ער האט געהאלטן אז יתכן אז די קינד איז זיך מתייחס נאר צו די צווייטע.

יעצט שרייב נאכאמאל איבער דיינע ווערטער "אזא שטות נורא אז נאר די צווייטע איז די מאמע, אזאנס איז לא עלתה על דעתם מעולם"..................
 
דאס איז גוט באקאנט אז סיי פון הרב אלישיב ז''ל און סיי פון הרב יוסף ז''ל און אפילו פון הרב וואוזנער, זענען געווען מכתבים בשנים הקודמות, ווי מ'זעהט אז זיי זענען מסופק געווען, און פון שפעטערע יארן ווי זיי שרייבן קלאר לאיסור. און דאס זעלבע זעהט מען אויך ביי געוויסע היינטיגע רבנים. און די סיבה איז זייער פשוט ווי הרב משה שאול קליין און הרב כהן זענען דאס מסביר, אז נאכדעם ווי ס'איז זיי נתברר געווארן דאס מציאות האבן זיי געהאלטן קלאר לאיסור. ממילא איז קיין שום ראיה נישט פונעם בעל להורות נתן ז''ל, אזוי ווי ס'איז נישט קיין ראיה פונעם בעל אבן יקרה ז''ל, ווייל זיי האבן פשוט נאך נישט געוויסט בימים ההם דאס מציאות.
 
שוין ווייטער דרייסטו א קאפ, מ'רעדט פון איין זאך און דו ענטפערסט עפעס אנדערש.

וואס אין קאפ אריין קומט דא אריין הרב כהן מיט הרב קליין, דער להורות נתן רעדט פון "תרומת ביצית", ניטאמאל פון "השתלת שחלה". וועלכע מציאות האבן זיי נישט געוויסט פון תרומת ביצית?

דו האסט געשריבן מיט א פעסטקייט, אז "לא עלתה על דעתם מעולם" צו זאגן אז די צווייטע איז די מאמע, נו האב איך געברענגט אז עס איז "עלתה על דעתם", אפילו ביי "תרומת ביצית" האט דער להורות נתן מצדד געווען אז אפשר איז נאר די צווייטע די מאמע.

צו ער האט למעשה מתיר געווען, ניין, ער ענדיגט זיין תשובה אז וויבאלד גדולי ישראל האבן עס גע'אסרט איז ער מבטל דעתו פאר זיי, אבער אודאי איז "עלתה על דעתם"
 
איך האב נישט יעצט קיין צייט מעתיק צו זיין שטיקלעך פון זיין תשובה, אבער ווער ס'לערענט אפ די דריי תשובות זעהט קלאר אז ער האט בכלל נישט ארויס געהאט דעם מציאות וואס ביצה האשה זענען. ער רופט עס אן אפאר מאל בשר האשה, און ער איז עס ממש מדמה מיט די רחם האשה.

ממילא איז פשוט וברור אז ס'איז קיין שום ראיה נישט פון דארט.
 
די רעדסט דא פון אזעלכע פוסקים וואס האבן געהאלטן קלאר אז ''הוולד ממזר'' או ספק ממזר, דאס הייסט ביי דיר מודה במקצת?

ס'פונקט גוט אז זאלסט דיך איינרעדן און גוט פילן אז דו האסט געמאכט דא עפעס א קלוגע שפיצל, אבער נישט מער פון דעם.

ס'ווייזט נאר ווי ווייט דער אמת לאמיתו אינטערעסירט דיך.
איך זיך נישט צו מאכן קיין שפיצל אדער איינרעדן קיינעם, איך גראדע האלט אויך לאיסור, אבער איך קען יא פארשטיין די אנדערע מיינונג - אפילו איך האלט נישט אזוי,

אויב האלטסטו 100% אז די דאנער איז די עכטע מאמע פארוואס ביסטו מחמיר, אלא מאי ביסט נאר %99.99 זיכער.
 
איך האב נישט יעצט קיין צייט מעתיק צו זיין שטיקלעך פון זיין תשובה, אבער ווער ס'לערענט אפ די דריי תשובות זעהט קלאר אז ער האט בכלל נישט ארויס געהאט דעם מציאות וואס ביצה האשה זענען. ער רופט עס אן אפאר מאל בשר האשה, און ער איז עס ממש מדמה מיט די רחם האשה.

ממילא איז פשוט וברור אז ס'איז קיין שום ראיה נישט פון דארט.
דו דארפסט גארנישט מעתיק זיין, איך האב געוואוסט פארדעם וואס די תירוץ וועט זיין.

ווער עס האט נאר געשריבן א ווארט להיתר, האט זיכער נישט געקענט די מציאות....

ווער עס האט געשריבן לאיסור, האט געקענט די מציאות דורך און א דורך....

איך דארף נאר אויפזוכן דיין תגובה אויבן, וואו דו האסט געשריבן אז דער להורות נתן האט געאסרט השתלת שחלה [וואס איז בכלל נישט אמת], און דארט האט פארדינט פון דיר גאר שיינע טיטלן, ווייל דארט האט ער שוין געקענט די מציאות.......
 
וואס איז געווען די מעשה פין ר' יושע לערנער פין מאנטריאל , ווען ער איז געווען אין פליישמאנס , ווייסט איינער ?
 
און אפילו פון הרב וואוזנער, זענען געווען מכתבים בשנים הקודמות, ווי מ'זעהט אז זיי זענען מסופק געווען, און פון שפעטערע יארן ווי זיי שרייבן קלאר לאיסור. און דאס זעלבע זעהט מען אויך ביי געוויסע היינטיגע רבנים. און די סיבה איז זייער פשוט ווי הרב משה שאול קליין און הרב כהן זענען דאס מסביר, אז נאכדעם ווי ס'איז זיי נתברר געווארן דאס מציאות
see the dates
1.jpeg
IMG_20250730_103322.jpeg
View attachment 7680
 
ממזרות אין מציאות עקזיסטירט נישט , עס איז א
הלכה , אבער למעשה איז אין די הלכה אלץ עוועליבל וועגן מטהר צן זיין , כלל ישראל
עס די דא די באגריף פון רוב בעילות אחר הבעל
אויך זאגט מען , משפחה שנטמעה נטמעה ,
אמאהל מאכט מען עס איז נישט גיוועהן קידושין ,
מען טהוט וואס מען קען און וואס מען דארף.
אין רמ״א שטייט מען מאכט א סימן אויף א ממזר
מען שניידט די אויער
עס איז נישט דא אזא זאך כהיום
נישטא קיין ממזרות במציאות כהיום
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
די SSC סעלס ווערן טאקע געמאכט אין די טעסטיקל, אבער ס'ווערט געמאכט פון א PGC Cell וואס ווערט נישט געמאכט אין די טעסטיקל און האט די-ענ-עי
די סטעם סעלס ווערן געמאכט פון די פרימארדיעל דזשערם סעלס ווען די קינד איז נאך במעי אימו אדער אביסל שפעטער. עס ווערט נישט געמאכט פון פריש שפעטער.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
חסר בינה ודעת האט נישט קיין פראבלעם צו זאגען אז תשע"א איז פאר תשנ"ו
‎אין ווען איז געווען תשס''ז? ר משה שאול תשובה פאר ר וואזנער איז תשס''ז אין די תשובה שמואל אליעזר שטערן איז תשעא
 
דאן איז געקומען איינער און געשריבן א גאנצע מענה אויף דעם צעטל, אנגעהויבן מיט די ווערטער לכבוד הכותב המעלים שמו, און ער שרייבט פול מיט טענות און מענות, און דאן ענדיגט ער צו ובעוה“ר הגענו למצב מה שאמרו חז“ ל חגיגה י “ד ע “א ירהבו הנער בזקן, ונראה לפרש שהנערים מן החכמה ירהבו, שנתקיים בהם מה שאמרו זקן זה שקנה חכמה, ובעוה“ר נתקיים במר מה שאמרו ז“ל גמרא גמור זמורתא תהא )ביצה כ“ד ע“א( ועכשיו משבשתא כיון דעל על, והגם כי ידעתיו מימי נעוריו, לא אפרש שמו, רק אסיים בברכת שלום שלום אמר ה‘ לרחוק ולקרוב ״ורפאתיו״ וד“ל, ואין כאן לא אימה ולא מציק.

ער ווארפט אזוי אריין אז ער קען די כותב מימי נעוריו, די כותב פרובירט נאך צו כאפן ווער דאס איז, ווייל ער האט געשריבן א ענטפער אויפן ענטפער אבער ער ווייסט נישט ווער דאס איז.
ער פארט אים גוט ארײן. ראזענבערג שרײבט למשל דא:
1754017147121.png

שרײבט אים דער 'לכבוד הכותב המעלים שמו':
1754017953380.png

האב איך נאכגעקוקט דעם באר היטב און ער קװאָט נישט דעם תפארת למשה אינערגעץ אפ' נישט אײנמאל. טשעק איך װיקי זעה איך אז כאטש דער בעל תפא"ל איז געשטארבן אין 1681 און ר' יהודה אשכנזי בעל הבאר היטב ערשט אין 1743, האט מען אבער נישט געדרוקט דעם תפא"ל ביז כמעט 100 יאר נאך דעם מחבר'ס טױט, אין 1776.

ראזענבערג פארענטפערט זיך אין זײן מענה אז ער רעדט פון דעם תפארת למשה'ס לשון אלײנס. נו נו:
1754017723661.png
 
Back
Top